בית פורומים כל העולם כולו

מארגנשטערן: קרית יואל ווילידש מעכב די גאולה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/8/2011 16:41 לינק ישיר 
מארגנשטערן: קרית יואל ווילידש מעכב די גאולה

אין א פרישע אויסברויך ביים יערליכען תשעה באב-אונטערהאלטונג פארנט פון חרדים אין קרית יואל, האט הר' מארגענשטערן פראקלאמירט אז דער קרית יואל'ער ווילידש איז א געהעריגע טמא'נע ממשלה און עס איז מעכב די גאולה.. ממש ווי להבדיל דער הייליגער רבי זי"ע בעל דברי יואל האט געזאגט אויף די מדינה הציונות.(!)

שטעלט זיך א באבמע קשי'! אויב אזוי, ווי מעג מען אנטייל נעמען אין די בחירות הטמיאות פון די "טמא'נע ווילידש"?!?! - ווי די בנ"י-זאלי'ס לויפן אויף אלע זעקס און קיינער בלייבט נישט אינדערהיים....




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/9/2011 12:48 לינק ישיר 

http://youtube.com/watch?v=E-Wu9gxNqpM&sns=em



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2011 17:05 לינק ישיר 

ווער קען זיך מרחם זיין אויף דזשי נעט באניצער ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2011 03:18 לינק ישיר 

עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ער עפנט זיך דאס מויל אין דער נושא.

ס'איז אפילו נישט אינטערעסאנט אנצואווייזן אז דער פאפער האט שוין עטליכע מאל געזאגט אקוראט דעם זעלבן געזאלצענעם פלפול מיט יארן צוריק, פאר ס'איז געווארן מותר אין ס"א ביי די ווילעדזש וואלן (וואס משה בער בעק האט טאקע דעמאלץ פארשפרייט פאשקעווילן אז מ'טאר נישט שטימען צוליב בחירות). נאכדעם איז עס צוריק געווארן אסור פאר פיר יאר ביז די נאכפאלגנדע באנדא וואלן, ווען ס'איז צוריק מותר געוואר. און מאמענטאל קוקט עס ווי ס'איז דערווייל צוריק אסור.

וואס איז יא אינטערעסאנט איז אנצואווייזן אז ווער עס זאגט אזא געמיינעם 'אויפטרעף' טרעט נישט ארויס נאר קעגן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע און כ"ק רבינו שליט"א, נאר גאר קעגן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, וועמען דער ווילעדזש איז געגאנגען בנפשו הטהורה, און ער האט מיט די אייגענע הייליגע הענט אונטערגעשריבן די פעטיציע צו גרינדן דעם ווילעדזש.

איך פארשטיי ער איז א מורא'דיגער חכם, איז ער אויך קלוגער און הייליגער פון רביה"ק זי"ע?

מילא אויב ער זאגט אז מ'דארף היינט אויפלעזן דעם ווילעדזש און צוריקגיין צום גוי, טראץ וואס דאס איז אויך א געמיינער רשעות און וועט זיין דער אנהייב פון די ענדע פאר קרית יואל, היל"ת, איז עס אבער ווייט נישט אזא מין טפשות און שטאקיגער עמי הארצות ווי צאמשטעלן דעם ווילעדזש מיט די מדינה, וואס מאכט כל דברי רביה"ק זי"ע כמין פלסתר!

כ'בין זיכער אז רביה"ק זי"ע בגנזי מרומים וועט עס אים נישט פארגעסן, און לאמיר האפן צו זוכה זיין צו זען שכרו משלם נאך אויף אונזער זינדיגער וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2011 00:53 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2011 00:42 לינק ישיר 

היראים פין וואסערע ווידיאו רעדט איר ? 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2011 23:41 לינק ישיר 

איך מיין, מען דארף פארשפרייטן דעם ווידיא פינקט ווי אלע בריווען פון מארגענשטערן
זאל יעדער זעהן פין וועם מ'רעדט
די רוב דארט איז נעבעך יונגע קינדער וואס ווערן ערצויגן מיט ראדיקאלע העצע אין זיי פילן אן די בענקלעך
אין דער חכם הדור ליינט פאר פין א צעטיל זיינע דברי חכמה והסתה אין תשעה באב
אין טראץ וואס זיי פראבירן אזוי שטארק קוקט קיינער ניטעמאל אויף זייער זייט,
----------------
די זאליס ווינדערן זיך נאר פארוואס זייער ראה''ק יאשקע מאכט א גאנצע בראטעל דערפון
ביי זיי איז עניוועי מסירה די גרעסטע מצוה וואס איז שייך
זיי האבען א בלענק היתר אויף מסירה סיי ווען נויטיג, פינקט ווי זייער בלענק היתר ערכעות וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2011 19:32 לינק ישיר 

דאס דערמאנט אינז פון אזא מעשה'לע

ווען מען האט אנגעטראגען דעם ת''ח שאין בן דעת הרב מארגענשטערן, פאר הגה''צ משארמאש ז''ל, איז ער אריין פרעגען רבינו הקוה''ט זי''ע צו ער זאל טאן דעם שידוך, און דער רבי זי''ע האט אים גענפערט ''איך קאן אים נישט'' א פאר טעג דאך דעם האט דער שארמאשער רב ז''ל ווידער געפרעגט דעם רבי'ן זי''ע צו ער זאל טאן דעם שידוך, האט אים דער רבי זי''ע גענפערט די זעלבע ''איך קאן אים נישט''

דער שארמאשער רב ז''ל האט נישט געכאפט דעם ווינק, און ער האט יא געטאן דעם שידוך,

ערשט א היפשע פאר יאר נאך דעם האט זיך דער שארמאשער רב ז''ל אויסגעדריקט, אז איצט פארשטייט ער שוין פארוואס דער רבי זי''ע האט אים גענפערט א פארמאהל נאכאנאנד ''איך קאן אים נישט''

דער ת''ח שאין בו דעת לעבט נעבאך מיט אזא מין איזילאזיע, ער איז איז אויף איין דרגא מיט כ''ק רבינו שליט''א (להבדיל אלף אלפי הבדלות)

ר' הלל ווייס דער מקווה יוד פארציילט אז דער ת''ח שאין בו דעת, פרעגט זיין די ערשטע קונה אוןיף יעדע קאסעט, וואס איז ארויסגעקימען פון רבינו שליט''א, דער טיפוש הדור האט זיך נעבאך איינגערעד, אז אויב וועט ער צוהערן צי די קאסעטעס פון רבינו שליט''א, ווער דער וואנדערבארע כוח החידוש והדרוש, מיט וואס רבינו שליט''א איז באשאנקען געווארן, זיך אנקלעבן און אים אויך, און ער וועט זיין אויף איין דרגא מיט רבינו שליט''א

מען קען אויף דעם טיפשות פון דעם ת''ח שאין בו דעת אנפולען בענדער אויף בענדער,

דעריבער איז א בישה אפי' נאך צו זאגען זיינע שרעקליכע דברי טיפשות,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מארגנשטערן: קרית יואל ווילידש מעכב די גאולה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext