שרעקדיגע חרפות פאר מוסרים אין פעדעראלער קארט ד' שופטים
היינט איז פארגעקומען די ארעל ארגיומענטס פארן פעדעראלן שופט מר' רעיקאוו הי"ה
דער ווילידש מיט CYL האבן אראפגעברענגט באלד א מנין פון די טייערעסטע לויערס, אריינגערעכנט לויער וויינברעד א געוועזענער קלערק צום שופט זעלבסט.
אבער זיי האבן געליטן גרויסע חרפות ווען מען האט תיכף איינגעזען אז זיי בלעבלען נאר סתם ליפט,
דער שופט האט זיי תיכף איבערגעהאקט מיט שווערע שאלות וואס זיי האבן נישט אפגענטפערט צי דער זאך!
אבער ווען מר' סאסמאן איז ארויף געקומען האט ער אראפגעלייגט בטוב טעם ודעת דאס גאנצע השתלשלות הענינים
ער האט געדינער אויף די עוולות פון אזויפיל יארן פון די בארבארישע KJ הערשערס!
ער האט אויך שטארק אפגעשמיסן זייערע טענות פון רעסזשיקאדע- וואס מיינט אז "כבר היה לעולמים" אז מען האט שוין אמאל געקלאגט אויף די עוולות
אויף דעם האט מר סאסמאן געדינערט באלד א האלבע שעה,
"אמת מען האט שוין אמאל געקלאגט די חברה,
אבער די יעצטיגע עבירות איז נייע! און עס איז נאך אסאך ערגערע,
אין פון די זעלבע חברה וואס האבן דאס דעמאלטס געטון,
זיי טוען דאס נאך און נאך היינט אויך!
די מוסרים זענען געווען בלייך ווי די וואנט איינגעזינקען פאר בושה, אזוי ווייט אז איינער פון זיי איז ארויסגעלאפן אין מיטן סאסמאן רעדע
צום שלוס האט דער שופט באשטימט צו געבן זיין פסק נאכדעם ווי ער וועט פארטיגען זיי יעצטיגען פעדעראלן טרייל אויף 3 וואכן
און ביז דערווייל האט ער געמאכט א סטעי פון ווייטער מאכן דיסקאווערי ביז צו זיין פסק.
ווי דער לויער האט מסביר געווען,
אז ביים אנפאנג האט ער נישט געוואלט געהן א סטעי ווייל KJ האט דעמאלטס נישט געפאלגט זיין ערשטן ארדער, אבער יעצט איז עס דעם שופט'ס גורם וועגן זיין יעצטיגן שווערן טרייל.
און דאס איז דער שטענדיגער פראדאצור און אלע געריכטן צו געבן א סטעי ביז דער שופט גיט נישט ארויס זיין פסק!
(פארשטייט זיך אז די ארוינים וועלן דאס שפילן אלס געווינס פאר זייערע חלה דעקליך)