קהל יטב לב עפענט דריטע לאקאל פאר פלייש און טעיק אוט אין וומסב"ג
היינט איז געמאלדן די פריידיגע בשורה אז קהל יטב לב וועט בקרוב עפענען א פרישע לאקאל פאר די בארימטע "סאטמאר בוטשער".
קהל יטב לב ד'סאטמאר פארמאגט שוין היינט צוטאגס ב"ה פלייש געשעפטן איבעראל ווי עס וואוינען אנ"ש, אין קרית יואל איז גאנץ לעצטנס געעפענט געווארן א בוטשער, אין בארא פארק איז אויך דא א בוטשער וואס שטייט אונטער די שטרענגע השגחה הגה"צ דומ"ץ בארא פארק, און מען גרייט זיך שוין צו עפענען א צווייטע לאקאל אין בארא פארק צו קענען אקאמאדירן די קאסטומערס אין די פארשפרייטע בארא פארק.
אין וויליאמסבורג גופא גייט מען שוין עפענען די דריטע. דאסמאל אין ניי - ניי וויליאמסבורג הארט נאנט צום פראכטפולע סאטמארע ביהמ"ד וואס געפינט זיך אויף מוירטעל עוו געבויט דורך די חשובע יאקאבאוויטש ברידער.
עס איז צום ערווארטן אז אנשי שלומינו וועלן ארויסווייזן שטיצע און איינקויפן אזוי דערמיט שטיצט מען די ריזיגע אימפעריע פון די הייליגע סאטמארע מוסדות בנשיאות כ"ק עטרת ראשינו מרו רבינו שליט"א וואס פארמאגט בליעה"ר א ערך פון צעהן טויזענט תלמידים ותלמידות כן ירבו.
ויאכלו ענבים וישבעו.
נשלח ב-8/9/2011 20:11
אכן נודע הדבר!
דאס הויז האט באלאנגט פאר אברהם מאיר פויגעל (דער וואס פלעגט זיצן מיט יוסי בראך און פארקויפן זיצן אין ראדני) און ער וויל זיך אראפווארפן פון דאך אז זיין הויז גייט יעצט זיין א זאלי בוטשער!
ער לויפט ארום און שעלט קללות נמרצות אז די זאליס האבן אים אפגעטאן א גוט שטיקל, נעכטן האט ער אנגעטראפן ר' אביש וויינבערגער אויפן גאס און אנגעפאנגען מאכן קולות, אלע פארבייגייער האבן זיך געהאלטן ביי די זייטן פאר געלעכטער
פארפאלן, נער בלייבט נער, און מקח בלייבט מקח!
נשלח ב-5/9/2011 21:01
די שעלטעריי איז מן הסתם אז טויזענטער אידן שרייען "מיר ווילן עסן טריפה פלייש געשחטן ממליחה ואילך, און נישט די מהודרת פלייש פון די טשיקענס וואס דער כלב אהרן האדעוועט".
ווי באקאנט איז זייער בוטשער אויף מורטל אין א מצב פון באנקראט. די ראסס סטריט בוטשער ריקט בערך אזויפיל סחורה ווי אונגאר'ס בוטשער אויף ווילסאן, און סאטמאר עפענט שוין די דריטע פלייש באנק אין די לעצטע צוויי יאר ווייל זי קען נישט נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג.
נשלח ב-5/9/2011 20:54
עפעס שעלטן די ארונים שרעקליך וועגן דעם נייעם בוטשער, ווייסט איינער פון וועם מען האט אפגעקויפט דעם הויז?
נשלח ב-31/8/2011 23:25
און וואס טוט זיך מיט מאנסי ??
נשלח ב-31/8/2011 23:09
דאס איז ב"ה גוטע נייעס פאר תושבי ניי-וויליאמסבורג וואס האבן ביז יעצט געמוזט גיין ביזן בוטשער אויף ליע און מידעלטאן צו קויפן פלייש