| נשלח ב-25/8/2011 22:59 |
|
| |
מצד חילול השם אויף די גאס איז אפשר סקאט גערעכט, אבער אליבא דאמת, סיי אין באבוב און סיי אין סאטמאר ב"פ איז די מעשה די זעלבע, אז די בעלי דינים שטופן נישט אז סזאל ארויסקומען א פסק, און היות די פסק איז פאר קיינעם נישט נוגע אויסער פאר די בעלי דינים, קומט עס נישט ארויס. (אנדערש ווי אין קאורט וואו דער געריכט 'מוז' ארויסגעבן א פסק).
אין באבוב - לפי השמועה - איז צד מהרמ"ד היבש צופרידן וויאזוי זיי זענען יעצט, מיט זייערע נייע בנינים, און זיי שטופן נישט דעם פסק.
אין סאטמאר ב"פ, האבן די זאלונים דערשמעקט זייער מצב, און אנגעהויבן פארצושלאגן אייגענע באשלוסן מיט וואלן און חתימות, ביז זיי האבן באשלאסן זיך אפצולאזן פון די גאנצע דמיון, ווי מיר זעעהן היינט ווען זיי פראקלאמירן די עפענונג פון א נייע מוסד, אן צו דערמאנען א ווארט אז זיי זאלן ארויסקוקן אויף א די"ת איבער די עקזיסטירנדע מוסדות.
און אז קיינער פארלאנגט נישט קיין פסק דין, קומט בי"ד נישט ארויס.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2011 23:28 |
|
| |
פייוו בארא, אויב ס'ווי די זאגסט, מיינט דאס אז די פירער פון די קהלות מאכן געהעריג ליצי לצנות און שפילן זיך מיט די נערוון פון זייערע אייגענע מענטשן,
די מציאות איז אז די מנהיגים ומציגים וואס פירן די טענות ומענות ביים בי"ד, די זענען שלוחי ציבור, און דער ציבור וויל רעזולטאטן און גיין ווייטער, דאס קען איך דיר זאגן אויף טויזנט פראצענט, פרעג סיי וועלכער עמך איד, אנגעהערער צו צד מהר"ד מבאבוב אדער צד מהרז"ל אין ב"פ, אדער זענען זיי פרוסטרירט פון די שלעפערייען, אדער זיצן זיי און האפן נאך אז ס'וועט קומען דער טאג וואס מ'גייט געווינען,
מעג מען דאס טאן מיט מענטשן, איבערהויפט ווען די ראשי הקהלה זענען לעולם שלוחים פונעם ציבור,
אויסער דעם וואס דאס זיצן ביי דין תורה, איז יעדע מאנעווערע ווערט איבערגעקייט, און אויסגעדראשן ביי ביידע צדדים ווי ביידע צדדים שרייען געוואנען, און דאס גייט אזוי אן פאר יארן, הא גופא איז אזאך וואס איז מונע די מעגליכקייט פון א א "נאטורליכע" שלום, א ענדע צו ביטול תורה, ס'איז דאך אזוי אז יעדעס מאל וואס דער טעמע קומט נאכאמאל ארויף, פלאטעזירט מען עס און בע"כ ברענגט עס ארויף שלעכטע געפילן קעגן דעם צד שכנגד,
אפציעל איז דאך א אידישע קהלה דער ציל להגדיל תורה ולהאדירה, נו ווי איז דער אחריות פון די ראשי הקהלה צו בזדון שלעפן א דין תורה,
תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 25/08/2011 23:30:22
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2011 23:37 |
|
| |
כבוד האנדא,
איך שעץ זייער דיין "אמונה פשוטה" אין דין תורה'ס וואס זאל איך דיר זאגן איך בין נישט אזוי אויסגעארבעט ווי דיר, ליידער בעיני האלט איך נאך אז אידישע דיני תורות דארף געפירט ווערן מיט ישרות באופן שאין הבריות מרננין אחריו, קען זיין איך האב א טעות אבער דאס איז מיין מיינונג
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2011 23:43 |
|
| |
סקאט, איך האף אז דער פאקט איז ביי דיר נישט קיין נייעס, אז קהילה פירער קענען מאכן דאס גענאר פון זייער ציבור.
אבער איך וואלט געזאגט, אז אויף די ראשי קהילת מהרז"ל קען מען נישט האבן קיין טענות, ווייל זיי קענען זייער ציבור, און יענער ציבור זוכט ענדערשט האלבע געקוועטשטע מכלומרשטע נצחונות - ווי רעאליטי. בדוק ומנוסה.
איך בין ביי מיר 100 פראצענט זיכער, אז ווען מען פרעגט דעם המון עם ביי די זאלונים צו זיי ווילן עס זאל ארויסקומען א פסק דין אין בארא פארק קעגן זיי, וועלן אלע זאגן אז ליבערשט זאל עס בלייבן הענגען אין די לופט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2011 23:54 |
|
| |
ליידער איז דאס די טאקטיק פון א געוויסע טוען וואס איך וויל נישט שרייבען זיין נאמען. וואס טרייט לאנג צו שלעפען למשל אין באבוב. האט ער געשלעפט און ביזדערווייל האט צד ר' מרדכי דוד אויסגעבלוטיגט. פינאנציעל, און ר' בנציון האט זיך זייער שיין ארויפגעבויעט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2011 00:56 |
|
| |
דער נקידה איז פשוט: דאס אז די דיינים טיען וואס זיי טוען איז אפשר א פארברעך וואס זענען עתיד ליתן את הדין, און עס גייט אריין אונעם כלל פון עינו הדין,
אבער זאגען שוא עבוד אלקים, אז ווייל די דיינים זענען געלט פרעסער און צייט שלעפער זאל ח''ו גיין און קארט? חלילה!
עס איז טאקע שווער די בעלי דימים ווערן גייסטיש געפייניגט, אבער וואס קענען מיר דען טאן? דאס איז ליידער דער מצב,
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2011 01:13 |
|
| |
[quote]
אין באבוב - לפי השמועה - איז צד מהרמ"ד היבש צופרידן וויאזוי זיי זענען יעצט, מיט זייערע נייע בנינים, און זיי שטופן נישט דעם פסק. [/quote]
דו ביזט זייער רוי אין באבוב, אויב דו ווייסט נישט די אלף בית: די די"ת אין באבוב קאסט יעדע וואך וואס ס'ציעט זיך 10 אלפים פאר יעדע זייט! און דאס איז אלעס פאר די איין זיצונג וואס קומט פאר יעדע וואך! ס'איז א הימל געשריי!, נישט אומזינסט שמועסט מען אין באבוב, אז מ'דארף סוף פון'ם די"ת, גיבן פאר יעדע טוען און בורר דיין א 1099..... כאטש א נקמה פורתא... די בוררים טוענים זענען גוט אין ביזנעס ווילאנג ס'גייט אן. במילא דריי נישט קיין ספאדיק אז איינע פון די זייטן זיכט ס'זאל זיך שלעפן, ווייל די די"ת טרוקנט זיי אויס פינאנציעל!
|
|
|
|
|