שטורמישע ראיאטן אין לאנדאן
יעצט אויסגעהערט קול מבשר, ער באריכטעט איבער עפעס אויסטערלישע ראיאטן וואס קומען פאר אין לאנדאן, נאך וואס די פאליציי האט אומגעבגענגט א שווארצער פון א קרימינאלע גענג, עס זאל הייסן אז דער פארברעכער האט צום ערשט אויסגעשטרעקט א רעוואלווער קעגן די פאליציי וואס האט אים נאכגעיאגט, אבער דער שווארצער איז אראפגעשאסן געווארן צום טויט, די גענג גרופע דרייט אין די לעצטערע שעות איבער די גאסן, טראקס קאר און וואס נישט אלעס איז אין פלאמען, איין פאליציי סטאנציע איז וואנדאלאזירט געווארן אלע שויבן אויסגעשאסן, די פראטעסטירער צינדן אונטער און פלינדערן אלעס וואס קומט זיי אונטער, אסאך געשעפטן זענען אויסגעליידיגט געווארן דורך די גנבים וואס ניצן אויס די אומסטאביליטעט אין די דארטיגע געגענטער.
|
|