| נשלח ב-15/8/2011 21:17 |
|
| |
בני ר' משה בראך ע"ה: פסק פון פאייער חי וקים!
אנגעהויבן פונעם בעל נועם המידות ביז'ן שיק אינגל פונעם שמש זאלי פעלדמאן, איז די גאנצע פורים קהילה פון די זאליבאנער זייער בייז אויף די חוצפה פון די קינדער פונעם נפטר הרה"ח ר' משה בראך ע"ה, פאר די חוצפה פון נישט מטמין זיין זייער פאטער אין פאלאק'ס מאנגאליע חלקה, ווי עס לויטעט דער פסק פון די פורים רבנים.
זיי האבן אונז אריינגעשטאכן א מעסער האט פערלשטיין פארפירט מוצש"ק, ווען ער האט געהייסן פאר דעם משמש זאלי פעלדמאן און דעם טיראן יעקב שטערן נישט צו מאכן די טהרה, נאר איבערלאזן דעם בר-מינן אלס קנס - נוסח נועם המידות, "וחסד של שקר". די אבלים האבן אבער געזאגט אז זיי האבן דעם פסק פון שלמה לייב וויינבערגער, וואס האט גע'פסקט הלכה למעשה: אז מיין טאטע'ן לייגט מען לעבן רביה"ק בעל דברי יואל, און יענעמ'ס זאל מען לייגן אין פאלאק. דאס האבן מיר מקיים געווען במילואו זאגן זיי מיט ווייטאג. אונזער טאטן האבן מיר געלייגט לעבן דעם רבי'ן בעל דברי יואל, און יענעם, לייגט קיין פאלאק ! די קינדער פונעם נפטר פרעגן מיט צער, היתכן אז מ'האט איבערגעלאזט א מת אינמיטן די טהרה? ווער האט געגעבן דעם היתר אויף דעם פאר דעם שרעקליכן בזיון המת? איז די תורה חלילה בטל געווארן ווייל מ'האט נישט געלייגט דעם מת דארט ווי זיי זאלן ווילן?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2011 17:44 |
|
| |
אפדעיט פון די נועם המדות חסד של שקר קאמפאני.
די פירער פון די קליקע לוזערס, פיצי פרידמאן, אברהם בער יאקאבאוויטש, שאול פראטאקאלירער פערלשטיין און זאלי פעלדמאן משמש האבן זיך דערזעהן מיט פארשטינקענע פיש געגעסן און פון שטאט ארויסגעשליידערט:
די בראך פאמיליע האט מקיים געווען דעם פסק להלכה ולמעשה פון רש"ל וויינבערגער, אז דעם אייגענעם טאטן לייגט מען נעבן רביה"ק, און "יענעמ'ס טאטע" קען מען דאמפען אין פאלאק'ס. פארדעם האבן די נועם המידות עטרה ליושנה קאמפאני איבערגעלאזט דעם בר-מינן אינמיטן די טהרה, און געמאכט א בזיון המת שאין דוגמתו.
יעצט, אז די מעשה איז ארויסגערינען אויף די גאס, קומען די זעלבע יושנה רוצחים, און פארלאנגען א בריוו פון די אבלים, אז זיי מוזן אונטערשרייבן אז אינמיטן האבן די זאליס יא געוואלט מאכן די טהרה, נאר די משפחה האט געזאגט אז עס איז שוין צו שפעט, און דערפאר האט מען עס געמאכט אין קרית יואל.
שאול פערלשטיין מיט זיינע שותפים, פיצי און זאלי פעלדמאן האט געסראשעט די קינדער אז זיי זאלן אונטערשרייבן, ווייל אז נישט וועלן זיי ביטער באצאלן.
דערווייל האבן די קינדער נישט אונטערגעשריבן, זאגענדיג אז הרצחת גם ירשת האט שוין רש"ל וויינבערגער נישט געהייסן און שרייבן נישט אונטער אויף קיין שקרים, צו דעקן דעם שמוציגן פרצוף פון די נועם המדות רוצחים
פרטים יבואו
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/8/2011 12:30 |
|
| |
ווער איז געווען ר' משה בראך ע"ה
|
|
|
|
| נשלח ב-16/8/2011 18:50 |
|
| |
השם ישמרנו
|
|
|
|
|