בית פורומים אידישע געדאנק

פראגע פון נטרונא?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/8/2011 00:11 לינק ישיר 
פראגע פון נטרונא?

איך וויל וויסן איך געב אייך כסדר געלט, זענט איר טאקע פונעם אמאליגן דור, ווייסט איר נאכנישט ווי מ'מאכט היינט פובליסטי? וואס איז פשט פון ספענדן אלפים ורבבות פאר צייטונגען און ראדיא'ס וואס די קול קומט אן נאר אין 1 לאנד און נאר צו 1 קאטוגוריע מענטש און נאר אין א קורצע צייט, אין דערצייט וואס אויפן ברייטען וועלטעל קען מען א סאך גרינגער און שנעלער און ביליגער אנקומען צו ביליאנען מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן און ס'בלייבט די גאנצע צייט, וכו' וכו'...

יעצט זאג מיר נישט אז איר האט א וועבסייט, דעס הייסט א וועבסייט? דעס הייסט פאבליסיטי? אפי' ווען איך לייג אריין נטרונא אין גוגל טרעף איך נישט אייער וועבסייט,, הזאת נעמי? ס'וואלט געדארפט זיין אז ווען אימער מ'לייגט אריין זשו אדער זייעניסט אדער איזראעל אין גוגעל זאל לכה"פ אויפן ערשטן בלאט זיין די נטרונא'ס וועבסייט, עד'ס אין אלע גוישע וועבסייט'ס, ווי מער לינק'ס, און די וועבסייט אליין דארף אויסקוקען ווי א וועבסייט וואס רעפעזענטירט רבבות אידן, נישט ווי עפעס א ארגענעזאציע'לע וואס האט געטראפן ווי זיי קענען ארויפלייגן זייערע מיינונגען.

איך פרעג נישט ווייל איך וויל קריטיקירן, איך וויל פשוט פארשטיין, איך וואלט גרייט געווען צו וואלונטירן איר קענט מיך אישי'נען, אבער דאס איז ניקס קיין עסק.



תוקן על ידי קוק_ווינקל ב- 22/08/2011 00:12:06




תוקן על ידי קוק_ווינקל ב- 22/08/2011 00:13:00




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/8/2011 00:38 לינק ישיר 

ענדליך רעדט שוין איינער מאמע לשון.

קוק ווינקל, ביסט נישט דער איינציגער מיט פראגעס,
און ס׳ איז דא נאך געזונטע פראגעס איבער זיי, וואס ברויכן אן ערנסטן ענטפער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2011 03:33 לינק ישיר 

אויסגעזויגען פין פינגער!



תוקן על ידי קל_וחומר ב- 22/08/2011 03:34:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2011 19:31 לינק ישיר 

קוק_ווינקל כתב:
יעצט זאג מיר נישט אז איר האט א וועבסייט, דעס הייסט א וועבסייט? דעס הייסט פאבליסיטי? אפי' ווען איך לייג אריין נטרונא אין גוגל טרעף איך נישט אייער וועבסייט,, הזאת נעמי? ס'וואלט געדארפט זיין אז ווען אימער מ'לייגט אריין זשו אדער זייעניסט אדער איזראעל אין גוגעל זאל לכה"פ אויפן ערשטן בלאט זיין די נטרונא'ס וועבסייט, עד'ס אין אלע גוישע וועבסייט'ס, ווי מער לינק'ס,
איך פרעג נישט ווייל איך וויל קריטיקירן, איך וויל פשוט פארשטיין, איך וואלט גרייט געווען צו וואלונטירן איר קענט מיך אישי'נען, אבער דאס איז ניקס קיין עסק.



תוקן על ידי קוק_ווינקל ב- 22/08/2011 00:12:06

 



תוקן על ידי קוק_ווינקל ב- 22/08/2011 00:13:00




איך האב נישט קיין אנונג וואס דו מיינסט צו זאגן, אני בעניי האב עס אויספרובירט, כ'האב אריינגעקלאפט סיי ביי jews  און סיי ביי ציונות און אויפן ערשטן בלאט ערשיינט פראמינט נטרונא'ס וועב זייטל, ס'איז ב"ה א געוואלדיגע קידוש ה' אשריהם ואשרי חלקם! 
איך האב מיך גראדע לעצטנס אנגעשלאסן אין זייער מעמבער שיפ קאמפיין, כ'האב אויך געוואלט האבן א חלק אין די עבודת הקודש וואס איז ממש צו באוואונדערען,
 איר קענט דאס באגרייפן? סיי ווער און וואו איינער קלאפט אריין "דשוס" שפריגט אים אין פנים נטרונא! אשרינו!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2011 19:32 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/8/2011 19:33 לינק ישיר 

און דא האט איר נאך איינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פראגע פון נטרונא?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext