בית פורומים כל העולם כולו

א פריוואטע שמועס מיט א חסיד מהרז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/9/2011 00:07 לינק ישיר 

נאך א פריוואטע אימעיל:

איין נקודה מעגט איר מער מאריך זיין אז פונקט ווי להבדיל אמעריקא האט ביליאנען מענטשן מיט איין פרעזידענט
קען רואיג זיין א גרויסע חסידות מיט עקסטערע אפטיילונגען
אין איין ווארט אויב צו גרויס איז נישט די עצה צושפלעטערן נאר צעטיילן אינטער קלענרע חלקים אונטער איין נשיאות
לדוגמא ווען איר האט א ביזנעס לאמיר זאגן אז בי ענד עידש איז אייערס און איר ווילט איבערגעבן פאר יורשים וואס ווילט איר ענדערש ווען סווערט גרויס מזאל זיך רייסן ביי די קעפ מיט 2 באזונדערע קאמפעניס קאמפאטישאנס אדער איר ווילט ענדערש האבן עטליכע ברענטשעס אונטער איין גרויסע בי ענד עידש קאמפעני מיט מערערע אפטיילונגען? און אלע קינדער זאלן אינאיינעם צולייגן א פלייצע
אבער דאס אלעס איז בלויז ווען מרעדט וואס לוינט זיך באמת
אבער דא קען איינער נישט ליקענען אז סיי די חסידים די מעמבערס אין קהל און סיי דער רבי ברך משה האבן בלויז געוואלט דעם רבין שליטא פאר מנהיג
און בלויז די מתנגדים האבן געוואלט צעשפלעטערן די קהילה


כוועל נאך צולייגן א נקודה אז וווען סאיז געווען די מחלוקה אין סיגוט בימי מרן בעל קדושת יו"ט איז כידוע געווען א עקסטערע קהילה וואס האבן נישט געהערט צו די ארטידאקסן און עס זענען געווען וואס האבן זיך געוואלט אנננעמען פאר זיי אז זיי מעגן האבן א עקסטערע קהילה אייגענע שוחט רב דיין וכו'
איז דער הויפט דיון ביים די"ת געווען אז אויב אזוי וועט יעדע קהילה האבן עטליכע אומצעפרידענע מענטשן און וועלן אלעס קענען צוברעכן ווייל אויב מעג מען האבן א עקסטערע וועט יעדער פארשטיין אנדערש, ממילא איז געבליבן אז דער מיעוט איז בטיל צום רוב און וועם דער שטאט נעמט אויף פאר רב איז יעדער געבויגן און מהאט טאקע געסאר'ט זייער פלייש און ווי באקאנט האט דער קדושת יו"ט פארפיערט ביי עטליכע של"ש תורות אז וווען מעסט די פלייש וואס איז נישט כשר אלס שחוטי חוץ ווערט מען אינגאנצען פארטעמפט פונקט ווי דברים אסורים, און ליידער זענען יענע חברה אלע ארויס ל"ע לתרבות רעה


וואס איז נוגע לענינינו איז אזוי מרעדט יעצט נישט פון קרית יואל וואס איז טאקע אזוי ממש לגבי די שטאט
אבער יעדע קהילה פאר זיך היינט איז אזוי ווי א שטאט אמאל ווי דער רבי בעל דבר"י האט טאקע געגרינדעט די קהילה אפען אויפ ווי אמאל אינדערהיים מיט שטאטוטן און ווער עס איז נישט צעפרידן קען גיין צו א אנדערע שטאט וואס לענינינו אין וו"ב מיינט דאס גיין צו אן אנדערן חסידות
אבער נעמען א קהילה צעטיילן לויט יעדנס ווילן איז אויס מיט קהילות מער ווער סאיז נישט צעפרידן וועט זיך עפענען א קהילה און נעמען האלב בנינים און אפטראגן דערמיט
עס איז דא א פאל וואס דער עולם אליין וויל זיך צעטיילן ביידע זייטן נו מסכים אלס פשרה איז דא אזא געשעפט אפשר אבער נישט ע"פ תורובפרט אין סאטמאר וואס איז געבויעט אויף שטאטוטען ווי אינדערהיים, מקען פון אומצופרידענקייט קיין קהילה נישט צעברעכן
און אדרבה אויב האלטן זיי אז יא פארוואס קומען זיי נישט צו די"ת?
זיי וועלן דאך באקומען זייערס


נאר וואזשע דען איך מיין אז דער עולם וואלט שוין מוותר געווען האלב פאר די זאליס אויב זאלן זיי אויפהערן מיט די זינלאזע העצערייען אויפן סאטמאר רב שליטא מהר"א
דער ענין איז היינט ערגער ווי סיי ווען, א דרויסענדער מענטש וואס איז געווען מער נוטה צו זיי האט מיר געזאגט קלאר לעצטענס איך עקעל מיך צו גיין צו א שמחה פון מיינע קרובים אלס וועט מען מוזן רעדן און העצן אויף ר' אהרן סאויז פשוט עקעלהאפטיג, מדארף די זאך אפשטעלן!
זאל יעדער באקומען זיינס און לאזן דעם צווייטן מנוחה וואס סאיז געווען איז געווען און וואס סוועט זיין וועט זיין פארוואס דארף מען זיך פאראיבלען דעם גוף ונשמה מיט אזאנע העסליכע קיגערייען און לשה"ר און רכילות מיט אמאל אפילו ניבול פה?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/9/2011 01:52 לינק ישיר 

ראדני קינג

א דאנק פארן ברענגען דעם טעמע אויפן אויבערפלאך.
און אהערשטעלן א געהעריגע פארשטענדליכע דייאלאג.

און צי ברענגען אן אנפאנג פון די ענדע פון די עשו'דיגע האס און בלוטיגע שנאה!

איך קען פארשטיין אז עס זענען דא טענות און אימצופרידעןהייטן, מצד הקהלה וואס האבן זיך געשטעלט אקעגן יעדע פאר יאר מיט א אנדערע סיבה און טענה.

צימאל קען זיין אז זיי קענען אפילו זיין גערעכט אמאל.

אבער ווייל דאס איז באגלייט מיט א שנאה כבושה ,אריינגעוויגט אין קינדער בעטל, ווי מודה אני ....סיגעטער ,,,אהרן.... רבי זכותו יגן עלינו.....ציונים.....עברית....סקול דיסטריקט....

ווערט א פשוטע טענה פארוואנדעלט און א דזשיהאד.אין  און פאלטשע מלחמת חובה'ס..

און דאס מיז זיך ענדיגען! מ'קען די תורה הק' מער נישט אזוי פארשעמען!
אינזערע קינדער וואקסן אויף און זיי זעהען מיט זייערע קינדערישע אמת,ע אויגן
ווי דער מכלומרשטער שינער יוד, צי דער דיין, אדער אפילו רב! און זיין שולכל, האט ליב צי הערן לשון הרע און רכילות
אויפן רבין, און ווען דער קינד הערט, א גאס ווייטער, דעם טאטן פארציילן דעם חידוש לשוה"ר,און ער לייגט  צי אביסל זאפט...און גיפט!!!,

 וואס גיטס ברענגט דאס?

מ' דארף דאס אפשטעלן. ס,קוקט חלילה צי ווי שני תורות!! ח"ו

און שטאט סאטמאר האט מען 3 מאל דעם רבין קלאר נישט געוואלט!
דער רבי זי"ע האט 3 מאל פארלוירן די וואלן!
מיט דעם אלעם איז ווען ער איז יא געווארן רב. איז נישט געשען דאס וואס די היינטיגע פורשים און מהרסים טוען, נאר מ'האט מקבל געווען!
זיי האבן נישט פלוצים ליב באקומען דעם רב וואס זיי האבן 3 מאל ארויסגעוואוט!
נאר וואדען, ערליכע אידן בייגן זיך, די אשכנזישע אידן זענען געווען אויפגעצויגן מיט כבוד הרב!
דער שטאטס רב איז געווען די העכסטע תורהדיגע אויטאריטעט באתרא דמר!

דאס איז געווען דעם רבין זי"ע'ס מזל אז זיינע שונאים זענען געווען עכט ערליך!


און  דא מיטאמאל זענען זיי די בעלי ריב ומחלוקת קלוגער געווארן !!!

מאך דעם רב פאר א שייגעץ און טו וואס מ'וויל און שפילט נאך הייליג!!!

 הקיצור !
דאס נעמען אייגענע נגיעות און קריוודעס און דאס פארוויקלען און א הייליגן אללא אקבאר דזשיהאד.....מיז קומען צי א ענדע!

ס'איז א בושה צו וואקן אויפן גאס צווישן אנדערע חסידי'שע אידן אין זיך צי אידענטיפיצירן ווי א צד אין דעם!מ'איז משפיל כבודו הרמה פונעם צדיק שהורה לנו ! אדונינו מרן רבינו הק' זיעועכ"י!!!

ס'איז צייט דעם שלאנג פון מחלוקת אפצי האקן דעם קאפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א פריוואטע שמועס מיט א חסיד מהרז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext