בית פורומים כל העולם כולו

ורוח הקודש אומרת כן ירבה :אב תשע"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/8/2011 19:39 לינק ישיר 
ורוח הקודש אומרת כן ירבה :אב תשע"א


פייערליכער מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית

אין נייעם בנין בית רחל אין קרית יואל

פארגאנגענעם זונטאג אווענט העעל"ט

 

הרה"ח ר' בעריש קויפמאן שליט"א נדבן פון איינע פון די קלאסן ביי קובע זיין א מזוזה

 

הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר ד'קרית יואל ביים קובע זיין א מזוזה

 

מרן רבינו שליט"א קובע מזוזה ביי שער הבנין

 

מוה"ר דוד אהרן לאנדא הי"ו פאנדרעיזער פון די מוסדות מיט די עסקני המוסדות ביים מעמד

 

 

דער פרעכטיגער צוגערישטער זאל

 

דער שילד ביים אריינגאנג צום בנין

 

די עסקני המוסדות ביי פארקויפן זכותים פון בנין

 

דער פרעכטיגער חדר אוכל וואס איז נתנדב געווארן

דורך משפחת וויינשטאק החשבה פון בארא פארק

 

הרה"ח מוה"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א מנהל בית רחל

 

די נדבני הבנין מוה"ר מרדכי לאנדא הי"ו, מוה"ר אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו און מוה"ר מאיר הירש הי"ו ביים מעמד

 

הרה"ח ר' שלום וועבערמאן שליט"א מנהל בית רחל

 

מוה"ר ישראל גאלדבערגער הי"ו פאטער פון נדבן נעמט אפ ברכת קדשו פון מרן רבינו שליט"א

 

הרה"ג ר' יצחק אונדארפער שליט"א מו"ץ וראה"כ בראשוב, נואם הכבוד

 

דער ציבור ביי די סעודה

 

מוה"ר שמעון משה קעפעטש הי"ו חבר הנהלת המוסדות טרעהט אויף

 

דער בימת הכבוד ביי די סעודה

 

די הנהלת המוסדות באעהרן הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו נדבן פון בנין

 

 

מוה"ר יצחק דוד לאנדא הי"ו טרעהט אויף לכבוד זיין פאטער מוה"ר מרדכי הי"ו

 

האברך ר' אלי' מאיר גאלדבערגער הי"ו טרעהט אויף

לכבוד זיין פאטער מוה"ר אברהם יודא הי"ו נדבן פון בנין

 

הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו ביים ברכת שהחיינו

 

הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות נדבן הבנין טרעהט אויף ביים מעמד

 

ביי די דברות קודש

 

 

חלק פון אובן אהן ביים מעמד

 

דער רבי שליט"א גיט ברכת קדשו פאר ר' אברהם יודא הי"ו

 

 

 

הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר ד'קרית יואל

וואונטשט אהן פאר'ן נדבן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו

 

 

הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ביים קובע מזוזה זיין

♦♦♦




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2011 00:12 לינק ישיר 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2011 00:11 לינק ישיר 

בארא פארק

 

מודעות איבער'ן בנין החדש דקהלתינו הק' וואס ועורט צוגעבויעט צום בנין ביהמ"ד הגדול אין בארא פארק און ווערט פארענדיגט אין די טעג בשטומ"צ

 

 

♦♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2011 00:11 לינק ישיר 

דרויסענדיגער חלק פון בנין האדיר תלמוד תורה - בנין ישעי' זאב אין וומסב"ג איבערגעפרישט און פארענדיגט

 

 

♦♦♦

 


הבהרה!

אסור להעתיק תמונות ומודעות – או שום תוכן – של האימעיל בלי רשות מפורשת מאת המערכת

 

קלארשטעלונג!

עס איז נישט ערלויבט נוצן קיין בילדער אדער סיי וואספארא אינהאלט פון אונזער אימעיל אהן ערלויבעניש פונע'ם מערכת


 

 

דער אימעיל פונעם מערכת פאר קאמענטארן, נייעסן, בילדער,

און וויאזוי אויך ארויפצוגיין אויף אונזער רשימה איז:

[email protected]

 

ארויפצוגיין אויף אונזער ליסטע, אדער אראפצוגיין

מוז אריינגעשיקט ווערן א אימעיל אדרעס מיט א נאמען

פונעם ערהאלטער פון יענער אדרעס און שטאט ווי מען וואוינט.

 

 

 

 

בברכת א פרייליכ'ן יו"ט

המערכת




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2011 00:10 לינק ישיר 

♦♦♦

בניני ישיבה גדולה אין קרית יואל ווערט איבערגעפרישט און צוגעגרייט צום זמן החורף

 

 

 

 

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2011 00:09 לינק ישיר 

דער צוגעלייגטער בנין ווערט ארויפגעצויגן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2011 00:08 לינק ישיר 
הרחבת גבולי הקדושה: תשרי תשע''ב

בויעריי ביים מקוה טהרה אין וומסב"ג

גייט צו ווייטעריגע פאזע'ס

 

דער פרעכטיגער בנין ווערט בעזהשי"ת פארענדיגט פון אינדרויסן

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/10/2011 23:45 לינק ישיר 

הרחבת גבולי הקדושה

אינערהאלב מוסדותינו הק' בארא פארק

 

גאנצער בנין הישיבה קטנה איבערגעפרישט צום נייעם זמן הלימודים הבעל"ט

 

 

 

 

א בליק אין די ניי צוגעבויטע קלאסן אין בנין הת"ת אויף פט. העמילטאן

 

 

 

 

 

♦♦♦




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/9/2011 02:11 לינק ישיר 

א בליק אין די שפאגל-נייע אפטיילונג אין בנין הת"ת וויליאמסבורג

 

איינע פון די נייע כיתות

 

♦♦♦

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2011 19:48 לינק ישיר 


הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' אין בארא פארק

 

ניי-צוגעבויטע כיתות אין בנים הת"ת אויף 53'סטע סט.

 

 

 

 

מען האט פריש איבער געפארבט דעם גאנצן בנין הת"ת אויף די 53'סטע סט.

 

ביים צובויען עטליכע נייע כיתות אין בנין הת"ת אויף פט. העמילטאן

 

 

איינע פון די ניי-צוגעבויטע קלאס צימערן אין בנין בית רחל

 

צוליב דעם ריבוי התלמידות בלעיה"ר, און פארמערטע שמחות אין די זאלן פון בנין הבית רחל קע"ה, איז די הנהלת המוסדות געווען געצווינגען אהערצושטעלן א מולטי-דאללאר פראיעקט פאר א נייעם גארבעדש סיסטעם

 

 

 

 

 

 

 

שפאגל-נייע ביורא פאר די טראנספארטאציע דעפט.

 

 

מען בויעט א נייער ספעציעלער סוער-סיסטעם פאר'ן הויפט קיך פון די מוסדות

 

♦♦♦



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2011 21:44 לינק ישיר 

 

הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' אין באָראָ פּאַרק

אין די פאַרלאָפענע זומער-חדשים ווען טויזנטער משפּחות האָבן געוויילט אויף פאַרשידענע אָפּרוה-ערטער איבער די קעטסקילס, האָבן די געטרייע חברי הנהלה און מיטאַרבעטער פון די סאַטמאַרער מוסדות אין באָראָ פּאַרק אין שפּיץ פונעם ענערגישער איש חי ורב פּעלים, הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו מנכ"ל המוסדות אויסגענוצט די צייט אויף צוצובויען און רענאָווירן די בניני המוסדות, ווי עס האָט זיך אויסגעפעלט צו קענען אַקאָמאַדירן די טויזנטער תלמידים ותלמידות שיחיו גלייך ווי מ'קומט אָן אַהיים פון די קאָנטריס.

 

אינעם בנין התלמוד תורה אויף פט. העלמיטאן עוו. ווי עס לערנען די יונגע תלמידים פון נוירסערי ביז כתה ו' איז דער בנין איז שוין לאַנג צר מהכיל די פילע תלמידים, און שוין פאַרגאַנגענעם יאָר האָט מען געדאַרפט צובויען דריי נייע חדרים כדי צו לינדערן דעם מאַנגל אין פּלאַץ בעזהשי"ת. דאָס וואָס איז פאַראַיאָר גענוג געווען איז היי-יאָר שוין ווייט נישט גענוג, און איבערן זומער האָט מען דאָס יאָר ווייטער צוגעבויט נאָך דריי קלאַסן כדי צו קענען נאָכקומען דעם כסדר'דיגן וואוקס פון פרישע תלמידים שיחיו.

 

אויסער דעם איז דער גאַנצער בנין פריש-איבערגעפעינט געוואָרן, און מ'האָט געקויפט און אַריינגעשטעלט נייע שענק אין אַלע חדרים, נאָכדעם וואָס די ביז-איצטיגע זענען שוין אפגעדינט און אויסגענוצט געוואָרן פון אַזויפיל יאָרן.

 

דער בנין התלמוד תורה אויף די 53'סט סט. איז גענצליך איבערגעבויט געוואָרן, אַזוי אַז ווען די קינדער שיחיו וועלן אי"ה צוריק אָנהייבן צו לערנען אין דעם בנין, עס גענצליך נישט דערקענען מיט איר אויפגעפרישטן און ליכטיגן אויסזען.

 

אויך אין דעם בנין הערשט א מאַנגל אין פּלאַץ, און מ'האָט צוגעבויט דריי נייע חדרים כדי צו קענען אַקאָמאַדירן די פרישע תלמידים שיחיו. אויסער דעם איז דער גאַנצער בנין איבערגעפעינט געוואָרן, אַלע טירן פונעם גאַנצן בנין זענען געטוישט געוואָרן אויף גענצליך-נייע, אַלע לעקטערס האָט מען געטוישט אויף פרישע-מער ליכטיגע, אַלע חדרים זענען אויסגעשטאַט געוואָרן מיט נייע טישן און בענק, און אַזוי האָט מען דאָרט דורכגעפירט נאָך פאַרשידענע וויכטיגע רענאָוואַציע אַרבעט וואָס האָט זיך אויסגעפעלט אַהערצושטעלן דעם בנין אַז עס זאָל זיין גרייט פאַר די טייערע תלמידים שיחיו.

 

אינעם גיגאַנטישן בנין "בית רחל" איז אויך אַריינגעלייגט געוואָרן גרויסע כוחות צו רענאָווירן פאַרשידענע איינריכטונגען וואָס האָט זיך שוין אויסגעפעלט. די גאַנצע אָפּטיילונג וואָס איז אָפּגעטיילט פאַר די 12טע קלאַס פון די בית רחל איז הערליכע רענאָווירט געוואָרן. מ'האָט גענצליך איבערגעבויט די קלאַסן, און אַריינגעלייגט אַסאַך כוחות אַז עס זאָל זיין באַקוועם און צוגעפּאַסט פאַר די תלמידות פון דעם עלטער.

 

אַראָפּ אויף די גאַנץ אונטערשטע שטאָק פון דעם בנין, איז דאָרט סטאנצאירט די צענטראַלע "קיך" וואו מ'קאָכט און מ'שטעלט צו די טויזנטער נאַרהאַפטיגע מאָלצייטן פאַר אַלע תלמידים ותלמידות פון די מוסדות. די קיך איז אויך הערליך איבערגעבויט געוואָרן. אַלטע איינריכטונגען וואָס זענען שוין נישט אין באַנוץ, זענען אַרויסגענומען געוואָרן און פרישע נייע און מער-צוגעפּאַסטע זענען אַריינגעלייגט געוואָרן, און די קיך איז פריש-אויסגעשטאַט געוואָרן מיט א צאָל וויכטיגע מאַשינען און כלים וואָס פעלט זיך אויס ביים אָנפירן אַזאַ מעכטיגע אַפּאַראַט וואו קאָכן און שיקן די פרישטאָגס און מיטאגס צו אַלע בנינים פון די הייליגע מוסדות.

 

עקסטער איז איבערן זומער דורכגעפירט געוואָרן א גרויסער "גארבידש פּראָיעקט" כדי צו קענען פּראָצעסירן די פילע הויפנס מיט מוסט וואָס קומען כסדר אַרויס פון דעם בנין, פון די צענטראַלע קיך און בכלל פון די אַזויפיל טויזנטער תלמידות כ"י וואָס לערנען אין דעם בנין. דאָס אַליינס האָט עקסטער אָפּגעקאָסט שווערע טויזנטער דאָלאַרן, אַלעס כדי צו עלעמנירן פאַרשידענע פּראָבלעמען וואָס האָט זיך געשאַפן אין עבר.

 

מיר האפן בעזהשי"ת אין די נאהנטע טעג צו ברענגען א רייע מיט בילדער פון די פארשידענע קאסטבארע דערמאנטע פראיעקטן.

 

אויך זענען אַריינגעלייגט געוואָרן גרויסע כוחות ביי די טראַנספּאָרטאַציע אָפּטיילונג פון די מוסדות, צו פאַרזיכערן בעזהשי"ת אַז די מיטאַרבעטער אין דעם אָפּטיילונג האָבן די מעגליכקייט אָנצופירן מיט אַזאַ פאַרצווייגטע אונטערנעמונג מיט די צוגעפּאַסטע איינריכטונגען.

 

היי-יאָר האָט די טראַנספּאָרטאַציע-אָפּטיילונג פריש אַריינגעלייגט כוחות מסדר צו זיין נאָך באָס-רוטס וואָס האָט זיך אויסגעפעלט ביי די קינדער שיחיו, און עס זענען איינגעקויפט געוואָרן 4 שפּאָגל-נייע באָסעס, ברענגענדיג די פלאָטע פון באָסעס צו א סך הכל פון 27 באָסעס, אלעס כדי צו קענען אַלעס מסדר זיין על צד היותר טוב.

 

גלייכצייטיג איז דער צענטראַלער אָפיס פון "טראַנספּאָרטאַציע" אַריבערגעפירט געוואָרן צו א נייעם פיל-גרעסערער לאָקאַל אינעם בנין אויף די 14טע עוו. דער נייער אָפיס איז אויסגעשטאַט מיט אַלע נויטיגע איינריכטונגען, נייע און אַלטע, וואָס נאָר עס האָט זיך אויסגעפעלט כדי צו קענען אָנפירן מיט אַזאַ אחריות'דיגע תפקיד פון פירן און ברענגן אַזויפיל טויזנטער תלמידים ותלמידות יחיו אויפ'ן זיכערסטן און צוגענגליכסטן פאַרנעם וואָס נאָר שייך בעזהשי"ת.

 

אויך האָט די טראַנספּאָרטאַציע אויפגענומען פרישע דרייווערס היימישע חסידישע אינגעלייט וועלכע געבן זיך אָפּ מיט זייער אַרבעט מיט אחריות און געפיל, און אָפּגעזען פון די העכערע קאָסטן מיט וואָס דאָס איז פאַרבינדן, ווערט דאָס אַלעס דורכגעפירט פאַר'ן תועלת פון די תלמידים ותלמידות שיחיו.

 

די תלמידים וואָס זענען פאַרבליבן איבערן זומער אין די שטאָט געניסן שוין פון די פרישע אַרבעט, און די תלמידים וואָס וועלן אין די נאָנטע טעג זיך אומקערן אַהיים פון די קעמפּס און קאָנטריס וועלן אי"ה גלייך ביים אָנהייבן דעם נייעם יאָר שוין געניסן פון דעם געוואַלדיגן הרחבת הדעת וואָס די נייע איינריכטונגען ברענגן, אַדאַנק די כוחות און געלטער וואָס די הנהלה האָט זיך געלאָזט קאָסטן איבערן זומער פאַר זייער תכלית און תועלת.

 

-מחיל אל חיל-

• 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2011 06:09 לינק ישיר 

היכל ביהמ"ד הגדול והמפואר אין מאנסי בעזהשי"ת דעם פארגאגנענעם שב"ק

דעם פארגאנגענעם שב"ק העעל"ט האבן אנשי שלומינו אין מאנסי בשטומ"צ באנייט צום באנוץ דעם ניי איבערגעבויעטן און פארברייטערטן היכל ביהמ"ד הגדול ומפואר וועלכער ווערט אין די טעג פארענדיגט, נאכדעם וואס מיט עטליכע חדשים פריער איז הערליך פארענדיגט געווארען דעם פראכטפולען גרויסן היכל התורה.

 

הנהלת קהלתינו הק' ארבעטן אצינד אין די טעג אויס די פלענער צום גראינדיעזן מעמד "חנוכת הבית" צום ביהמ"ד הגדול והחדש וועלכער וועט אי"ה פאהרקומען אין דער נאהנטער צוקוינפט, און די בויעריי צום איבריגען חלק פונעם בנין גייט אהן ווייטער אין פולן טעמפא.

 

-השלם זה הבנין-

 •




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2011 05:44 לינק ישיר 

ביקור התרוממות פון מרן רבינו שליט"א אין מחנה רב טוב

היינט אינדערפרי איז אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' אליקים פרענקל הי"ו פון קרית יואל, און דערנאך מרן רבינו שליט"א ארויסגעפאהרן אויף א באזוך אין מחנה רב טוב.

 

דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין קעמפ ארום 8:00 אזייגער (קעמפ זייגער) ווי דער רבי שליט"א איז צום ערשט אריין אין ביהמ"ד פון כיתות ו' ז' און ח' פון מוסדותינו הק' בארא פארק וועלכע איז אונטער די הנהלת פון הר"ר זרח שפירא שליט"א, ווי די קינדער האבן געהאלטן אינמיטן לערנען און דער רבי שליט"א איז ארומגעגאנגען צווישן די טישן ווי דער רבי האט זיך אפגעשטעלט ביי אסאך חברותות און פארהערט די קינדער און מפלפל געווען אין זייערע לימודים.

 

דאן איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד פון די תלמידי כיתות ו' ז' און ח' פון מוסדותינו הק' וויליאמסבורג וועלעכע'ס איז אונטער די הנהלה פון הר"ר משה אלי' גרין שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט אויך דארט ארומגעגאנגען צווישן די קינדער און זיי פארהערט די לימודים, און צווישן אנדערן האט דער רבי שליט"א זיך מפלפל געווען מיט נכדו היניק כמר אלעזר ני"ו בן בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א אריין אין ביהמ"ד פון די כיתות ו' ז' און ח' וועלכע'ס איז אונטער די הנהלה פון הר"ר יואל שטערן שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט און פארהערט אין די לימודים.

 

ארום 9:15 האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט דאווענען שחרית מיט די תלמידי כיתות ט', וועלכע האבן  געדאווענט מיט גרויס התרוממות האבענד'יג די זכי'  צו דאווענען מיט'ן רבי'ן שליט"א. פאר'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, הב' בן מוה"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו פון וויליאמסבורג, הב' בן מוה"ר יעקב ווידער הי"ו, הב' בן מוה"ר קאפל ליכטענשטיין הי"ו, און הב' בן מוה"ר נתן מאיר ליכטענשטיין הי"ו פון וויליאמסבורג.

 

נאכ'ן דאווענען זענען אלע קינדער געגאנגען עסן פת שחרית און דער רבי שליט"א האט אפגעהאלטן א ענגע מסיבת לחיים מיט די חתני הבר מצוה און מאציל געווען ברכת קדשו פאר די בר מצוה בחורים.

 

נאך א שטיק צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל הביהמ"ד פון כיתה מכינה לשיב"ק פון בארא פארק וועלכע'ס איז אונטער די הנהלה פון הר"ר עקיבא יוסף כהנא שליט"א, ווי די בחורים האבן דאן געהאלטן אינמיטן לערנען, און דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט פארברעגט מיט די בחורים אין לערנען.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א אריינגעגאנגען אין ביהמ"ד פון די תלמידי כיתה מכינה לישיבה קטנה וויליאמסבורג וועלכע'ס איז אונטער די הנהלת פון הר"ר יודא בער טעלער שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט זיי פארהערט און זיך ארומגעקוקט אין זייערע לימודים אויף א שטיק צייט.

 

נאכ'ן פארהערן די תלמידי כיתות מכינה לשיב"ק איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום מסיבת לחיים מיט די קינדער פון כיתות ו' ז' און ח' פון אלע חלקים ווי מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דערנאך האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און משמיע געווען פאר די קינדער לענגערע דברות קודש - דברי התעוררות והתחזקות בעניני לימוד התורה והרחקה משקר און נאך.

 

אינצווישן איז אויך אנגעקומען צום באזוך הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א.

 

דערנאך איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידי כיתות מכינה לשיב"ק ווי דער רבי שליט"א האט אויך פאר זיי משמיע געווען לענגערע דברות קודש - דברי התחזקות פאר די בחורי חמד.

 

אלע דברות קודש וואס איז געהערט געווארן קען מען הערן אויף קול סאטמאר אויף עקסט. 44 און 53.

 

באזוך פון רבי'ן שליט"א אין מחנה בית רחל

נאך דעם לענגערע באזוך אין מחנה רב טוב ביי די אינגלעך איז דער רבי שליט"א געפאהרן קיין מחנה בית רחל אין סאוט פאולסבורג, ווי עס האט זיך אויך געפונען די מייסטער ווערק וואס די תלמידות המחנה האבן צוגעגרייט צו דעם באזוך פון רבי'ן שליט"א.

 

דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום ביהמ"ד "בית אברהם אבא" אין מחנה בית רחל ווי עס איז דא א גאנץ זוממער דער כולל ווי עס איז פאהרגעקומען א לחיים מיט די אברכי הכולל פונעם ארט און די ילדי הת"ת וועכלע געפונען זיך אין מחנה בית רחל אויפ'ן זוממער.

 

קודם האט אויפעטרעטן דער מנהל הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א וועלעכער האט מקדם געווען בברכה פני כ"ק מרן רבינו שליט"א, און דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש.

 

פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צו די נייע שפיעל הויז וואס איז געבויעט געווארן היי יאהר, ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די תלמידות. און  דער רבי שליט"א האט קובע געווען די מזוזה, און דערנאך איבערגעגעבן פאר די תלמידות קורצע דברות קודש און דברי הדרכה בעניני צניעות ועוד זאגענדי'ג אז פון מצרים זענען די אידן ארויס אין זכות פון די נשים צדקניות ווי מען האט זיך אויסגעצייכענט אין שם לשון און מלבוש, אזוי אויך זאל דער אויבערשטער העלפן אז בזכות נשים צדקניות זאלן מען בקרוב זוכה זיין ארויסצוגיין פון גלות.

 

אויך האט הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו און נאך חברי ההנהלה קובע געווען מזוזות אויפ'ן נייעם בנין.

 

נאך די קביעות מזוזה ודברות קודש איז דער רבי שליט"א אריבער אויף א באזוך צום זוממער וואוינונג פון הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראשי הקהלה והמוסדות, און דערנאך האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם קעמפ פון מיט חיזוק פאר די תלמידות און מחנכות שיחיו, אויפ'ן וועג אהיים למעון קדשו אין קרית יואל.

 

נאך וואס דער רבי שליט"א איז אוועקגעפאהרן פון קעמפ איז אפגעהאלטן געווארן א גראנדיעזע מעמד קבלת פנים לכבוד הרבנית הצדיקת תליט"א.

 

ביינאכט איז בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. פאהרגעקומען דער ווארט-תנאים פון המחותנים מוה"ר משה גאלדבערגער הי"ו פון קרית יואל - אבי החתן, און מוה"ר חיים שמואל שפילמאן הי"ו פון קרית יואל - אבי הכלה ווי דער רבי שליט"א האט געליינט דעם תנאים.

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2011 05:42 לינק ישיר 

נאך סחורה פין חודש אב, קליקט דא

ורוח הקודש אומרת כן ירבה, תמוז תשע''א


תוקן על ידי היראים ב- 19/08/2011 05:58:16




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ורוח הקודש אומרת כן ירבה :אב תשע"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext