בית פורומים כל העולם כולו

געלט וואס קרית יואל האט באוויזן צו שאפן ב״ה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/8/2011 01:07 לינק ישיר 
געלט וואס קרית יואל האט באוויזן צו שאפן ב״ה

עס איז דא א באקאנטע מעשה וואס האט פאסירט פאר די צווייטע וועלט מלחמה, אז א איד האט געטראפן א צווייטן איד לייענען דעם שטירמער,  די אנטעסעמיטישע צייטונג פון געבעלס ימ״ש, האט ער אים געפרעגט היתכן, האט ער גענפערט אז אין די יודישע צייטונגען לייענט ער נאר יודישע צרות, די רדיפות, די דחקות וכדומה, משא״כּ אין שטירמער שטייט נאר ווי רייך זיי זענן און זיי פירן די וועלט וכדומה.

איך זאג עס לגבי דעם, אויב וויל מען וויסן אפס קצהו (ווייל זיי ווייסן נישט אלעס) וואס די ווילעדזש לייגט אריין כוחות צו שאפן געלט פון די גאווערמענט, און עס געלונגט זיי ב״ה, זאל ער קוקן אין שכינותדיגן פורם.

זיי דעקן דארט אויף אז די ווילידזש האט אריינגעברענגט אין לעצטן יאר אליין פינעף און אכטציג מיליאן דאלאר ב״ה

מיר ווינטשן פאר די ווילעדש פירערס כה לחי, און א שיינעם דאנק פאר יענם פורם פאר ברענגן  די אינפארמאציע, ייש״כ




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2011 06:00 לינק ישיר 

עס איז דא איין גרויסע נפקא מינה צווישן די געלט וואס קרית יואל שאפט אין די געלט וואס ODA/UJO שאפען
די געלט וואס קרית יואל שאפט קען יעדער הנאה האבען אין זעהן ווי די געלט גייט,
די געלט וואס ODA/UJO שאפט ווייסט דערווייל קיינער נישט ווי עס גייט
עס איז נאר א נחת צו זעהן ווי זיי שטעכן זיך אויס די אויגן קעגן קרית יואל, זיי קענען זיך פארמעסטן מיט די סעיוו מאנרא אנטיסעמיטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/8/2011 21:30 לינק ישיר 

ס'איז מבהיל הרעיון!!!!

די בולט'ע חילוק פון די היינטיגע ווילעדזש פירער
און די אמאליגע [פאר]פירער פונעם גרעסטן אידישן שטאט אין אמעריקע!

ווען די אומפאראנטווארטליכע אמאליגע פירער זענען געווען בתקפם האט מען געפירט א פאליש שאלעשידעס ווערטשאפט, און די שטאט איז געווען ביים שוועל פון גיין געבראכן!

זיי צייגן אן די שווערע ארבעט וואס די שטאטישע טאטעס ארבעטן פאר די וואוילקייט פונעם גאנצן שטאט.


די זעלבע סקול דיסטריקט וואס איז ווי א צלם בהיכל [כלשון הגדולים שבגדולים מ'האסעפטיקער בדורינו]
אין עבו"ז ג"ע ש"ד, עפ"..... די זעלבע איז יאסל וואלדמאן געלאפן פאר א זיץ דארט.

די זעלבע,
ווען וואלי ל. באקומט 4 פון די 7 זיצן כתאוותו הרחבה, וואלט געווען כשר און הייליג בדרך הסלולה לנו.....

די זעלבע ווילידזש,
וואס איז מעכב די גאולה.....[ת"ח שאין בו דעת, או יש בו דעת והוא צבוע גדול]
די זעלבע ווילידזש ווען מענדל ש. אדער זיגמונד ב. איז מעיאר אקעגן די ווילן פון רוב שטאט.
וואלט ווען מקרב געווען די גאולה.....

די זעלביגע אידן וואס האבן קיין פראבלעם מיט מסירה, פארקערט כלשון ה מסור הגדול וכל הצדיקים הגדולים תלמידי ומחללי רבינו איז גאר "ולמצוה גדולה יחשב"

די מ,כלומרשטע פרומע אידן . מ'כלומרשטע אויסשרייערס אויף יעדע קוצו של יוד. האבן קיין פראבלעם מיט ערענסטע אישות שאלות, סידור קידושין וכדו'.

אנשטאט צו זוכן אויסצירימען די נענטסטע קהילה אין שיטת רבינו [לו יצייר זיי זענען גערעכט] מאכן זיי גאר די גרעסטע פירוד לבבות

אומפארגינער
צר עין'ניקעס
מסריח שם הטוב פון רבינו זי"ע

די ביזט דאך מ'כלומרשט ערליך......????

 דאס אז כ"ק מרן שליט"א וואלט געדארפט זיך לאזן טרעטן פון ענק איז גאר נארמאל

און ער פארשטייט אויך זיך צו פארגלייזן די אויגן אין זאגן אז תשנ"ט וואלט מרן שליט"א אויב ער איז ערליך געדארפט פאלגו דעם לאנגן ....און זיין שטיל און זיך לאזן ציטרעטן ווייל מ'דארף זיין ערליך אין ס,איז קיינמאל נישטא קיין היתר פאר חילול השם [ איי די ביזט מסרב לדיין בדי"ת...] און דער באשעפער פירט די וועלט. שלינג אראפ.
מאך איין און גיי אין בעיסמענט אריין.

אלע וועל דיר זאגן אז דער רבי ז"ל וואלט ווען קלאר אזוי געטוהן......
[עיין ארשיווע. קראלי. סאטמאר.סאטמאר . חוסט. סאטמאר]

אבער דער טשאטער גדול און יסל וואלדמאן אין דער שארמאשער. וכל הקופה של.... זיי מוזן קלאר גיין אין קאמפף
מ'מעג מסר'ן גיין אין קאורט
טאנצן מיט ספרי תורה
ארויסגיין קעגן דעם אב"ד פון די שטאט.
רעדן אויף א דיין איז דאס ארגסטע אין ראדני.....אבער פלוצלינג מעג מען שוין

און קורצן אויב עס איז דא קלארערע מסלפי התורה הק'
און מסלפים בהמציאות הדברים לאזט מיר וויסן.

דער מענספילד האום פירער וואס קען די הינקעדיגע מוסדות וואס איז געבויט מיסוד לבגדיל מחלוקת . קעו ער קוים פירן
ס'איז אין דער ערד.

און ער האט א געשמאק צי פירן די שטאט....הא הא הא

דוי לאכט מען.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > געלט וואס קרית יואל האט באוויזן צו שאפן ב״ה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext