פאטאקי ענדיגט פרעזידענטליכע אמביציעס
דער געוועזענער ניו יארק גאווערנאר זשארזש פאטאקי האט ענדליך אויפגעגעבן זיין לעבנס טרוים צו ווערן דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
פאטאקי האט אין 00' זיך נישט דערוואגט זיך צו פארמעסטן מיטן דעמלסדיגן טעקסעס גאווערנאר זשארזש בוש, און אין 08' איז ער געבליבן אין די זייט ווען רודי זשוליאני האט אים געלייגט אין שאטן, אבער היי יאר האט ער פאר מאנאטן לאנג שפעקולירט אריינצושפרינגן אינעם פארמעסט, און האט די וואך אריינגעלייגט אין סקעזשועל אפיציעל צו מעלדן זיין קאנדידאטור אין אייאווע דעם שבת.
זיינע פלענער האבן אבער באקומען זייער שוואכע רעאקציעס אינערהאלב די רעפובליקאנער וויילער צוליב זיינע ליבעראלע אנשויאנוגען, און האט איינגעזעהן אז ער וועט אויך נישט קענען רעקרוטירן דעם מעסיגן חלק אינערהאלב דעם פארטיי, אין דער צייט וואס עטליכע אנדערע קאנדידאטן קריגן זיך שוין פאר דעם ארט.
מען שפעקולירט אז זשוליאני אדער פעילין וועלן נאך מעגליך אריינשפרינגן אינעם פארמעסט, וואס האט שוין אצינדער א מנין, מיט ריק פערי און מיט ראמני אין שפיץ.
|
|