בית פורומים אידישע געדאנק

הרחבת גבולי הקדושה אין קהל יטב לב ומוסדות סאטמאר - בארא פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2011 18:26 לינק ישיר 
הרחבת גבולי הקדושה אין קהל יטב לב ומוסדות סאטמאר - בארא פארק

ב"פ - היינט אין "דער איד" איז באקאנט געווארן די פרייליכע נייעס אז עסקנים אינעהאלב קהילותינו הקדושה מיט די הילף פון מוסדותינו הק' אין וו"ב האבן אינטערגעשריבן קאנטראקטן אויף בנינים וועלכע וועלן אריינעמען אין זיך אונזערע צאן קדשים די תשב"ר, נורסורי און קינדערגארטן, אינגעלעך און מיידלעך. ‎​ ‎​
 
אין די לעצטערע וואכן און חדשים איז פארגעקומען צענדליגע אסיפות בהתייעצות ובברכת קדשו פון נשיא המוסדות כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ווי ס'האבן זיך אריינגעווארפן א עטליכע געטרייע חשוב'ע עסקנים, בעלי בתים ואברכים נכבדים אישי הציבור פון בארא פארק, צו ערמעגליכן דאס צו קענען דורכפירן, מיט איין הייליגן ציל: צו פארזיכערן דעם ערליכן רוחניות'דיגן צוקונפט פון דער סאטמארער עדה הקדושה אין בארא פארק. ‎​
 
באזונדערע אסיפות איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, מיט די באטיילוגונג פון הגה"צ ר' חיים דוד כ"ץ שליט"א דומ"ץ הקהלה וחבר ביד"ץ דקהלתינו הק', צוזאמען מיט עטליכע תלמידי חכמים ומחנכים מופלגים, וואו עס איבערגערעדט געווארן די רוחניות'דיגע אויפגאבע פון שאפן א ועד החינוך און א ועד ההורים, וואס זאל טאקע פארזיכערן אז דער מוסד זאל געפירט ווערן דוקא אויף דעם דרך המסורה לנו פונעם מייסד הקהלה והמוסדות מרן רבינו הקוה"ט זי"ע.
 
לויט ווי די עסקנים גיבן איבער ארבעט מען איבערמידלעך אהערצושטעלן א שטאב פון די בעסטע מחנכים און מחנכות וועלכע וועלן זיך אפגעבן מיט די עבודת הקודש פון אויפהאדעווען אונזערע צאן קדשים מיט א שטארקע ווארעמקייט און איבערגעגעבנקייט. ‎​
 
לויטן פלאן וועט די נייע אדמיניסטראציע ארויסשיקן במשך די קומענדיגע טעג די לאנג ערווארטעטע אפליקאציעס מיט די אדרעס און טעלעפון נומער פון די מוסדות, אזוי אויך וועט זיין בייגעלייגט בריוון צו די עלטערן ווי מען וועט אינפארמירן דעם ציבור מיט מער פרטים.  

תוקן על ידי SatmarHQ ב- 25/08/2011 18:28:12




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 18:57 לינק ישיר 

ברוך השם אז מיר דערלעבן שוין דעם גרויסן טאג.

ליידער פארשפילט 4 יאר אויף א דין תורה פון קארופציע און דיינים וועלכע מיינען נאר די בערזל און קוקן נישט אויף די הלכה. ליידער.


זה היום קוינו לו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2011 19:09 לינק ישיר 

עס איז קיינמאל צו שפעט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2011 01:47 לינק ישיר 

ב"ה, די שמחה ביי אנשי שלומינו אין בארא פארק איז אין לשער, נאך וואס מיר האבן שוין ריזיגע מוסדות אין די גאנצע וועלט איז דא געווען די לעצטע מקום אין ממלכת סאטמאר האדירה וואס ציילט בליעה״ר מער ווי 20 טויזענט תשב''ר וואו מען האט נישט געהאט, יעצט איז נישטא מער קיים איין מקום אויפען כדור העולם וואס מיר דארפען זיין אונטער די ארונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/8/2011 08:12 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
ברוך השם אז מיר דערלעבן שוין דעם גרויסן טאג.

ליידער פארשפילט 4 יאר אויף א דין תורה פון קארופציע און דיינים וועלכע מיינען נאר די בערזל און קוקן נישט אויף די הלכה. ליידער.


זה היום קוינו לו


אפשר ביסטו מסביר וואס עס איז געווען  די קארופציע? וואס בערזל?

בסך הכל האט בי"ד מער ווייניגער אנגענומען  די טענת הזאלוינים  אז מענדל שווימער איז די באורד, בי"ד פארשטייט אבער אז ע"פ תורה מאכט נישט אויס ווער עס איז די באורד.

(גראדע דא פארשטיי איך נישט דעם חלק, אויב די באורד איז נישט בעה"ב, דאן וואסערע כח האט אהרן וועלץ יא? וצ"ע)

בכל אופן, בי"ד זאגט אז נאכן מברר זיין דעם נושא, קומט אויס אז ע"פ תורה פארדינען  נישט די זאליס גארנישט פון זיין אויף די באורד. סאו איצט ברויך מען אנהייבן דעם דיון פון דאס ניי, און זען וואסערע אנדערע טענות מען קען ברענגען. מען קען אנהייבן צו רעדן וואס די הלכה זאגט ווען שותפים ווילן זיך צוטיילן, וויאזוי מען טיילט איין די פראצענטן, וועלכע צד בלייבט אינעווייניג, און ווער עס באקומט די אפציע פון גוד או איגוד, א.א.וו.

דאס איז וויאזוי איך האב נאך געהערט די דין תורה. אדרבה, ווער עס ווייסט די פונקטליכע פרטים, זאל ביטע שרייבן. קען זיין איך בין זיך טועה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2011 00:29 לינק ישיר 




תוקן על ידי SatmarNews ב- 02/09/2011 00:35:05

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2011 22:22 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
אפשר ביסטו מסביר וואס עס איז געווען  די קארופציע? וואס בערזל?

בסך הכל האט בי"ד מער ווייניגער אנגענומען  די טענת הזאלוינים  אז מענדל שווימער איז די באורד, בי"ד פארשטייט אבער אז ע"פ תורה מאכט נישט אויס ווער עס איז די באורד.

(גראדע דא פארשטיי איך נישט דעם חלק, אויב די באורד איז נישט בעה"ב, דאן וואסערע כח האט אהרן וועלץ יא? וצ"ע)

בכל אופן, בי"ד זאגט אז נאכן מברר זיין דעם נושא, קומט אויס אז ע"פ תורה פארדינען  נישט די זאליס גארנישט פון זיין אויף די באורד. סאו איצט ברויך מען אנהייבן דעם דיון פון דאס ניי, און זען וואסערע אנדערע טענות מען קען ברענגען. מען קען אנהייבן צו רעדן וואס די הלכה זאגט ווען שותפים ווילן זיך צוטיילן, וויאזוי מען טיילט איין די פראצענטן, וועלכע צד בלייבט אינעווייניג, און ווער עס באקומט די אפציע פון גוד או איגוד, א.א.וו.

דאס איז וויאזוי איך האב נאך געהערט די דין תורה. אדרבה, ווער עס ווייסט די פונקטליכע פרטים, זאל ביטע שרייבן. קען זיין איך בין זיך טועה.


איך וועל מסביר זיין בקיצור:

דאס בי"ד האט קודם געזאגט אז זיי וועלן נישט לאזן דעם גנב וועלץ ווארפען און טוען מה שלבו חפץ.
האבן זיי דאס איינגעהאלטן? ניין.

דאס בי"ד האט געוואוסט פון די ערשטע רגע אז מ'רעדט דא פון טויזענטער קינדער און רוב בעלי בתים וועלכע ווילן נישט דעם גנב וועלץ און זיינע שותפים.

האט דאס בית דין זיך צעטאן געמאכט דערפון? ניין.

וואס מיינט דאס אויב נישט קארופציע, אפשר זענט איר מיר מסביר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2011 23:30 לינק ישיר 

לאנצוט, ס'קומט זיך דיר א מעדאל וויאזוי דו שפילסט זאלי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2011 00:21 לינק ישיר 

_________________

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2012 19:17 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2012 19:18 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/2/2012 19:18 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הרחבת גבולי הקדושה אין קהל יטב לב ומוסדות סאטמאר - בארא פארק
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext