
דאנערשטאג אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין היכל ישיבה קטנה קרית יואל – חלק פון הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, בן מוה"ר נפתלי כ"ץ הי"ו פון וויליאמסבורג, הב' בן מוה"ר חיים סופר הי"ו פון קרית יואל, און הב' בן מוה"ר שמעון אברהם ראטה הי"ו פון קרית יואל.
נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד להר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א מנהל, ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל. דערנאך איז פאהרגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, בדברי התעוררות לחודש אלול און סיום הזמן.
•♦•
פון אווענט אהן האבן טויזענטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן און אלע עקן און גענטער, אנגעהויבן צו שטראמען מאסנווייז צום ציון המציונת קודש הקדשים פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זצוקלה"ה וועמענס יארצייט עס איז אצינד געפאלן.
ביים זמן האט דער רבי שליט"א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש ווי דער רבי שליט"א האט געצינדן ליכט און געדאווענט פאר'ן עמוד, און דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען שוין געווען פארזאמעלט א ריזן ציבור תלמידים וחסידים וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם טיש בצל הקודש פון ממלא מקומו מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
ביי דעם געלעגנהייט האבן טויזענטער אנ"ש געשטיצט די הייליגע ישיבה שהושיבו על קברו, וועמענס יערליכע מגבית עס איז אפגעהאלטן געווארן ביים צענטראלן סעודת הילולא ווי יאהר יערליך.
בעפאר דער רבי שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש, האט הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו אויפגעטרעטן מיט זכרונות, עובדות וסיפורים פונעם גרויסן בעל הילולא זי"ע.
ביי טיש האט מען געזינגען ניגוני התעוררות, און מיט מכתם לדוד האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א מהוניאד, בן הרה"ח המנוח ר' יקותיאל הערש ז"ל וועמענס חזקה עס איז געווען אלע יאהרן און איז היי יאהר נפטר געווארן לה"ה.
א שטילקייט האט געהערשט אין ביהמ"ד בשעת ווען דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן דברות קדשו, - ווי דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה, און אויסגעטייטש בדרך אגדה ארומרעדנדי'ג פון די מעלת הצדיקים און די קדושה פון מקום מנוחתם.
דערנאך האט דער רבי שליט"א מעורר געווען בעניני צניעות און וועגן די אלע טמא'נע טעכנאלאגישע כלים אין וואס מען איז היינט פארפלאגט אין דעם גלות אמעריקא, ווי דער רבי שליט"א האט מאריך געווען בדברי מוסר
דאן האט דער רבי שליט"א מברך געווען על הכוס ברכת המזון.
•♦•
פרייטאג ערש"ק אינדערפרי ביומא דהילולא, איז אין ביהמ"ד הגדול פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שמעון ישראל הורוויץ הי"ו פון וויליאמסבורג.
דאן איז דער רבי שליט"א ארויף אין ישיבה גדולה ווי עס זענען געווען פארזאמעלט טויזענטער בחורים פון אלע ישיבות הקדושות און קעמפ'ס, צו דאווענען אינאיינעם מיט'ן רבי'ן שליט"א ביומא דהילולא קדישא.
דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, הב' בן מוה"ר שמואל אליעזר טייטלבוים הי"ו פון בארא פארק, און הב' בן מוה"ר וואלף פארקאש הי"ו פון קרית יואל. דאן האט דער רבי שליט"א געדאווענט פאר'ן עמוד לרגל די הילולא קדישא פון דודו מרן רביה"ק זי"ע.
ארום 15 מינוט נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום סיום הש"ס ומסיבת לחיים אין היכל ישיבה גדולה, ווי דער רבי שליט"א האט געמאכט די הדרן, און נאך אמירת קדיש האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים און דאן מאריך געווען בדברות קודש ודברי התעוררות אלס הכנה צום עלי' לציון הק'.
דער רבי שליט"א האט זיך דערביי געשטעלט אויפ'ן פסוק אין תהלים וחסד ה' מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים, אויסטייטשנדיג בדרך אגדה אז אין טאג פון א יומא דהילולא האט דער צדיק א שייכות צו ביידע עולמות.
דער רבי שליט"א האט דערנאך מעורר געווען די בחורים אויף די הכנה פאר מען גייט ארויף צום ציון, ובתוה"ד האט דער רבי שליט"א דערציילט א מעשה וואס ער האט געהערט פון בעל העובדא א תלמיד פון זקינו הרה"ק מרן בעל עצי חיים זי"ע אז אמאל חנוכה האט ער זיך געשטעלט נאכן דאווענען צוזאמען לייגן די תפילין פון עצי חיים, האט אים דער עצי חיים געפרעגט צו ער האט געשפילט קוויטלעך, ער האט נישט געענטפערט מחמת בושה, האט דער עצי חיים געזאגט, מיט די הענט וואס דו האסט געשפילט ווילסטו אנרירן מיינע תפילין. און דער רבי האט ארויסגעברענגט אז דער מנהג איז ווען מען גייט צו א ציון אז מען כאפט אן די מציבה, ווי קען מען מיט אזעלכע הענט וואס שפילן זיך מיט די טמא'נע כלים אנכאפן אזא הייליגן ציון.
נאך די לענגערע דברי התעוררות איז דער רבי שליט"א און באגלייטונג פון די הונדערטער בחורי הישיבות ובעלי בתים ואברכים ארויף צום אוהל הקדש זיך משתטח זיין על מקום מנו"ק פונעם בעל הילולא זי"ע ועכי"א.
דער רבי שליט"א האט קודם געזאגט די תפילה פון הייליגן ישמח משה זי"ע און דערנאך אנגעהויבן אמירת תהלים מיט א קול בכי, און דער ציבור האט מיטגעזאגט מיט גרויס התעוררות, נאך אמירת תהלים ולימוד משניות האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, און דאן זיך משתטח געווען אויפן הייליגן ציון און אויסגעבעטן אלעס גוטס להפקד בדבר ישועה ורחמים לנו לכל ישראל אמן.
•♦•