דירות ענגשאפט רינט איבער אויף די גאסן
מען קען זיך נישט רירן אויפן גאס און אין די בתי מדרשים און מקוואות, איבעראל ווי מען גייט שטויסט מען זיך אן מיט נאך מענטשן, יעצט זימער איז עס געווען ממש א געשמאק איך האב נישט געדארפט ווארטן 10 מינוט ארויסצושלעפן 2-3 קאצקע צוקער ביים קאווע שטיבל, און אפילו די דבר יום ביומו איז נאכנישט געווען צוכאפט נאר איך האב רואיגערהייט געקענט טרינקן די קאווע אן וואס איך זאל כאפן ציפעס פון די ארומיגע וואס טיען זיך אן דעם טלית גדול.
אוי הייליגער באשעפער וואס וועט דא זיין? די עולם וואס ציילט זיך בליעה"ר כן ירבו אין די הויעכע ציפערן נעמען צוריק איין די גאסן, די אייער באקסעס זעען זיך שוין אן אויף איבעראל, מען קען נישט גיין קיין צוויי גראדע טריט גראד אן זיך צוזאמשטויסן מיט אנדערע, די ליפט אויף וויליאמסבורג באס ווערט שוין ווייטער שטיקעדיג, די טרעפיק און פארקינג איז א דיזעסטער, וואס גייט דא זיין???
|
|