בית פורומים כל העולם כולו

ליצי ליצנות: איסור צו "מסר'ן" אתרא קדישא

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2011 20:44 לינק ישיר 
ליצי ליצנות: איסור צו "מסר'ן" אתרא קדישא

נאך די נאכאנאנדע נידערלאגעס וואס די טעראר גרופע "אתרא קדישא" האט געליטן, אנגעהויבן מיטן עצם צוזאמפאל ווען זיי האבן פארלוירן קאנטראל אויף די עניני קברים, און געענדיגט ביי די לעצטע שטוינענדע דורכפאל ווען גדולי הרבנים פון אלע קרייזן - אמאליגע בלינדע שטיצער צו אתרא קדישא - זענען ארויסגעקומען מיט זייער תמיכה אויפן ערליכן ועד למניעת, די וועלכע ווערן אונטערגעריסן און טעראריזירט דורך די טעראריסטן אלס מחללי קברים, און אין די זעלבע צייט האט קיין שום רב וועלכע ווייסט וואס טוט זיך אין דעם פעלד, אריינגערעכנט די ביד"צ העדה החרדית, נישט געוואלט חתמ'נען פאר אתרא קדישא אז נאר זיי מעגן טוהן אין קברים, און ניטאמאל אויף א בלויזע מכתב תמיכה.

אזא סיטואציע האט נאך אתרא קדישא קיינאמל נישט געהאט, און די פארלעגנהייט איז שרעקליך גרויס.

אי לזאת, זענען זיי אויפגעקומען מיט א בלית-ברירה-בייפאל: זיי האבן גענומען צוויי [ארויפגעקוקטע] אידן, וועלכע זענען ארומגעגאנגען צו רבנים, און געוויינט מיט בכיות אז עס זענען דא מענטשן וואס מסר'ן זיי פאר די רעגירונג, און עס זענען דא קברים וואס שטייען אין סכנה און זיי קענען עס נישט ראטעווען צוליב וואס מען מסר'ט זיי (מעשה שלא היה..), און דעריבער בעטן זיי די רבנים זאלן אונטערשרייבן אויף א בריוו אז מען טאר דאס נישט טאן.

זייער האפענונג איז געווען אז עולם גולם וועט נישט כאפן וואס דער בריוו איז, און מען וועט דאס באטראכטן ווי א "מכתב תמיכה" פאר אתרא, און אויך האבן זיי געהאפט אז אויף דעם וועלן אלע רבנים אריינגערעכט די רבני הבי"ד אונטערשרייבן, ווארום עס איז נישט פארהאן קיין שום סיבה יא צו וועלן אז מען זאל חלילה מסר'ן אתרא...

היינט איז דער בריוו ערשינען, און די ליצנות איז אין לשער.

ערשטנס, זעהט דעם נוסח, און זאגט אליינס ווי נעבעכדיג די מצב איז אז נאר דאס קענען זיי ארויסגעבן:
כאשר נודע לנו כי אנשים בתוך המחנה מחרחרים ריב ופוערים פיהם לדבר סרה בהגרד"מ שמידל שליט"א ומוציאים דיבת הארגון והעומד בראשו רעה אצל גורמי השלטון הננו לגלות דעתנו כי מעשים אלו הינם בכלל הירוס הדת וכל הירא לנפשו ירחק מהם ומהמונם

אט פון דעם רעדט מען...

צווייטנס, ווי ערשיטערט און צושאסן איז דער מצב, ווען קיין איין חבר הבד"ץ האט אפילו דאס נישט געוואלט אונטערשרייבן! מורא האבנדיג אז די חברה וועלן דאס נוצן פאר טעראר צוועקן.

און ווער האט יא אונטערגעשריבן? הגר"נ קרליץ און הגר"ח קנייבסקי, די וועלכע זענען פון די ועד הרבנים פון די ועד למניעת. (איך קען נישט אויפהערן שמייכלען).



תוקן על ידי FiveBoro ב- 25/08/2011 20:58:51




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2011 21:08 לינק ישיר 

לויט מיינע מקורות, איז דער היינטיגער בריוו געקלעבט געווארן דורך די בריסקע, און לפי זה לאזט זיך גאנץ זיכער גלייבן אז דאס האט פאסירט גענצליך אן די צושטימונג פון די פאליטישע פירער אין אתרא קדישא, די ירושלימע זלונים, וועלכע זענען שרעקליך צושפילט, און וואלטן בשו"א נישט געלאזט דעם בריוו ארויסגיין.

יצחק ווייס וועלכע שרייט שוין א האלב יאר אז הגר"נ קרליץ גראבט קברים, ווייסט נישט וואו זיך אהינצוטוהן פאר בושה, ווען די וועלט זעהט ווי אתרא קדישא איז געגאנגען זיך בעטן ביי אים פאר א חתימה, און אזוי אויך ביי הגר"ח קנייבסקי, נאכדעם וואס זיי פרובירן צו שפילן אין די גאס כאילו די אלע חותמים בעד די ועד למניעת זענען אזעלכע רבנים וועלכע מאכן ביי זיי נישט אויס...

(אגב: יצחק ווייס האט נאכנישט ארויפגעשטעלט דעם בריוו אויף בחדרי חרדים).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2011 21:16 לינק ישיר 

אין א באזונדערע נקודה.

ככר השבת האט ארויפגעשטעלט די גראפיטי וואס די אתרא יונגען האבן די וואך געפירקלט קעגן הגר"נ שליט"א, פאר זיין חטא פון ראטעווען קברי ישראל בלי רשות מהרב שמידל:כתובות הגנאי שריססו אנשי אתרא קדישא כנגד הגר"נ קרליץ, ביום הוצאת המכתב





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2011 21:52 לינק ישיר 




תוקן על ידי פשווארסק ב- 25/08/2011 21:53:20




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ליצי ליצנות: איסור צו "מסר'ן" אתרא קדישא
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext