בית פורומים אידישע געדאנק

גדולי ארה"ק שארפע בריוו קעגן אגודה לחילול קברים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/8/2011 15:26 לינק ישיר 
גדולי ארה"ק שארפע בריוו קעגן אגודה לחילול קברים

גאר שארפע בריוו פון גדולי גאוני ארץ הקודש איז ערשיינען היינט קעגן די אזויגערופענע "אגודה לחילול קברים, אאון קעגן די אלע וואס שלאגן זיך מיט אגודת "אתרא קדישא" און מיט איר באליבטן יושב ראש הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א

צווישן די ווערטער פונעם בריוו שטייט אזוי: "וכל המפריע להם בפעולותיהם או עושה פעולות שלא בתיאום עמהם - גם אם כוונתו לטובה והצלה - הרי הוא חבר לאיש משחית והוי כנותן יד לחילול קברי ישראל ח"ו"

אויפן ב ריוו זענען אונטערגעשריבן די פאלגענדע גדולי גאוני ישראל:

כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א
הגאון האדיר רבי משולם דוד סאלאווייציק שליט"א ראש ישיבת בריסק
הגאון האדיר רבי מאיר הלוי סאלאווייציק שליט"א ראש ישיבת בריסק
הגאון האדיר רבי מענדל אטיק שליט"א ראש ישיבת ארץ צבי
הגאון הצדיק המפורסם רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א מראשי ישיבת שער השמים
הגאון הגדול רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א ראש ישיבת מצויינים ומנהיג קהילת פרושים 
הגאון הצדיק רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אב"ד סאטמאר ירושלים
הגאון הגדול רבי משה זאב זארגער שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים
הגאון הגדול רבי אברהם אטיק שליט"א ראש ישיבת באר שלמה
כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א
כ"ק אדמו"ר דקהל חסידי ירושלים שליט"א






עס איז דא אויך א באזונדערער בריוו פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ובית דינו הצדק בראשות הגאון האדיר שר התורה רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א דער ראב"ד.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 19:32 לינק ישיר 

בארוהיגט אייך. איינער קען דא קודם כל אראפלייגן די פאקטן, וואס גייט פאר אין שמעון בן שטח און אין נשר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 19:15 לינק ישיר 

אקעי. נזכה ונחי' ונראה.

אגב, אויב וועט פעלן דעם ראב"ד שליט"א'ס חתימה, האסטו שוין נישט דעם גאנצן בי"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 16:09 לינק ישיר 

לא עליכם

נעם עס אריין אין קאפ עס גייט ארויסקומען א בריוו פון ביד"צ העדה החרדית בעד אתרא קדישא און קעגן די אנדערע אגודה לחילול קברים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 12:43 לינק ישיר 

און ער האט אויך ארויפגעצווינגען דאס מאל אויף די אנדערע רבנים זיי זאלן נישט אונטערשרייבן אויפן חיזוק בריוו פאר אתרא קדישא אינאיינעם מיטן גאב"ד?...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 12:32 לינק ישיר 

יעדער ווייסט

אז הגר"מ שטערנבוך דער שונא נומער 1 פון "אתרא קדישא" זונט 20 יאר צוריק, האט ארויפגעצווינגען די אנדערע רבנים צו אונטערשרייבן דאס צעטל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 10:03 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 06:20 לינק ישיר 

בחצר סאטמאר

האסט געשריבן אז עס איז נישטא געווען די גאנצע צייט און די לעצטע 100 יאר אז דער גאב"ד זאל שרייבן אליין א בריוו איבער א ציבורי'שע נושא אן דעם בי"ד


לאמיר דיר זאגן, אז די ביסט יונגעלע און די געדענקסט נישט אלעס, עס איז איז שוין געווען זייער אסאך מאל

די ערשטע ביישפיל, איז רביה"ק מסאטמאר זי"ע בעל ויואל משה וועלכער העאט געשריבן א איסור קעגן "אתרוגי שמיטה" אן דעם ביד"צ.

די צווייטע ביישפיל, איז די פרשה פון "שטיינזאלץ" וואס דער ירושלימ'ער רב רמ"א פריינד האט געשריבן א בריוו קעגן שטיינזאלץ אנעם ביד"צ (דער ברך משה זצ"ל האט דאן אויך געמאכט א באזונדערער בריוו).


די דריטע ביישפיל,  איז ביי ליבאוויטש משיח אנשיקעניש, ווי דער ירושלימ'ער רב רמ"א פריינד האט געשריבן א בריוו קעגן ליובאוויטש אן דעם ביד"צ.


די פערטע ביישפיל, איז ביים מבזה זיין הגרא"מ שך תשל"ח ווען מ'האט אנגעשריבן זיין קאר, ווען דער מנחת יצחק האט געשריבן א בריוו און א מחאה אן דעם גאנצן ביד"צ


עס איז דא נאך א געוואלד דוגמאות און ביישפיל'ס ואכמ"ל



אבער לגופו של ענין גייט ארויסקומען א שארפער בריוו פונעם בית דין צדק דהעדה החרדית בעד אתרא קדישא און קעגן די מחללי קברים פון אגודת לחילול קברים.

און אויב הגר"מ שטערנבוך וועט אונטערשריבן אויף דעם איז נאך בעסער, און אויב נישט וועט אויך גארנישט געשדען, קיינער צוקראצט זיך נישט פון זיין אונטערשריפט.



תוקן על ידי סוג ב- 11/08/2011 06:13:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 01:13 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:
ווארט נאר ווארט. די אהרונים גייען זיך כאפן אין אפאר טאג אין וואספארא זומפ זיי פאלן דא, און וועלן אנהייבן טענה'ן אז דער גאנצער אגודה לחילול הקברים האט מיט זיי גארנישט. סטעי טונד.


ס'הייבט זיך אן. דא האט איר:

נשלח ב-11/8/2011 01:00 לינק ישיר 

וואלןסח כתב:
זעסט
פון די בריוו האב איך אינגאנצן פארגעסן
אט האט איר א בריוו גראד קעגן די היינטיגע ערשינענע בריוו

ס'איז ליידער גרויסע בזיונות פאר די עדה
תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים
עס איז ביי יעדן קלאר וואס א שמוץ ליגט אינטערן ווארט אתרא קדישא קיינער פון זיי האט נישט קיין תירוץ אויף די חפירות זייערע אין שמעון בן שטח און יעצט טעגליך אין נשר
בסך הכל איז דאס ליידער א בירור אחרון וועלכע רבנים שטייען מיט פארמאכטע אויגן למען המצב והטראסק פון שמידל און וועלכע רבנים עס שטייען מיטן אמת, ממילא איז יעדעס חתימה פון דארט קיין שום געווינס פאר קיינעם אבער יא א ביטערן געוויס פארן בעל דבר וואס לאכט אונז אין פנים ווייזנדיג וואו אונז האלט מיר אז פאלשע עסקנים קענען ארויסדערווישן א חתימה פון היבשע פאר קנאישע רבנים אין די זעלבע צייט וואס יעדער חדר אינגעל אין ארץ ישראל ווייסט אז אתרא קדישא גראבט קברים און זענען אויף גארנישט באגלייבט (מפי אחד עסקני קהיתינו באה"ק) זאגט דער חתימה אז כאילו די רבנים האלטן אז מדארף זיי גלייבן מיט פארמאכטע אויגן, או לדור שכך עלתה בימיו, אין לך בזיון התורה גדולה מזו!



גראדע זענען עסקני אנ''ש נישט ערנסט פארמישט אין די מערכה אין קיין איינס פין די היימישע רבנים זענען נישט אינוואלווד
איך ווייס נישט צו אלס די טעראר צו אלס א אנדערע סיבה
עס איז נאר אינטערסאנט צו זעהן ווי דער וועד וואט האט זיך געשלאגען מיט רבינו בעל ברך משה ז''ל ולהבחל''ח אנדערע גדולי ישראל וואס זענען נאך מיט אינז לאוי''ט - צווישען אנדערע אזעלכע גרויסע תלמידים פין בריסקער רב וואס דער לאנדאנער ראש ישיבה שליט''א
ווערט נתגלה לכל


דדווח על תוכן פוגעני
******* type="text/">menuMgr26867521.renderMenubar();





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 00:53 לינק ישיר 

ווען מ'פאנגט אן מיט שמיץ קעגן אתרא קדישא, גיי איך אפי' נישט ענטפערן, ווייל די קנס פון צואה רותחת, וועט א העכערער פון מיר באצאלן, און איך בין נישט געמאכט דערפאר.

נאר איין קשיא האב איך, וואס איז געשען צוויי יאר צוריק, אז עטץ האטס ענק ארויסגעלאזט מיט אן אטאקע קעגן אתרא קדישא, לויט ווי די זאגסט זענען זיי שוין פארעטערס יארן לאנג, ווואס איז יעצט געשען?????

איך געדענק נאך ווען עטץ האטס אנגעפאנגן די מערכה קעגן ר' אלימלך שטערן, האט עטץ געמאכט א גרויסע דיסקלעימער אין בלאט אז ח"ו מ'מיינט נישט ר' דוד שמידעל, נאר דער פראבלעם איז, אז אין אמעריקע האט מען עס איבער געבן פאר אום פאראנטווארטליכע חברה, וכו וכו' ענקער שטותים.

אבער יעדער איינער האט שוין דאן געוויסט, אז ענקער ציל איז אינגאנצן, אינטער צורייסן אתרא קדישא, אזוי ווי ענקער סיסטעמאטישע ציל, איז אויס צורייסן כל הקודש לנו, אנגעפאנגן ביי שומרי החומות, ווייטער קרן הצלה, דערנאך אתרא קדישא, און יעצט דער עדה.

אבער למעשה האט עטץ זיך נאכנישט דערוואגט צו דאס,

איז געשען וואס איז געשען, אז אהר'לע יקטר האט געמאכט א יד אחת מיט די עדיטאר פון בחדרי (גראדע א פרייער) און האט אנגעפאנגן צו פירן א שמוץ קאמפיין קעגן אתרא קדישא.

און אזוי ווי ענקער גאנצער עקסיטענץ איז דאך תלו אין הייד פארק, און דא פאשעט עטץ א גאנצן טאג, במילא זענדיג אז בחדרי איז ארויס קעגן אתרא קדישא, האט עטץ געמיינט אז הותרה הרצועה, און זיך אויך צוגעשטעלט צו די לינקע קרייזן.........

זענען געקומען די רבנים און געזאגט הרף............

וכל המפריע להם בפעולותיהם.. הרי הוא חבר לאיש משחית.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 00:34 לינק ישיר 


נאכאמאל די פלעק איז אז דאס איז די ערשטע מאל אין די לאנגע היסטוריה פון די עדה החרדית וואס א גאב"ד שרייבט אונטער א בריוו מיט זקני ורבני ירושלים און נישט מיט זיין בית דין הגדול שבירושלים.

ענפער אויף דעם נישט פארפיר אוועק די נושא ביטע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 00:30 לינק ישיר 

בחצרסטאמאר כתב:

איך וועל דיר עס נאכאיינמאל איבער חזר'ן, די בריוו איז א אות קלון פאר די עדה נישט קיין אות כבוד, לאמיר עס מסביר זיין אויף דיין שפראך נאכאמאל,

די אלע חותמים זענען אזוי ווי די בעלי דרשנים פון שטאט נישט די רבנים, דער בית דין באשטייט פון א גאב"ד א ראב"ד און 6 חברי הבד"ץ הרה"ג ר' יעקב בלוי וואס שרייבט נישט אונטער, הרה"ג ר אברהם יצחק אולמאן, הרה"ג ר יעקב מענדל יאראוויטש פון תו"א הרה"ג ר יושע ראזנבערגער פון קרית רמ"א בי"ש הרה"ג ר נפתלי פרענקל און הרה"ג ר חיים אורי פריינד.

ס'איז נאכנישט געווען אין די איבער 100 יאר פון די עדה החרדית וואס א גאב"ד זאל אונטער שרייבן א צעטל און אוודאי נישט אזא וויכטיג צעטל מיט אזעלעכע לשונות אן די גאנצע אדער לכה"פ רוב חברי הבד"ץ, נישט ביי די נס להתנוסס צעטל און נישט ביי קיין שום אנדער צעטל פון נישט קעגען ר' אעליש ענגלאנדער.

דאס איז דאס ערשטע מאל אין די היסטוריה וואס א גאב"ד אין ירושלים שרייבט אנטער א צעטל מיט זקני ורבני ירושלים (ווי איך האב שוין געגבען די משל טעלער'ס מיט צוויבל'ך מיט פרידמאנ'ס), דאס מיינט אז עפעס גייט פאר אין די מערכת פון די עדה החרדית וואס ליידער קוקט אויס שלטו בהם ידי זרים און מאכן א חורבן פון אינעווייניג.

זיי מאכן א פלעק און א וועג וואס ס'וועט שוין נישט צוריק ברענגען די גלאנץ קיינמאל (אפשר איז עס א נקמה אקציע וועגען די דין תורה אין בני ברק) אבער דער מציאות איז אז דאס איז א זאך וואס האט נאך קיינמאל נישט פאסירט אין די היסטוריה פון די עדה החרדית, ועל זה דוא לבינו



איז אזוי...

די, וואס די מיט דיין פארטיי האלטן אין איין אראפרייסן אתרא קדישא, וואס יעדער גדול בישראל פון פופציג יאר צוריק און ווייטער האבן געשטיצט, און ארויסגעגעבן חתימות מ'זאל זיי שטיצן (אינקלאדינג די ראב"ד) דאס הייסט נישט געלייגט א פלעק.........

אבער ווען די גאב"ד פילט פאר וויכטיג ארויס צוקימען קעגן יקטר, (נישט קיין חילוק וואס די סיבה זאל זיין.  דאס איז שוין א געפערליכע פלעק................

אלעס וויל ס'שטימט נישט מיט דיין אגענדע..........

נעבעך......... נעבעך..........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 00:27 לינק ישיר 


זאג נאר ביז א יאר צוריק האט מען גהערט איינאל אין א האלבע יאר אז מ'גראבט קברים אדער אפילו איננמאל אין א יאר, ס'איז קיינמאל נישט געווען 4-5 פלעצער אויף איינמאל ווי מען האט געגראבן ווייסטו פארוואס?

איך וועל דיר לערנען אביסל היסטוריה.
פאר איבער 20 יאר צוריק האט זיך גהעפנט א ארגעניזאציע מיטן נאמען קדמונינו וואס אין שפיץ פון דעם איז געשטאנען רבינו הקוה"ט בעל הברך משה זי"ע, מיט א מטרה צו ראטעווען קברים מיט א מיטל אן הפגנות, נאר מיטן עס מאכן א צענטער צו דאווענען און די מינוט וואס א פלאץ ווערט א צענטער און ס'באקומט א בלוי קאפעל מיט אסאך טיכלעך אנגעהאנגן האבן די ארכילוגים נישט געהאט קיין שום וועג ווי אזוי צו גראבן קברים, והדברים ידועים.

איז דעמאלס געווען א שווערע קאמף מיט הגאול הגדול המפורסם רשכבה"ג כל רז לא אניס ליה סיני ועוקר הרים שלא נהנה מעשר אצבעותיו כל ימיו ר' דוד שמידל שליט"א, וואס איז געווען קעגען דעם נאר דווקא מיט פראטעסטען גאנג, די מציאות האט אבער געוויזן אז ביי רב פפא וואס איז געווען פראטעסטען און ביי רב ירמיהו איז נעבעך גארנישט געבליבן, און צענדליגע קברים אין טבריה וגלילותיה און צפת וגלילותיה איז געבליבן א דאנק די שווערע ארבעט פון וועד להצלת קברי קדמונינו.

ניין די נושא פון הפגנות איז נאך געווען אויפן טיש ביי מורד הר הבית גבעה הצרפתית וכו' וכו' אבער ביי תנאים אמורים איז געווען שטיל, וואס האט געבאדערט דעם סיני ועוקר הרים? ווייסטו אפשר?

דער תירוץ איז ח"י דולר כופר נפש ערב יוה"ק דאס איז הכנסה חתונה צו מאכן זיינע קינדער מיט אלע חברים ארום, אזוי ווי רביה"ק האט אויף עם געזאגט יה"ר שיתקדש ל ידי שם שמים ולא ח"ו ע"י אחר.

נאכדעם איז געקומען די מעשה פון דעם ביה"ח אין צפת וואס רביה"ק האט איבער געמאכט ווער ס'געדענקט דעמאלס די צעטלעך וואס איז ארויס געקומען פון זיין ארגנזציע וואס יוסף90 האט בשעתו אראפ געריסן פון די ווענט

והדברים ידועים וארוכים איך האב נאר געשריבן אויפן שפיץ גאפל, שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 00:23 לינק ישיר 

אייזנער
האסט דיך אנגעכאפט אויף א ווארט געלט, און דו ווילסט שוין וויסן ווי מען מאכט געלט
ענטפער איין תירוץ
איז אין די היסטאריע פון די עדה שוין געווען אזוינס אז דער גאב"ד שרייבט אונטער אויף אזא וויכטיגע בריוו און אף אחד פון די בי"ד איז זיך נישט מצטרף, נאר אדרבה דער נעקסטער נאך אים דער ראב"ד שרייבט א בריוו פונקט קאפויער?

עס איז ביי יעדן קלאר וואס א שמוץ ליגט אינטערן ווארט אתרא קדישא קיינער פון זיי האט נישט קיין תירוץ אויף די חפירות זייערע אין שמעון בן שטח און יעצט טעגליך אין נשר
בסך הכל איז דאס ליידער א בירור אחרון וועלכע רבנים שטייען מיט פארמאכטע אויגן למען המצב והטראסק פון שמידל און וועלכע רבנים עס שטייען מיטן אמת, ממילא איז יעדעס חתימה פון דארט קיין שום געווינס פאר קיינעם אבער יא א ביטערן געוויס פארן בעל דבר וואס לאכט אונז אין פנים ווייזנדיג וואו אונז האלט מיר אז פאלשע עסקנים קענען ארויסדערווישן א חתימה פון היבשע פאר קנאישע רבנים אין די זעלבע צייט וואס יעדער חדר אינגעל אין ארץ ישראל ווייסט אז אתרא קדישא גראבט קברים און זענען אויף גארנישט באגלייבט (מפי אחד עסקני קהלתינו באה"ק) זאגט דער חתימה אז כאילו די רבנים האלטן אז מדארף זיי גלייבן מיט פארמאכטע אויגן, או לדור שכך עלתה בימיו, אין לך בזיון התורה גדולה מזו!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 00:20 לינק ישיר 

געלעכטער כתב:

ווען רבינו הקדוש בעל ברך משה האט פראבירט צו מתקן זיין זאכן אין צפת און אין טבריה והדברים ידועים זענען די מחוצפים ארויס קעגען עם בחרב ובחנית קעגען אים און זיי שליח דאן סגן נשיא און היינט ראב"ד שליט"א.

גיי לערען אביסל היסטוריה וועסטו אלעס פארשטיין.

און נאכאמאל היינט איז א ביטערן טאג פאר די יהדות החרדית הצרופה בכל מקומות מושבותיהם, און מיר זענען מתפלל אז די הייליגע מוסד פון די בית דין הגדול שבירושלים, וואס רביתינו הקדושים האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דעם זאל איבער לעבען די ביטערע שווערע טעג, ווען אפאר געלט גייציגע מענטעשן זענען גרייט עס צו פארמאכן פאר זייער תאוות הממון, (נישט ח"ו די רבנים, נאר די גחזי'ס)


איך זע דא א בריוו פון די גדולי ירושלים ובראשם די היימישע ערליכע מנהיגים ה"ה מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ראשי ישיבת בריסק שליט"א און נאך, וואס שרייבן גאר שטארקע חיזוק ווערטער פאר דעם מוסד הקדוש אתרא קדישא, און גלייכצייטיג זענען זיי מזהיר ומתריע קעגן די וואס שטערן דעם מוסד.

עס איז נאך בכלל דא אויף וואס זיך צו טענה'ן?

וכל המפריע להם בפעולותיהם.. הרי הוא חבר לאיש משחית.




געלעכטער, איך זע די ווערטער חבר לאיש משחית דערשרעקט דיך
איך געדענק עפעס נאך אזא אויסדרוק אין א בריוו פון רבנים (טאקע נישט פון די עדה) וואס מען האט געשריבן אויף געוויסע דעם אויסדרוק "חבר לאיש משחית" געדענקסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2011 00:14 לינק ישיר 

נאך איין קשיא

(איך בין דן, אז ענקערע מוח שווענקערס, וואס האבן שוין א היסטערי פון יארן לאנג ענק אזוי גוט צומישן, אז עטץ ווייסט נישט אליינס וואס טוט זיך מיט ענק, האט דאס אויך אריינגעבארט אין ענקער מוח)

די שרייבסט:

בחצרסטאמאר כתב:

ווען אפאר געלט גייציגע מענטעשן זענען גרייט עס צו פארמאכן פאר זייער תאוות הממון, (נישט ח"ו די רבנים, נאר די גחזי'ס)


אפשר קענסטו מיר זאגן פון וועלכע געלטער מ'רעד דא????

און ווי פינקטליך מאכט אויס געלד און די גאנצע מערכה????

חוץ פון דעם אז אהר'לע יקטר איז אויף פעיראל, פון די רשת העתיקות......  (איך האף איף זאג עס גוט נאך)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > גדולי ארה"ק שארפע בריוו קעגן אגודה לחילול קברים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext