בית פורומים כל העולם כולו

העדה: יא! מיר האבן 'משנה' געווען די ווייץ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/7/2011 21:47 לינק ישיר 
העדה: יא! מיר האבן 'משנה' געווען די ווייץ

פאלגנד ברענג איך אראפ א ארטיקל וואס איז די וואך ערשינען אינעם "דורות" אפטיילונג פון די "העדה" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך עסקנים אין די עדה החרדית, וואו זיי האבן די וואך א ארטיקל אין א שמועס מיט די מומחים אינעם פעלד פון דעם ווייץ שניט, נאכן אפרעכטן דעם יערליכן שניט.

אינעם ארטיקל קענט איר זעהן ווי ווייט די עדה האט אלעמאל פרובירט און פרובירט ווייטער צו זיין ריין פונעם שווערן פראבלעם וואס איז פארהאן דאהי, כדי נישט מכשיל צו זיין אידן מיט "חשש חמץ" (כלשונם), און נישט נעמען פון א פעלד ווי עס רעגנט אי די צייט פון שניידן, וואס אזעלכע ווייץ איז לויטן שו"ע און לויט רוב פוסקים חמץ.

און טקאע דעפאר, האט די עדה לעצטנס עובר געווען אויפן הארבן ראב"ד (...) פון "חדש אסור מן התורה", און אנגעהויבן שניידן אין פעלדער אין דרום ארץ ישראל, נאכדעם וואס ביי די געווענליכע פעלדער האט אנגעהויבן גיין מער רעגן, כאטש אויך נאר אמאל אמאל, אבער עס האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען שאלות פון מתיר זיין וויץ פון פעלדער וואס האבן מעגליך געזעהן רעגן נאכן צייטיגן, און די רבנים האבן דאס נישט געוואלט מתיר זיין בשו"א.

מערקט אויך אויף, אז אין אר"י ביי די עדה החרדית איז נישט איינגעפירט צו שיקן צום שניט א געוויסע בעל הבית'ישע משפחה וועלכע האבן כלומרשטע קבלות פון פריערדיגע חברי הבד"ץ..., נאר יעדעס יאר פארן די רבנים אליינס אראפ זיכער מאכן אז מען נעמט נישט חלילה פון קיין מצומחות פעלדער.

ואשרינו חסידי סאטמאר שזכינו אז אויך אונז זאלן "משנה" זיין למעליותא, און אנהייבן שניידן מיט א דעת תורה, און אז מהאט זוכה געווען צו טרעפן ווייץ וועלכע זענען ריין פון די שאלות און פון חשש חמץ, פונקט ווי אונזערע ברודער אין אר"י, און בסייעתא דשמיא וועלן מיר ווייטער זוכה זיין מקיים צו זיין מצוות ה' בהידור כהלכה בלי חששות ובלי תערובות ע"ז (די רעבעזכרוינעליבראכע ע"ז), אזוי ווי אונזערע רבי'ס האבן אונז געלערנט, אנגעהויבן ביי רביה"ק בעל דבר"י זי"ע וועלכע האט אליינס געוואלט און טאקע געהייסן שניידן אין אריזאנע, און ווייטער רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע האט שווער געארבעט אהערצושטעלן די כשרות ביי אונז ווי עס דארף צו זיין, אנגעהויבן מיט פלייש און אזוי ווייטער וויפיל עס איז שייך געווען יענע יארן, ביז ווען רבינו שליט"א האט ברוב סייעתא דשמיא מצליח געווען - נאכן פארמאגן א קהילה קדושה מזוכך שבעתיים מכל תקרובי ע"ז ב"ה - אריינצוברענגען ביי אנשי שלומינו דאס העכסטע און בעסטע וואס איז שייך, אין כשרות און אין חינוך און אין קביעת עתים לתורה, און אין וואס נישט.

אשרינו!

















דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2011 01:12 לינק ישיר 

די ליסטע פין די וואס עסן חמץ בפסח לשיטת די זאליס וואקסט פין יאר צו יאר אין די ריזיגע ציפערן
זיי קענען שוין נישט נאכקומען
די ראזענבערג לויפער קאמפעני גיבט שוין נעבעך ארויס יעדן חודש א אימזינסטע אשל ברמה אז מען מעג נאר ניצן מצומחות ומבקעות אין אויב מ'איז משנה איז עס חמץ
אין די ערליכע אידן מאכען ניטעמאל וויסענדיג פין זייערע שקרים וטיפשות




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2011 20:59 לינק ישיר 

אויב מעג משנה זיין פון לאנג איילאנד ביז איידעהא, איז טייטש אז חדש איז נישט אסור מן התורה, נאר ביי געוויסע חידושים.

אם כן, איז די וועלט נישט אנגעוויזן אין די פאליטיק-געטריבענע סילופי התורה וואס עס הייסט יא אדער נישט משנה געווען, נאר די דעת תורה פון יעדן איינציגן אומאפהענגיקן רב איז ליבערשט דאס וואס מאכט אויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2011 23:41 לינק ישיר 

וואס גייסטו ביז עדה גיי צו קהלת מהרז"ל און הער דעם פאקטישן מציאות אז זיי וועלן היי יאר נישט ניצן קיין וויצל נישט פון לאנג איילענד נאר פון פלעצער וואס רעגנט ווי וייניגער, זיי אלע האבן מער ווייניגער געכאפט דעם אמת, נאר וואס דען ליידער זענען זי שוין אין טיפן פלאנטער וואס דער יצר הרע לאזט שוין נישט אזוי גרינג ארויסגיין דערפון אסאך פון זיי וואס ווייסן דעם מציאות ווארטן אויף דעם טאג אז דער איד זאל אויפגעבן די מערכה של שקר
הגם די מחרחרי ריב אין שפיץ פונעם רחמנות לויפער וועלן אויף אלעם האבן געביידעס מיט תירוצים אז משנה זיין מיינט נאר אהער אן דא האט יא דער רבי געלאזט ווייל דא איז ממש כמו לאנג איילענד וכו' וכו' וואס וועלן געטוישט ווערן יעדן מעת לעת אבער ווער פון זיי עס זוכט דעם אמת זעהט עס שוין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2011 22:05 לינק ישיר 

פייוו-בורו - וויפיל באקומט מען באצאלט פאר אזא אשכול?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > העדה: יא! מיר האבן 'משנה' געווען די ווייץ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext