איך וויל דא זאגן אז כ'האב מיך איינגעשריבן אין אן ארגאניזאציע (דאכט זיך ערבים) כאטש איך האב געהערט פון מענטשן אז אויב איינער האט גענוג לייף אינשורענס געניסט מען נישט פון ערבים. איך ווייס נישט אויב דאס איז אמת אדער נישט, אבער מיר איז עס נישט אנגעגאנגען ווייל איך האב זיך נישט איינגעשריבן פאר'ן געלט. איך האב לייף אינשורענס פאליסיס אויף מיר און די ווייב. איך האב זיך איינגעשריבן צוליב די ריזיגע מצוה פון העלפן פאטענציעלע אלמנות און יתומים. דער פרייז וואס זיי בעטן איז א וויץ, דאכט זיך 28 דאלאר פאר א נפטר, אפשר אביסל מער, אבער די מצוה איז אומגלויבליך. עס איז סאך ביליגער ווי דארפן לויפן צו א טיי אוונט פאר א קרן יתומים וואס דעמאלט בעט מען סאך גרעסערע סכומים. איך האב זיך איינגעשריבן ווייל איך האב געוואוסט אז אן גענוג מענטשן קען די ארגאניזאציע נישט אנגיין.
רבותי, מיר זוכן אלע זכותים פאר'ן יום הדין איז לאמיר טאקע זיך איינשרייבן אין ערבים. די מצוה איז דאך געוואלדיג. דאס איז אינגאנצן נישט קיין סתירה מיט'ן מאכן א לייף אינשורענס פּאליסי. ובזכות זה וועט איר אלע געבענטשט ווערן מיט אריכות ימים און אסאך געלט.
נ. ב., איך בין נישט קיין פאנד רעיזער פאר ערבים אדער זייער קאמפעטישאן.