היינטיגן חודש אב ווערט אפגעצייכענט 10 יאר זינט דער שליח לדבר עבירה פון ר' אהרן טייטלבוים, דער מסור יוסי בראך האט אריינגעשלעפט ק"ק סאטמאר אין ערכאות של עכו"ם אויף א שענדליכן פארנעם אן קיין שום היתר בית דין. דער כת וואס האט נישט געהאט קיין שום ציהל אויף די וועלט חוץ צו באפרידיגן זייער אויסגעשפילטן מנהיג דעם עם הארץ, האט פארלאנגט אז דער געריכט זאל ארויסגעבן א 'ריסטרעינינג ארדער', ד.ה. א אפהאלט פון אפעראציע אויף אלע סאטמארער מוסדות און אינסטוטוציעס. דער גאנצער עיקול האט ב"ה אנגעהאלטן קוים אפאר שעה, און דאס איז נאר געווען פון די ערשטע און קליינע פאזע פון דעם לענגערן חיי שעה שפיל.
זינט יענעם טאג האבן זיך די הליכה לערכאות און מסירות נישט אויפגעהערט פאר אפילו איין טאג, ווען דער קלימאקס איז געווען דאס רופן לערכאות דעם רבי'ן דער ברך משה זצ"ל באחרית ימיו.
ליידער האבן זיי נישט חוזר געווען ממעשיהם הרעים, און אין די טעג אריינגעגעבן א פרישע קלאגע, אן קיין שום היתר בית דין, מיט קיין שום שייכות צו פריערדיגע געריכטן, וואו זיי פארלאנגן דאס בעלות אויף די פיר קעמפ'ס מחנות רב טוב. די קלאגע איז אריינגעטראגן געווארן באגלייט מיט העסליכע מסירות קעגן די ראשי הקהלה און מנהלי הקעמפ'ס.
צו די זעלבע צייט שטעלט מען דעם פנים ווי א נרדף, און מ'פראקלאמירט וואך איין וואך אויס אין בלאט מיט א הייסע בקשה צום צד שכנגד זיי זאלן זיך שטעלן צו די דין תורה. דאס פנים פלאמט פאר בושה ווען מ'זעט ווי ווייט אחב"י האבן זיך דערקייקעלט פאר ביליגע תאוות אני אמלוך. אפגערעדט פון דאס ליצנות וואס ווערט געמאכט פון דעם מושג דין תורה, נאר דאס פשוט און פראסטע הליכה לערכאות וואס ווערט פראקטיצירט מידי יום ביומו אויף א שטייגער וואס איז נאך קיינמאל בעפאר געווען אין די אידישע היסטאריע.
היינטיגן מאנטאג, חמשה עשר באב, גענוי צען יאר פון די ערשטע הליכה לערכאות פון דעם כת, וועט פארקומען דער ערשטער זיצונג אין געריכט דן צו זיין איבער די קעמפ'ס.
נשלח ב-31/1/2012 00:50
לאנצוט, די האסט נישט גענטפערט מיין שאלה
נשלח ב-31/1/2012 00:06
מ'האט דא געמאלדן אז דאס געריכט האט ארויסגעווארפן דעם פארלאנג פון די ארונים איבער די פערמיטן.
האב איך געזאגט אז דאס איז שקר.
נשלח ב-30/1/2012 23:52
ווי ווייט איך דענק, כל זמן דער פלאץ איז זויבער, וועט דער העלטה דעפט דיר געבן א פערמיט, ווי קומט דא די ארונים אריין? צו וואס האט מען געדארפט איינשפאנען נידערמאןען? איז ער געקומען וואשן די פלארס?
נשלח ב-30/1/2012 23:52
לאנצוט איך וויל די זאלסט אליינס נעמען דאס ווארט און צייג פארן ציבור ווי פארלעסליך די ביסט. וואס האט יא פאסירט היינט בנוגע די קעמפס?
נשלח ב-30/1/2012 23:10
און ווער האט געזאגט אז מ'האט יא געבעטן?
נשלח ב-30/1/2012 22:52
מ'האט קיינמאל נישט געבעטן פון געריכט קיין פערמיט.
ביסט אן איינפאכער שקרן און צו פארדעקן דיין ליגנט, ברענגסטו א דאקומענט איבער "דעם טייטל" וואס ר' דוד ראזענבערג האט גע'גנב'ט.
מורא'דיג קלוגער ספינער. מ'רעדט פון הודו ענטפערט ער פון כוש. די אהרונים האבן געמאכט עטליכטע פרואוון צו פארכאפן דעם קעמפ, קודם זענען זיי געגאגגען אין געריכט (וואס אויף דעם האט שוין לאנצוט געגעבן א היתר אויפן ערשטן בלאט פון דעם אשכול), ווען דער געריכט האט זיי גארנישט געברענגט האבן זיי פרובירט שפיצלעך ביים העלט דעפארטמענט אז זיי זאלן נישט ארויסגעבן די נויטיגע פערמיטן, און דאס האט מען בחסדי השם היינט אויך דורכגעבראכן.
נשלח ב-30/1/2012 22:29
געלעכטער,
1) דאס איז א יאר צוריק איבער דוד ראזענבערג'ס גניבה. 2) דאס רעדט נישט פון קיין פערמיט.
און דיין ברענגען דיין דאקומענט צייגט טאקע אז די ארונים זענען בכלל נישט אריין קאורט איבער "דעם פערמיט".
נשלח ב-30/1/2012 22:13
לאנצוט כתב:
געלעכטער.
איך האב געשריבן אז די ארונים זענען נישט געגאנגען אין קאורט, און דאס וואס איז געשריבן געווארן אין "היידפארק" איז פאלש.
איך האב נישט געזאגט ווער ס'האט די קעמפס. די ארונים זענען נישט געגאנגען אין קאורט איבער ווער עס זאל באקומען א פערמיט. און דאס געריכט האט נישט געקענט פסק'ן, ווייל קיינער פון די ארונים איז נישט אריין.
פינטל.
ביטע ברענג עפעס דאקומענטן צו שטיצן וואס דו שרייבסט.
די אהרונים זענען "נישט" אריין אין קאורט...
נשלח ב-30/1/2012 21:59
געלעכטער.
איך האב געשריבן אז די ארונים זענען נישט געגאנגען אין קאורט, און דאס וואס איז געשריבן געווארן אין "היידפארק" איז פאלש.
איך האב נישט געזאגט ווער ס'האט די קעמפס. די ארונים זענען נישט געגאנגען אין קאורט איבער ווער עס זאל באקומען א פערמיט. און דאס געריכט האט נישט געקענט פסק'ן, ווייל קיינער פון די ארונים איז נישט אריין.
פינטל.
ביטע ברענג עפעס דאקומענטן צו שטיצן וואס דו שרייבסט.