7 טויזנט תשב"ר בליעה"ר זענען מקבל פני קדשו מרן רבינו שליט"א
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו! די וואך זונטאג ראה העעל"ט איז פארענדיגט געווארען די רייע באזוכן וביקורי הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין די פילע קעמפס וואו עס האלטן זיך אויף די טויזנטער תלמידים ותלמידות פון מוסדות סאטמאר, וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי, די דערהויבענע באזוכען וואס דער רבי שליט"א האלט יערליך אפ לחזות בנועם ה' ולבקר בהיכלו לאזט איבער א געוואלדיגע רישומא קדישא און בלאזט אריין הויפענעס חיזוק לתורה ויראת שמים אין די פילע טויזענטער תשב"ר. ווי יאר יערליך און כמנהגו בקודש פון מרן רביה"ק והטהור זי"ע ולאחר פטירתו דורך מ"מ מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע איז דער רבי שליט"א ווייטער ממשיך מדי שנה בשנה און איז מקדיש עטליכע טעג ספעציעל צו באזוכען די פילע טויזענטער תלמידים ותלמידות וואס זענען צושפרייט איבער די קעטסקילס בערג און ווערן נתגדל ונתחנך על דרך ישראל סבא תחת דגלו והדרכתו פון עטרת ראשינו כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א נשיא המוסדות הקדושים. אנגעהויבן פארגאנגענעם דאנערשטיג איז דער רבי געווען אין די 2 בחורים קעמפ'ס, צוערשט אין מחנה רב טוב-דעירילענד, און דערנאך אין מחנה ישיבה קטנה-גרינפעלד פארק, זונטיג אנגעהויבן פון אינדערפרי איז דער ערשטע דער רבי שליט"א געווען אין מחנה רב טוב-נעפענעק, באזונדער איז פארגעקומען א קבלת פנים דורך די תלמידי מוסדותינו הק' פון מאנסי, דערנאך איז דער רבי געפארען אין די 2 מיידל קעמפס-אלסטער הייטס און קארהאנקסען, נאכדעם איז רבי שליט"א געפארען צו מחנה בנות סאטמאר-בארא פארק, עס איז שוין געווען שפעט אויפדערנאכט ווען דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקערט למעון קדשו אין מחנה דברי יואל-אחים זופניק, ווי דער רבי שליט"א וויילט אינאיינעם מיט די 850 תלמידי הישיבה גדולה. בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה זיוה והדרה
 |
|
|