בית פורומים כל העולם כולו

הגה"צ אבד"ק וומ"ס שליט"א שבת אין מירון

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/9/2011 20:12 לינק ישיר 
הגה"צ אבד"ק וומ"ס שליט"א שבת אין מירון


 
 
אלול בסאטמר • בן האדמו"ר ערך חלאק'ה במירון
בנו-בכורו של האדמו"ר מסאטמר, המכהן כאב"ד ויליאמסבורג, הגיע ארצה לשבות במחיצת חסידי אביו סמוך לציון הרשב"י • האווירה הזכירה ל"ג בעומר • תמונות
שמואל קליין, בחדרי חרדים 08:33 05/09/2011
צילומים: משה גולדשטיין   
 
הדפס שלח לחבר סלולר

http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=31732&cat=6



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2011 20:22 לינק ישיר 


מאות חסידי סאטמר שבתו בשבת האחרונה במירון, סמוך ונראה לציון הרשב"י, בראשות אב"ד סאטמר ויליאמסבורג - בנו בכורו של האדמו"ר מסאטמר, שהגיע ארצה לשבת ההתאחדות, לקראת היארצייט של זקנו, בעל היטב לב זצ"ל.

בערב שבת הגיעו החסידים, וחלקם ערכו תספורת 'חלאק'ה' לילדיהם כאשר בן האדמו"ר מכובד בגזירת מחלפות הראש.

במהלך השבת האזינו החסידים ל'תורות' של בן האדמו"ר, וכן התקיימה חברת תהילים בהשתתפות האורח החשוב.

בסעודה שלישית היה האולם מלא מפה לפה. רבים באו לשמוע דברים חוצבי להבות לרגל חודש אלול.

אחר תפילת מעריב, יצאו כולם לחצר הציון, שם התקיימו ריקודים.












































































דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2011 20:37 לינק ישיר 


געהויבענע שבת מירון אפגעראכטן געווארן דורך אנ"ש בני ברק אין שפיץ פון געהויבענעם גאסט הגה"צ אבדק"ק סאטמאר-וומסב"ג שליט"א און הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א 

ווי יעדעס יאהר האט קהילתינו הק' אין ב"ב אפגעראכטן א געהויבענעם שבת התאחדות און התחזקות אין אתרא קדישא מירון אלס הכנה דרבה צום יום הדין הבעל"ט, ווען כל ישראל עוברים לפניו כבני מרו"ן.

 

היי יאהר האט די שבת געהאט א באזונדערע באדייט מיטן באטייליגונג פונעם געהויבענעם גאסט הגה"צ אבדק"ק סאטמאר-וויליאמסבורג שליט"א בנו הגדול פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכער איז געקומען באשיינען דעם שבת אויף די איינלאדענונג פון זיין שוואגער דער ראש ישיבה שליט"א.

 

די שבת איז פארגעגרייט געווארן מיט גרויסע הכנות מצד די עסקני הקהילה צו צושטעלן אלעס על צד היותר טוב, אכסניות נסיעות און סעודות שב"ק פאר די הונדערטער באטייליגטע.

 

א ריזיגע ציבור פון הונדערטער בעה"ב אינגעלייט און בחורי חמד האבן זיך ארויסגעלאזט קיין מירון מיטצוהאלטן דעם שבת, פרייטאג מיטאג האבן זיך די צענדליגע באסעס אין צענדליגע פריוואטע קאר'ס און ווענ'ס ארויסגעלאזט פון ב"ב קיין מירון.

 

אויפן וועג האט זיך די ציבור דערקוויקט מיט די ספעציעל-ברייטע אויסגאבע פון די גליון "קול התאחדותינו" וועלכע האט אנטהאלטן א רייכע שלל מיט ענינים איבער דעם שבת אין מירון, און צוגאב צו די וועכנטליכע "משולחן מלכים" פון כ"ק רבינו שליט"א.

 

די ריזן ציבור איז איינקוואטירט געווארן אין די דירות פון הרב שטערן, די צענדליגע אידן וואס זענען געקומען מיט זייערע משפחות האבן זיך געדינגען דירות אונטן אינעם דארף.

 

די סעודות שב"ק זענען אפגעראכטן געווארן ברוב עם אין די ריזיגן זאל פון די מוסדות יד עזרה, די ווארימע תפילות שב"ק זענען אפגעראכטן געווארן אויבן אין די הייליגע מערת הרשב"י נעבן די ציון המצויינת.

 

לכבוד דעם שב"ק זענען אויך געקומען צופארן געסט אנ"ש פון אויסלאנד וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת נועם הנשמות וואס דינט ווי א ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג הבעל"ט.

 

ערב שבת ביים זמן פון ליכט צינדן האט מען געדאוונט מנחה אין די זאל, נאך מנחה האט דער ראש ישיבה שליט"א משמיע געווען ווארימע דברי הכנה און התעוררות צום גרויסן שבת.

 

דערנאך איז מען ארויף אויף קבלת שבת אין די מערת הרשב"י, מיטן עמוד איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' חיים משה לעווי שליט"א מנהל רוחני ישיבת מהרי"ט, פאר כגוונא האט מען כנהוג געטאנצן בר יוחאי.

 

ביים אנהייב פון די סעודת ליל שב"ק האט די ציבור ענטפאנגען מיט כבוד דעם טענקא'ר רב שליט"א וועלכער איז ספעציעל געקומען, און ער האט משמיע געווען שיינע דברי ברכה ספעציעל פאר'ן חשוב'ן גאסט דער רב שליט"א און ראש ישיבה שליט"א.

 

אינמיטן די סעודה האט דער חשוב'ער גאסט וויליאמסבורג'ער רב שליט"א משמיע געווען וואונדערליכע שיינע עובדות פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע לרגל די הילולא, דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א אויך דערציילט שיינע עובדות פונעם בעל הילולא זי"ע, ווען אינצווישן איז געזונגען די זמירות פון שבת מיט גרויס התלהבות, מיט כל מקדש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אנטשיל שווארץ שליט"א פון ירושלים, מיט מנוחה ושמחה הרה"ח ר' יוסף יהושע גרין שליט"א חבר הנהלת המוסדות, א.א.וו.

 

ביים ענדע פון די סעודה האט דער וויליאמסבורג'ער רב שליט"א משמיע געווען א הערליכע דרשה געבויט מיט דרוש ואגדה אינאיינעם מיט מוסר והתעוררות איבער דעם שבת אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע, און דערנאך איז הרב יוסף מייזליש שליט"א מכובד געווארן מיטן בענטשן.

 

נאך די סעודה איז פארגעקומען א ווארימע באטע ווי די בעה"ב אינגעלייט און די בחורים האבן פארברענגט מיט זמירות ותשבחות ביז שפעט אין די נאכט, די באטע איז געפיהרט געווארן דורכ'ן וויליאמסבורגער רב שליט"א וועלכער האט אנגהויבן די ווארימע ניגונים עתיקים ומעוררים ווען צווישן איין ניגון און די צווייטע האט ער געזאגט שיינע דברי תורה אויף די ווערטער פון די זמירות, די פייערליכע באטע האט זיך געצויגן ביז אין די קליינע שעה'ן פון די נאכט.

 

שבת אינדערפרי האט די ציבור זיך צונויפגענומען אין מערה און אויסגעזאגט גאנץ תהלים מיט השתפכות הנפש, באזונדער האבן זיך די תשב"ר צונויפגענומען אין די זאל און געזאגט תהלים, אין ענדע האט דער רב שליט"א זיי מעורר געווען מיט פאסיגע רייד איבער די כח פון תהלים.

 

נאכדעם האט מען זיך געשטעלט דאווענען מיט גרויס התעוררות ווען צו פסוקי דזמרה האט פארגעדאוונט הרה"ג ר' יקותיאל יצחק בראך שליט"א מנהל רוחני פון די ת"ת.

 

צו תפילת שחרית איז צוגעגאנגען דער רב שליט"א וועלכער האט בקול בוכים אריינגעשלעפט דעם ציבור אין א העכערן דאווענען, מ'האט געזונגען אהבה רבה מיט גרויס התעוררות, די קול תפילה בהתעוררות פון אזא ריזן ציבור חסידים ואנשי מעשה האט אפגעהילעכט ווייט אוועק.

 

מיט די עליות ביים ליינען האבן עולה געווען שלישי דער ראש ישיבה שליט"א און שישי דער וויליאמסבורגער רב שליט"א, די איבעריגע עליות זענען פארקויפט געווארן און צוטיילט געווארן פאר די נדיבים פונעם שב"ק, צווישן זיי הרה"ח ר' זלמן לייב וואלדמאן הי"ו, הרה"ח ר' יצחק ברוך אילאוויטש הי"ו חבר הנהלת המוסדות, הרה"ח ר' שלמה זלמן דאסקאל הי"ו גבאי ביהמ"ד אין זכרון מאיר, הרה"ח ר' שמואל חיים פריינד הי"ו פון לאנדאן, א.א.וו. אזוי אויך זענען געמאכט געווארן מי שבירך'ס פאר אלע תומכים פון חו"ל וועלכע האבן זיך בייגעשטייערט פאר די הוצאות השבת. 

 

צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען דער ראש ישיבה שליט"א לקראת די הילולא פונעם ייטב לב זי"ע.

 

ביי די שבת מיטאג סעודה האט אויפגעטרויטן הרה"ג ר' פנחס ברוך לעבאוויטש שליט"א מגי"ש בבית מדרשינו מיט שיינע און פאסיגע דברי תורה, מיטן בענטשן איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט"א מנהל רוחני פון די ישיבה קטנה.

 

נאכמיטאג נאך א קורצע אפרוה איז די ציבור נאכאמאל ארויף זאגן תהלים אין די מערה, און דערנאך האט מען געדאוונט מנחה, און מ'איז אראפ צום זאל אפרעכטן די הויכפונקט פונעם ווארימן שבת "סעודת רעוא דרעוין".

 

גרויס איז געווען די התעוררות און התרוממות ביי שלש-סעודת, די גאנצער ציבור איז געזעצן איינגעהילט מיט א התלהבות און געזינגען די זמירות, מיט אודה און שיר המעלות זענען מכובד געווארן די רבני כולל עצי חיים הרה"ג ר' מיכל פרידמאן שליט"א און הרה"ג ר' יהושע צבי יאזשעף שליט"א, און נאכדעם האט מען ממשיך געווען מיט נאך ניגוני בקשה.

 

דאן האט דער וויליאמסבורגער רב שליט"א מעורר געווען דעם ציבור מיט שטארקע דברי התעוררות מיט מורא'דיגע בכיות און ווארימע דיבורים, דער רב האט מעורר געווען דעם ציבור צו תשובה ותיקון.

 

נאכ'ן בענטשן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, איז מען ארויף דאווענען מעריב און הבדלה אין די מערת הרשב"י, און יעדער האט זיך אויסגעבעטן ביים ציון הקדוש צו האבן געפועלט אלעס גוט'ס, א כתיבה וחתימה טובה און א שנת גאולה וישועה.

 

די קלימאקס פונעם געהויבענעם שבת איז געווען נאכדעם ביי די פייערליכע ריקודין של שמחה אין די חצר המערה, מ'האט געטאנצן בר יוחאי און ואמרתם כה לחי אמר ר"ע, און נאך  ניגוני בקשה ותפילה, באגלייט מיט מוזיק און געזאנגען.

 

עטליכע עלטערן מאנ"ש האבן כנהוג אפגעשוירן זייערע קינדער און זיי געמאכט פיאות, און זיי האבן געטאנצן אין דערמיט מיט די בא'חנ'טע קינדער אויף די אקסלען, די ציבור האט מיטגעטאנצן רינגס און ארון מיט א שטאקע התרוממות עד אין לשער.

 

מיט געהויבענע געמיטער און פיהל מיט האפענונג האבן זיך די ציבור געזעגנט פונעם פייערליכן שבת אין מירון האפנדיג אז מ'נעמט מיט זיך מיט הויפנס פון תשובה מאהבה און השפעות טובות לכלל ולפרט.

 

-בזכות התנא האלוקי רשב"י-

 

•♦•

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הגה"צ אבד"ק וומ"ס שליט"א שבת אין מירון
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext