בית פורומים כל העולם כולו

זאלי'ס אין ב"פ: נאכמאהל געווינען...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2011 16:07 לינק ישיר 
זאלי'ס אין ב"פ: נאכמאהל געווינען...

אין מעלדונגען אינעם היינטיגען איד ווערט געמאלדן אז די זאלי'ס אין בארא פארק האבן אצינד נאכמאהל געווינען.... (אזוי ווי ביז היינט) און דאס מאהל האבן זיי געהאט אזא שטארקע געווינס זיי גייען (ענדליך לחיים ולשלום) עפענען "מוסדות אין בארא פארק"...

די פראגע איז נאר צו וועט ר' מענדל שווימער בלייבן ווייטער פירן די עקסענסטירענדע מוסדות און פירן ביידע פון איין אפיס, אדער וועט ער אפטרעטן ....




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2011 01:13 לינק ישיר 

[quote]

אין באבוב - לפי השמועה - איז צד מהרמ"ד היבש צופרידן וויאזוי זיי זענען יעצט, מיט זייערע נייע בנינים, און זיי שטופן נישט דעם פסק.
[/quote]

דו ביזט זייער רוי אין באבוב, אויב דו ווייסט נישט די אלף בית:
די די"ת אין באבוב קאסט יעדע וואך וואס ס'ציעט זיך 10 אלפים פאר יעדע זייט!
און דאס איז אלעס פאר די איין  זיצונג וואס קומט פאר יעדע וואך!
ס'איז א הימל געשריי!, נישט אומזינסט שמועסט מען אין באבוב, אז מ'דארף סוף פון'ם די"ת, גיבן פאר יעדע טוען און בורר דיין א 1099.....
כאטש א נקמה פורתא...
די בוררים טוענים זענען גוט אין ביזנעס ווילאנג ס'גייט אן.
במילא דריי נישט קיין ספאדיק אז איינע פון די זייטן זיכט ס'זאל זיך שלעפן, ווייל די די"ת טרוקנט זיי אויס פינאנציעל!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/8/2011 00:56 לינק ישיר 

דער נקידה איז פשוט:
דאס אז די דיינים טיען וואס זיי טוען איז אפשר א פארברעך וואס זענען עתיד ליתן את הדין, און עס גייט אריין אונעם כלל פון עינו הדין,

אבער זאגען שוא עבוד אלקים, אז ווייל די דיינים זענען געלט פרעסער און צייט שלעפער זאל ח''ו גיין און קארט? חלילה!

עס איז טאקע שווער די בעלי דימים ווערן גייסטיש געפייניגט, אבער וואס קענען מיר דען טאן? דאס איז ליידער דער מצב,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 23:54 לינק ישיר 

ליידער איז דאס די טאקטיק פון א געוויסע טוען וואס איך וויל נישט שרייבען זיין נאמען. וואס טרייט לאנג צו שלעפען למשל אין באבוב. האט ער געשלעפט און ביזדערווייל האט צד ר' מרדכי דוד אויסגעבלוטיגט. פינאנציעל, און ר' בנציון האט זיך זייער שיין ארויפגעבויעט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 23:43 לינק ישיר 

סקאט, איך האף אז דער פאקט איז ביי דיר נישט קיין נייעס, אז קהילה פירער קענען מאכן דאס גענאר פון זייער ציבור.

אבער איך וואלט געזאגט, אז אויף די ראשי קהילת מהרז"ל קען מען נישט האבן קיין טענות, ווייל זיי קענען זייער ציבור, און יענער ציבור זוכט ענדערשט האלבע געקוועטשטע מכלומרשטע נצחונות - ווי רעאליטי. בדוק ומנוסה.

איך בין ביי מיר 100 פראצענט זיכער, אז ווען מען פרעגט דעם המון עם ביי די זאלונים צו זיי ווילן עס זאל ארויסקומען א פסק דין אין בארא פארק קעגן זיי, וועלן אלע זאגן אז ליבערשט זאל עס בלייבן הענגען אין די לופט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2011 23:37 לינק ישיר 

כבוד האנדא,

איך שעץ זייער דיין "אמונה פשוטה" אין דין תורה'ס וואס זאל איך דיר זאגן איך בין נישט אזוי אויסגעארבעט ווי דיר, ליידער בעיני האלט איך נאך אז אידישע דיני תורות דארף געפירט ווערן מיט ישרות באופן שאין הבריות מרננין אחריו, קען זיין איך האב א טעות אבער דאס איז מיין מיינונג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 23:28 לינק ישיר 

פייוו בארא, אויב ס'ווי די זאגסט, מיינט דאס אז די פירער פון די קהלות מאכן געהעריג ליצי לצנות און שפילן זיך מיט די נערוון פון זייערע אייגענע מענטשן,

די מציאות איז אז די מנהיגים ומציגים וואס פירן די טענות ומענות ביים בי"ד, די זענען שלוחי ציבור, און דער ציבור וויל רעזולטאטן און גיין ווייטער, דאס קען איך דיר זאגן אויף טויזנט פראצענט, פרעג סיי וועלכער עמך איד, אנגעהערער צו צד מהר"ד מבאבוב אדער צד מהרז"ל אין ב"פ, אדער זענען זיי פרוסטרירט פון די שלעפערייען, אדער זיצן זיי און האפן נאך אז ס'וועט קומען דער טאג וואס מ'גייט געווינען,

 מעג מען דאס טאן מיט מענטשן, איבערהויפט ווען די ראשי הקהלה זענען לעולם שלוחים פונעם ציבור,

אויסער דעם וואס דאס זיצן ביי דין תורה, איז יעדע מאנעווערע ווערט איבערגעקייט, און אויסגעדראשן ביי ביידע צדדים ווי ביידע צדדים שרייען געוואנען, און דאס גייט אזוי אן פאר יארן, הא גופא איז אזאך וואס איז מונע די מעגליכקייט פון א א "נאטורליכע" שלום, א ענדע צו ביטול תורה, ס'איז דאך אזוי אז יעדעס מאל וואס דער טעמע קומט נאכאמאל ארויף, פלאטעזירט מען עס און בע"כ ברענגט עס ארויף שלעכטע געפילן קעגן דעם צד שכנגד,

אפציעל איז דאך א אידישע קהלה דער ציל להגדיל תורה ולהאדירה, נו ווי איז דער אחריות פון די ראשי הקהלה צו בזדון שלעפן א דין תורה,

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 25/08/2011 23:30:22

גוגל טאלק: [email protected]
Only available when actively writing on hydepark 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 22:59 לינק ישיר 

מצד חילול השם אויף די גאס איז אפשר סקאט גערעכט, אבער אליבא דאמת, סיי אין באבוב און סיי אין סאטמאר ב"פ איז די מעשה די זעלבע, אז די בעלי דינים שטופן נישט אז סזאל ארויסקומען א פסק, און היות די פסק איז פאר קיינעם  נישט נוגע אויסער פאר די בעלי דינים, קומט עס נישט ארויס. (אנדערש ווי אין קאורט וואו דער געריכט 'מוז' ארויסגעבן א פסק).

אין באבוב - לפי השמועה - איז צד מהרמ"ד היבש צופרידן וויאזוי זיי זענען יעצט, מיט זייערע נייע בנינים, און זיי שטופן נישט דעם פסק.

אין סאטמאר ב"פ, האבן די זאלונים דערשמעקט זייער מצב, און אנגעהויבן פארצושלאגן אייגענע באשלוסן מיט וואלן און חתימות, ביז זיי האבן באשלאסן זיך אפצולאזן פון די גאנצע דמיון, ווי מיר זעעהן היינט ווען זיי פראקלאמירן די עפענונג פון א נייע מוסד, אן צו דערמאנען א ווארט אז זיי זאלן ארויסקוקן אויף א די"ת איבער די עקזיסטירנדע מוסדות.

און אז קיינער פארלאנגט נישט קיין פסק דין, קומט בי"ד נישט ארויס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2011 22:44 לינק ישיר 

די ווערטער פון הער סקאט טאר מען נישט נאכזאגען ח''ו

נאר די טמאנע זאליס מיט די ווערים און קרעטץ רעדען אזוי!

אז דער הייליגער באשעפער האט געהייסן גיין צו דין תורה, אפי' דער דין תורה זאל זיך ציען טויזענט יאר מיז מען גיין, אן קיין חכמה'ס, אין אז איינער גייט נישט מעג אפי האבן די בעסטע תיריצים, ער מייג הייסען טייטעלבוים, פריעדמאן, פילאף, כץ, ווייבערגער, איז ער א שגץ און א מססרב לדין,

און און קארט אפי מען קען געווינען און 15 מינוט, טאר מען נישט גייט, און ווער עס גייט יא, און א שגץ, ער איז מקרי רשע, און ער איז מירים יד בתורת משה,

אפי' מען פארלירט א ביליאן דאללאר, טאר מען נישט גיין און קארט, נאר אויב מען האט רשות פון א דיין, ( און די פוסקים ווערט נישט דערמאנט אז דער רשות צעטל טאר נישט ליגן און קיין שופלאד)

בכבוד רב מר סקאט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 22:10 לינק ישיר 

סקאטמאלען איך בין גענצליך מיט דיר


רוב דין תורות נעמען נישט אזוי לאנג, יעדע דין תורה ווי עס שלעפט זיך זענען איינס פין די בעלי דינין אדער ביידע שילדיג, 
לויט ווי מען ווייסט האט סאטמאר ב''פ די''ת שוין געהאלט כמעט ביי א פסק אין צד מהרז''ל האט אנגעהויבן פין א פרישע ריכטונג ווי יעדער געדענקט, אין אויב זאל איינער פארלאנגען א זיצונג וואלט שוין געווען לכאורה גענוג זיצונגען


קוק אן אלע קהל'שע דין תורות ווי וויזניץ, קראסנא, אא''וו קיין איינס האט נישט גענומען אזוי לאנג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2011 22:01 לינק ישיר 

קען זיין ביסט גערעכט אבער די פאקט איז אז, להבדיל, ביי די גויאישע ערכאות, קומט דאך אויך אמאל צו א פונקט וואס מ'קען מער נישט אפעלירן, די וומ"ב קעיס האט זיך אנגעהויבן מיין איך און 2001, און אין 2007 איז שוין געווען נאך די אלבעני פסק, וואס דאס האט אויך אריינגענומען די מונרו קעיס, דאס מיינט אז ווען נישט די מונרו קעיס וואלט עס שוין געווען פארטיג אפאר יאר פריער,

יעצט טראכט אריין, ווען די זאליס און וומ"ב זענען ווען גלייך מסכים צו גיין צו א נארמאלער בי"ד, וואלט מען נאך לכאורה היינט געזעצן ביים דין תורה, כ'מיין, קוק וואס טוט זיך אין בובוב, מ'זיצט נאך אלס ביי די"ת און צד הרמ"ד, האט דערווייל קיין פעני, די ארונים וואלט אויך ווען גארנישט באקומען, אלע בנינים וואלטן געווען לכאורה לעגאל אונטער די זאליס, עכ"פ שטערקער ווי יעצט, ווי די זאליס פרובירן מיט אלע דריידליך צו טוישן די דידס, זיי וואלטן גאנץ מעגליך ווען געהאט די ביה"ח, די אהרונים וואלטן נאך מעגליך נישט געעפענט קיין מוסדות,

נו זאג דו מיר, פארוואס זאל א מענטש נישט קומען צו די החלטה אז קאורט לוינט בעסער ווי דין תורה, ס'ממש א חורבן עולם,

איך ווייס נישט צו די דיינים זענען שולדיג אבער א חורבן איז עס זיכער

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 25/08/2011 22:03:16

גוגל טאלק: [email protected]
Only available when actively writing on hydepark 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 21:59 לינק ישיר 

זייער אינטרעסאנט וויאזוי קען א בעל דין וויסן וואס די פסק גייט זיין פאר עס איז בכלל ארויסגעקומען? אויב דאס איז אמת זענען מיר גוט אין דער ערד מיט אונזערע בתי דינים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 21:53 לינק ישיר 

סקאט, איך האב געהערט א האלב יאר צוריק א דער בי"ד האט גרייט א פסק ארויסצוגעבן נישט גינסטיג פאר די זאליס, און די זאליס האבן געבעטן ענדערש געב עס נישט ארויס און מיר וועלן מאכן שבת פאר זיך
צו ס'איז אמת צו נישט ווייס איך נישט

איינער קען דאס קאנפירמען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 21:28 לינק ישיר 

סקאט, די סיבה פארוואס א דין תורה שלעפט זיך זייער לאנג, איז ווייל די בעלי דינים האלטן אין איין אויפקומען מיט פרישע טענות. און זיי, די בעלי דינים, זענען די וועלכע האלטן צוריק דעם פסק פון ארויסקומען. די פארשטייסט אליין אז איינמאל די פסק קומט ארויס קען מען דאס מער נישט אפעלירן. דא רעדט מען נישט פון א קליינעם געלט סכסוך. דאס זעלביגע שפילט זיך אפ איז אין באבוב.

כ'רעד שוין נישט פון דעם אז די קהלה פירער פון מהרי"י אין ב"פ האבן לכתחילה נישט געהאלטן ביים גיין צו דין תורה, נאר די קאורט האט זיי אהין געשיקט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 21:09 לינק ישיר 

סקאט ביסט ליידער גערעכט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 21:01 לינק ישיר 

ס'באמת א גרויס ווייטאג, צו זען די הימל'שרייענדע אומ'קאמפיטענט, און אומ'יושר, (עכ"פ בעיני הבריות, וואס דאס איז גענוג און נאך א חורבן), פון די אלע היי-פרופייל דין תורה'ס

עד היכן יגענו?!

שטייט דא ק"ק סאטמאר מהרז"ל ב"פ, זיי האבן א הלכה'דיגע תביעה קעגן די ארונים, לפי טענתם האט מען זיי בארויבט מיליאנען דאלארן, ווי קען אזא דין תורה זיך שלעפן פאר יארן און קיין ענדע, דאס איז געהעריג עיוות הדין און אומפאראנטווארטליכקייט,

ממה נפשך אויב זענען די ארונים גערעכט, פארוואס זאלן די זאלונים זיין אזוי נישט אהער און נישט אהין פאר אזא לאנגע צייט, ווער ווייסט ווי שיין זיי וואלטן היינט געהאלטן ווען זיי וואלטן ווען שוין געעפנט מוסדות 5-6 יאר צוריק, אפגערעט אויב האבן זיי יא א שטארקע מקום צו זייערע טענות, ווי איז די יושר די אלע יארן זיי צו מונע וואס ס'קומט זיך זיין כדת וכדין

ליידער ליידער איז דער עמטליכער מדובר אויפן גאס, אז די ארונים גיין אין קארט און וומ"ס, זענען שוין בעסער אנגעקומען ווי די זאלונים דין תורה, קודם דאס אז ס'האט זיך געענדיגט שנעל איז א געווינס, און נאכדעם דאס אז למעשה זענען אויף פאפיר די אהרוני קהלה די זעלבע בעלי בתים, ווי מ'זעט רעגלמעסיג די דיד שפילערייען, וואס און ב"פ האבן דאס די זאליס אויך נישט, לפע"ד איז דאס די גרעסטע חילול השם וחורבן דורות, וואס די גאנצע מחלוקה האט גורם געווען,

לפע"ד א בי"ד וואס קען נישט ענדיגן א די"ת ביז מאקסימום א יאר זאל זיך נישט אונטערנעמען דעם דין תורה, פינטל



תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 25/08/2011 21:10:06

גוגל טאלק: [email protected]
Only available when actively writing on hydepark 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאלי'ס אין ב"פ: נאכמאהל געווינען...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext