בית פורומים אידישע געדאנק

עס איז שוין דורך צוויי גאנצע יארן פון די סבלנות עפאכע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2011 01:56 לינק ישיר 
עס איז שוין דורך צוויי גאנצע יארן פון די סבלנות עפאכע

דא האט איר א לינק צום אחים אנחנו פארום צי יענע צייט ווען עס איז פארגעקומען דער יסוד איתן צום סבלנות עפאכע



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 01:57 לינק ישיר 

באלאנד כתב
א גוטע וואך. 

נעכטן, פרייטאג צונאכטס האט ר' אהרן דער "בעל הגאון הקדוש" געמאכט א הפסקה און גלייך נאך די המוציא האט ער "שלא כדרכו" גערעדט פאר די בחורים וועלכע זענען בלי שום ספק סרים למשמעותו און פאר זיי געגעבן א לעקציע אין זיין מידת סבלנות. 

ער האט געזאגט אז ווי עס ווייסן אלע, געפינען זיך איצט אסאך געסט אין קרית יואל צום בעפארשטייענדן יומא דהילולא. געוואונטשענע און אומגעוואונטשענע, אזעלכע וואס קומען מתפלל זיין און אזעלכע וואס קומען זיך שלאגן. איך וויל בעטן יעדן איינעם אז מען זאל זיך לערנען פון מיר. איך בין אנגעקומען אזוי ווייט נאר ווייל איך בין א סבלן (נישט געווען ווער ס'זאל לאכן...) און שוין צוואנציג יאר וואס איך קען שוויגן און איך שווייג. דעריבער וויל איך בעטן אלע בחורים אז מען זאל זיך לערנען פון מיר צו שווייגן. 

איך ווייס אז זיי האבן זיך געדינגען שלעגערס און זיי ווילן ווייזן פארן געריכט אז מען שלאגט זיך אויפן ציון. איך בעט יעדן אז מען זאל זיי איגנארירן און מען זאל אפילו אויף זייער זייט נישט קוקן. 

ע"כ די הייליגע דיבורים יוצאים מפי איש קודש דער אהרן כהנא קדישא. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 01:58 לינק ישיר 

שמאוליונה כתב

דער "געוועזענער" האט זיך ווידער צורעדט.

דער "הגאון הקדוש" האט זיך צורעדט פרייטיג צונאכטס נאך די פיש און באשטעטיגט אלע אנאליזען פון פארמעגליך אויף זיין "פערסאנאליטי דיסארדער".

נאך די פיש האט הגאון הקדוש גערעדט צו די בחורים און זיי דערציילט די לעצטע נייעס וזה לשון קדשו......

עס זענען געקומען אין שטעטעל געסט.... אה אה אה .... אומבאמערקבארע געסט..... אה אה אה ....יא יא. אומבאמערקבארע און אומגעווינטשענע געסט..... זיי זענען געקומען זיך צו שלאגען.... זיי זענען געקומען אויף שבת און זיי זענען אויך געקומען אויף זונטיג.....  זיי האבען מיטגעברענגט געדינגענע שלעגערס ווייל זיי ווילען זיך שלאגען.

איך בעט און איך ווארען און איך הייס אז מען זאל זיך נישט שלאגען מיט זיי..... אה אה אה..... מען זאל האבען סבלנות..... איך... איך.... איך האב אויך געהאט אסאך סבלנות אין די לעצטע 20 יאר און עס האט זיך געלוינט.... מיט סבלנות קומט מען אן זייער זייער און איך מיין טאקע זייער ווייט...

זיי ווילען זיך שלאגען אז עס זאל זיי העלפען אין געריכט.... איך זאג נאכאמאל איך האב געהאט אסאך סבלנות און מיט סבלנות שניידט מען אפ גוט...... מען זאל זיך נישט שלאגען בשום אופן נישט שבת און נישט זונטיג.

דאס איז בערך לשונו פונעם גאון וקדוש.

מחר יהיה האות הזה וועלען מיר זען צו די מיליטער וועט פארשטיין ווי אזוי אויסצוטייטשען רצון  קדשו ....... 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > עס איז שוין דורך צוויי גאנצע יארן פון די סבלנות עפאכע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext