בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים ענדליך מודה: מערכה קעגן בנ"י דורכגעפאלן!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/9/2011 22:04 לינק ישיר 
אהרונים ענדליך מודה: מערכה קעגן בנ"י דורכגעפאלן!



פאר ווער עס האלט מיט די נייעס, איז געוויס באקאנט אז אין די שטאט קרית יואל איז היינט דא עסטאבלירט דריי באזונדערע קהילות, וואס אפערן פאר זייערע מעמבערס אלע געברויכן וואס א איד דארף האבן פון א קהילה, (חוץ איין קהילה וואס האט נישט דערווייל קיין מקוה טהרה, און זייערע מעמבערס באנוצן זיך מיט די מקוואות פון די אנדערע קהילות).

ביז ממש לעצטנס האט איין קהילה טעכניש אנגעהאלטן א שטיקל אויבערהאנט, מיט דעם וואס נאר זייערע מענטשן האבן געהאט חתונה זאלן, און אזוי ווי די קהילה - בעיקר זייערע ראשים - זענען נישט דוקא קיין נדיבי הלב, זענען זיי לאו דוקא קעגן געקומען די מעמעבערס פון די אנדערע קהילות זיי זאלן קענען באקוועמערהייט מאכן שמחות אין די זאלן וואס שטייען צו זייער פארפיגונג.

די 2 עיקר חילוקים צווישן די מעמבערס פון די קהילות, איז איינס דאס וואס יעדער מעמבער וויל ענדערש עסן - און סערווירן פאר די געסט - די פלייש פון זיין קהילה, וואס דאס איז א נארמאלע נאטורליכע זאך, אבער צוליב ביזנעס חשבונות פון די בעלי בתים פון די זאלן, האבן זיי נישט געלאזט נאר דוקא סערווירן די פלייש פון איין ספעציפישע קהילה / שחיטה (מפני הכבוד וועלן מיר נישט פורש זיין בשמם פון די קהילה).

די צווייטע, איז מער א יסודות'דיגע ענין אביסל, וואס נעמט שוין אריין אביסל היסטאריע.

עס איז געווען אמאל א צייט, וואס אין מאנרא איז נאר געווען איין קהילה, דאס גייט שוין צוריק יערס בעק ווי מען זאגט, ערגעץ אין די אכציגער יארן, עס איז געווען אזוי טעכניש, נישט בקפידה, נאר וויבאלד דער שטעטל איז געווען א פרישע געגנט, מיט קוים עטליכע הונדערט משפחות, און מער ווייניגער אלע איינוואוינער זענען געווען פונעם זעלבן טייג געקנאטן, איז דער עולם געווען מער ווייניגער אינאיינעם.

נישט אז מען האט זיך אמאל געפירט אין דעם שטעטל מער קהילה'דיג ווי אין וויליאמסבורג, למשל, וואס דער עולם איז געקומען מער ווייניגער פון דארטן, דאס הייסט אפילו ווען עס איז געווען אין דער מצב פון איין קהילה, האט עס נישט קיינמאל געטראגן דעם כאראקטער פון א קהילה אין דער אלטער היים, עס איז קיינמאל נישט געווען די קפידות פון א קהילה וויאזוי עס פלעגט זיין אינדערהיים, און ווי עס איז נאך היינט דא קהילות אויף דעם שטייגער אין לאנדאן און אנטוערפן, וואס האלטן אן א געוויסע קהילישע בעלות אויפן ציבור וואס כאראקטעזירט זיך בעיקר מיט די פאלגענדע פיר זאכן,

הוראה, שחיטה, סידור קידושין, און / אדער גיטין, און אין טייל ערטער אויך מצות,

למעשה אין מאנרא - אפילו אין די צייט ווען עס איז נאר געווען איין קהילה - איז קיינמאל נישט געווען קיין קפידות אויף די זאכן, עס איז געווען א באשטימטער דיין מטעם די קהילה כמנהג אלע קהיולת אין גרעיטער ניו יארק, און אויסער דעם איז געווען אנדערע ת"ח וואס האבן געפסקנט שאלות, פלייש האט יעדער תושב געקויפט וואו און ביי וועם ער האט געוואלט, (למעשה איז געווען דאן נאר איין פלייש געשעפט וואס האט פארקויפט בעיקר פלייש פון די סאטמארע שחיטה), מצות איז געווען פריוואטע בעקערייען ווי קהלישע צוגלייך, (אויך ביי דעם פלעגט דער עולם נעמען על פי רוב פון די סאטמארע בעקעריי, זינט דער עולם איז מער ווייניגער סאטמארע חסידים).

דאס זעלבע מיט סידור קידושין, פלעגט דער עולם מכבד זיין וועמען מען האט געשפירט אז מען וויל נעמען,

און אזוי איז זיך געפלאסן דער שיינער אידילישער לעבן אין די שטאט, על מי מנוחות.

ויהי היום, איז געשען אז דער רבי פון קהילת סאטמאר, וואס צו איר האבן די איינוואוינער באלאנגט, האט מחליט געווען אריין צו שטעלן זיין עלטסטן זון ווי דער רב פון די סאטמארע קהילה אין די שטאט, נאך וואס די לאקאלע קהילה האט געגעבן א קאנסוס פאר דעם רבי'ן אז ער זאל דינען ווי דער רב פון די קהילה פונקט ווי די אנדערע סאטמארע קהילות איבער דער וועלט וואס האבן אויפגענומען דעם רבי'ן פאר זייער רב און רבי.

די פלאן האט זיך מחמת סיבות - וואס איז נישט דא דער מקום אריין צו גיין - אנגעשטויסן אין גאר א שטארקע קעגנערשאפט
דער גרעסטער רוב פון די מעמבערס פון די קהילה האבן זיך קאטעגאריש קעגן געשטעלט צו דעם פלאן. למעשה אבער, האט דער רבי זיך נישט אפגעשראקן דערפון, טענה'נדיג אז וויבאלד מען האט אים אויפגענומען האט ער א רעכט אריין צו שטעלן וועמען ער וויל אלס שליח. און באמת האט ער געטון דאס זעלביגע אין אלע אנדערע קהילות וואס האבן אים אויפגענומען, אז ער האט אריין געלייגט זיינע יו"ח צו דינען דארט ווי די רבנים במקומו. כאטש למען האמת דארף צו געצייכנט ווערן אז אין אלע אנדערע מקומות איז עס נישט געווען ממש קעגן דעם דעת הציבור, על
כל פנים נישט מיט אזא מאס.

בכל אופן, נאכן אויפנמען דעם בן הנ''ל, האבן זיך די ראשי הקהילה דערזען מיט א מצב ווי רוב עולם באיקאטירט פשוט די גאנצע רבנות, נישט געבנדיג קיין דעם ווי מ'זאגט פאר די גאנצע מעשה.

זענען זיי אויפגעקומען מיט פלענער וויאזוי צו פארשטארקערן די פאזיציע פון א ''רב'' אין די קהילה, ממילא וועט מען זיך בהכרח מוזן דערצו צוגעוויינען און אריין נעמען אין אין געדאנק אז דאס איז עס, ער איז דער רב און מען ברויך מיט דעם משלים זיין.

זיי זענען דאן אפירגעקומען מיט פארשידענע מהלכים, א שטייגער ווי פרובירן צו פארמאכן אלע קנעלערע בתי מדרשים, אזוי וועט יעדער זיין געצווינגען צו קומען  דאוענען אין גרויסן שול און בפירוש איינזען אין די רעביסטעווע.

אין די סעריע פון ''שולט זיין אויף די מוחות''... איז בערך אין שנת תשמ''ח צוגעקומען א פרישע זאך. נעמליך, מען האט זיך דערטראכט אז זינט דער איינציגער זאל וואס עקזיסטירט אין דער שטאט באלאנגט פאר קהל, קען מען פראקטיש דורכפירן א תקנה, אז יעדער איינער זאל מוזן נעמען דעם פרישן רב פאר מסדר קידו שין, און דערמיט מודה זיין און מקבל מרות זיין אז ער איז טאקע דער רב...

מען האט די ''פסיעה על ראשי עם קודש'' שיין מלבש געווען מיט א קלינגעדיגע נאמען ''מרא דאתרא'', נעמליך, יעדער איינער ווקייסט דאך אז אינדערהיים איז געווען  סיסטעם פון קהילות ווי אויבן געשמועסט, וועט מען אויסבארגן דעם ענין אהער. דאס האט אויטאמאטיש בארעכטיגט א זאך וואס וואלט אנדערש אויסגעקוקט ווי א פשוטער גאר - אומדיפלאמאטישע אגרעסיווע שריט, צו וואס דער ציבור איז -אנדערש ווי אנדערע חסידות'ער ווי דאס איז נארמאל - נישט געווען צוגעוואוינט אין סאטמאר. אבער זעלבסט פארשטענדליך אז עס האט מיט די הלכה נישט קיין שייכות, פונקט ווי ביז תשמ''ח, און פונקט ווי אלע אנדערע געגנטער איבער ניו יארק.

למעשה איז עס טאקע געלונגען, וויבאלד ווי געשמועסט האבן זיי געהאט די טעכנישע אויבערהאנט.

אסאך וואסער איז געפלאסן אינעם האדסאן זינט תשמ''ח, און אסאך גאר שטורמישע פאסירונגען האבן פאסירט אין ק''י במשך די יארן, ביז תש''ע. מיר וועלן ווי פארשטענדליך נישט אריין גיין אין דעם יעצט, נאר דער שפיץ איז, אז ביי תש''ע האלט דער מצב ווי אויבן געשמועסט, ביי דעם אז עס איז דא דריי עקסטערע קהילות און יעדער איינער לעבט זיך רואיג ב''ה איש על מחנהו ואיש על דגלו.

למעשה, דורך אוי די יארן, האבן די אלע וואס זענען נישט געווען צופרידן מיטן מצב פון די שמחה זאלן, געמוזט אוועק טראגן זייערע שמחות ווייט אווועק.

אין תש''ע, האט איין קהילה מיט די הילף פון א נדבן ענדליך געבויט א אייגענעם שמחה זאל צו סעערווירן  זייער ציבור. דאס איז ווי פארשטענדליך דורך אלעמען באגריסט געווארן ווי א גאר פאסיגער שריט, נאך דעם וואס דער חלל אין דעם געביט האט זיך שטארק אנגעזען פאר לאגע יארן.

דא האט פאסירט א אומגלויבליכע זאך. ווי עס שטעלט זיך ארויס, האבן טייל פון די אנפירער פון די ערשטע קהילה זיך במשך די יארן אויף אן אמת איינגערעדט אז דאס גייט זיין א זאך וואס גייט בלייבן לעולם קאי וקיים. במשך די יארן האבן זיי זיך אזוי צוגעווינט צו דעם שקר פון מרא דאתרא, אז זיי האבן עס אנגעהויבן צו זאגן מיטן זעלבן אימפעט ווי טייל אנדערע מענטשן למשל פלעגן זיך באמת שווערן אז מיטוואך האבן זיי ראדני... און במילא ווען זיי האבן זיך אויפגעוועקט צום מציאות אז די אנדערע קהילות גייען זיך מאכן שבת פאר זיך מיט דעם פרט אויך, האבן זיי עס בשו''א נישט געקענט אראפשלינגען. די תמימים שבהם וואס מען האט שוין 20 יאר געפראגרעמט מיט דעם שקר האבן זיך באמת נישט געקענט גלייבן אז אזא הארבע זאך גייט בקרוב ווערן דורך געבראכן.

דא האט די קהילה גענומען א אומפארשטענדליכע מאוו, וואס ברענגט נאך ביז היינט ארויף וואונדער ביי מענטשן. אנשטאט זיך אפצואווישן די נאז און גיין וויייטער. שרייען אז יענער איז א לוזער ווייל ער איז דאך מחוץ לעיר, און אין ערגסטן פאל צוגעבן א נאמען, וואס דער מיטל ווירקט לויט עקספערטן ווינדערבאר, האבן זיי אנגעהויבן א מערכה פאר פייער און פאר וואסער צו באקעמפן דעם זאל. מיר וועלן זיך נישט אריין לאזן אין די פונקטליכע פרטים, נאר דעער סך הכל כהיום איז אז מען האלט שוין ביי אריבער פערציג חתונות כ''י אין דעם זאל, און ביי יעדן רעכט דענקיגן מענטש איז די מערכה פון די סארט וואס מען זאגט דערויף, א שאד מען האט עס בכלל אנגעהויבן, ועכשיו אז מען האט עס אנגעהויבן, איז דאס היינט א פולקאמער דורכפאל, וחבל על דאבדין.

חוץ אויף איין פלאץ ווילן נאך די אהרונים נישט מסכים זיין צו דעם דורכפאל, און דאס איז ווי פארשטענדליך אונזער אלעמען באליבטע היידפארק. דא זענען זיי אויפגעקומען מיט א טענה, אז דער מערכה קען נישט קוואליפיצירט ווערן ווי א גענצליכע פארלוסט, ווילאנג נאר רבנים וואס האבן זיך בעבר ארויסגעשטעלט ווי דירעקטע קעגנערס פון די קהילה זענען דארט מסדר קידושין.

נו שוין, היינט לכאורה קען שון משה'לע און דייקן וכל קדושיו עמו דערקלערן מיט זיכערקייט אז יא! די מערכה איז ענדליך א דורכפאל. נאך דעם וואס דער וועגשיידער רב וואס איז אנערקענט און רעספעקטירט ביי יעדן, און זיינע ספרים געפינען זיך לרוב אין היכל ראזענבערג אין ק''י אפילו, (ביז יעצט עכ''פ), האט מסדר קידושין געווען אין דעם זאל ביי די חתונה היינט נאכט. זעט מען אז אפילו נייטראלע רבנים זענען אויכעט מסדר קידושין דארט. רבנים וואס האבן נישט קיין שייכות מיט קיינעם פון די צדדים און קומען גארנישט פאר קיינעם, א רעספעקטירטער רב פון העכער ניינציג יאר לאויוש''ט, האט ניטאמאל געפינען פאר וויכטיג צו לאזן איינעם אנרופן דעם רב פון די קהילה און מיט א מס שפתים בעטן רשות,וואס ער וואלט זיכער באקומען, עס איז געווען הונדערט פראצענט גאראנטירט אויף וואס יעדער פו אונז וואלט אפילו גריט געווען זיך צו וועטן...

און אדרבה, טראץ וואס סאם האו האט זיך דער גאלאנטער רב אפילו אריין געלייגט דערין, און זיך ממש געבעטן בתחנונים ביי אים ער זאל כאטש בעטן רשות, האט ער אים קאטעגאריש אפגעזאגט, צולייגענדיג ווערטער וואס האבן געמאכט דעם אובן דערמאנטן רב שטארק חרטה האבן פארן אויפברענגען אפילו דעם ענין/

(ער האט אים געזאגט, אהובי ידידי, וויאזוי דו הייסט, ווייסטו? וויאזוי א שטייגער ביסטו גאלאנטער רב? אהא, ווייל דער זיידע איז געווען רב אין גאלאנטא, פיין, לידיעתכם, אין גאלאנטא איז געווען א גרויסע קהילה מיט א רב, און צוליב סיבות האבן זיך א קבוצה אפגעטיילט און געגרינדעט א עקסטערע קהילה, און ווי מיינט איר? דער זיידע, וואס על שמו אתה נקרא, איז דוקא געווען דער רב פון אט די קליינע אפגעטיילטע קהילה, ווי ער האט כסדר מסדר קידושין געווען על אפם ועל חמתם פון די גריסע קהילה...)

ממילא, אננעמענדיג אז די אהרונים דא זענען נישט קיין קאפ פארדרייער וואס וילן סתם משוגע מאכן, נאר זיי מיינען זיכער ערנסט וואס זיי זאגן, איז צו ערווארטן אז איצט וועלן זיי יא מודה זיין טאקע אז דער מערכה איז געווען א הילכיגער מיאוסער דורך פאל. און האפנטליך וועלן די מענטשן ארויסנעמען פון די פאסירונג - וואס איז שוין ווי
געשמועסט, מאחרינו - א מוסר השכל וואס א צו טון און בעיקר ווי זיך נישט צו פארפלאנטערן אומזיסט.,

פארשטייט זיך אז משה'לע וועט באלד דערציילן אז ער איז געווען אויף די ליין בשעת דער וועגשיידער רב שליט''א הא געקאלט בעטן רשות, און דער שיינער שמועס וועגן די זיידעס גייט אפילו זיין אין שולח מלכים, וואס די זאליס קענען זיך פארשטעקן מיט זייער גראבן עם הארץ וכו' וכו', און ר' מיכל זילבער גייט אים בכלל נישט באזוכן ווייל ער איז א שטריק, וכו', אונז בעטן מיר אים אבער, פליז דרוק נישט דער שמועס אין משולחן מלכים!!! דו קענסט נישט אזוי שטארק ווייטון די זאליס, סיי דער שמועס און סיי דערר שולחן מלכים,

אזוי ווי עטס וווילטס דאך דאך אויפווייזן אז עס איז אמת, געטס פליז נאר ארויס די טעיפ! אן קיין פאמפע דעראמפע, איך זאג ענק מען וועט גלייבן דעם טעיפ אליינס אפילו עס שטייט נישט אין די שרעק אנווארפנדע משו''מ...

אזוי אויך וואלט איך געראטן דעם http://twitter.com/#!/KedishenBirshis ער זאל באצייטנס אראפ פארן אויף טאהש מקבל נזיפה זיין פון דעם פאה''ד והדרו כ''ק גאב''ד טאהש שליט''א, וואס עסט זיך דאס געזונט פארוואס מען האט אים נישט געזאגט אז עס איז ברשות, כאטש וואס דו האסט ברוב חכמתך שוין געטוויט באהאלטענערהייט מאנטיג נאכט אז עס איז דא רשות....

ווי אויך הערט מען אז די אהרוני'שע אייניקלעך פונעם וועגשיידער זענען זייער ברוגז אויף דעם טוויטער, ווייל ווען ער גיט ווען ארויס דעם סוד גענוג באצייטנס וואלטן זיי נאך געקענט קומען צו די חתונה (10 אזייגער איז שוין כנראה געווען צו שפעט פאר זיי, אדער , זייט נישט ברוגז קען זיין זיי האבן נישט געגלייבט אייער טוויט...) און נישט געדארפט פארשאפן אזא צער פארן אלטן זיידן פון 95 יאר לאוישט''א.

גורו לכם מיום הדין...




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2011 16:42 לינק ישיר 
דא זאגט איינער פין די מעכטיגע ווארט זאגערס פין די ארונים אז "מיר האבן געווינען ווייל קיינער אחוץ כק אדמו"ר שליט"א והגה"צ משארמאש וטשאטה שליט"א וועט נישט זיין

לאגיש כתב:
צוריק צים קעפל

ווי האבן די אהרונים מודה געווען ?





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2011 16:38 לינק ישיר 
אלע וועגן יא ר' טדרוס שליט"א נישט ר' טדרוס מיר האבן א וועג אמאל אזוי אין אמאל אזוי

לאגיש כתב:
ווי זענען אבער די אהרונים מודה אז ס'איז דורך געפאלן

לויט מיין אינפארמעשין גיין נישט די אהרונים צי קיין חתונות דארטן
אין קיין איין פרעמדער רב וויל דארט נישט גיין מסדר קידושין

אין ברענג מיר נישט ראיה פין שאפראן ווייל דאכט זיךך מיר ער איז 3 מאל א מחותן מיט מהרז"ל

בקענד אפילו אזא רב פין רבי טודרוס שליט"א וכדומה וואס גייט צי ענק

 





------


תוקן על ידי דער_אקס ב- 09/09/2011 16:41:01




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2011 02:10 לינק ישיר 

צוריק צים קעפל

ווי האבן די אהרונים מודה געווען ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/9/2011 22:02 לינק ישיר 

אויטענטיש, געוואלדיגער אנאליז!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2011 21:21 לינק ישיר 

כדרכי, וועל איך נישט ארגומענטירן אין די עצם ויכוח, כ'וועל נאר שטעלן די זאך אין פראפארץ.

אלמלא קהלת מהר"א וואלט איגנארירט דעם נייעם זאל מכל וכל, וואלט יעדער פארשטאנען אז עס איז ניטאמאל א פאטש פאר זיי, נעמליך, בני יואל האט אייגענע (גע'אסר'טע) מוסדות, מקוה, בית החיים, שחיטה אא"וו, שלא ברשות, איצטערט איז אויך צוגעקומען א זאל שלא ברשות.

ובכן, איך האלט נישט אז בני יואל האט פאראויסגעזעהן דעם שטורעם וואס דא גייט זיין, ווארום קיינער האט זיך נישט גערישט אז דא גייט קומען א ברענעדיגע מערכה מיט א קהלה וואס איר גאנצע עקזיסטענץ איז איין שטיק איסור לשיטתם.

ואם כן, איז מסתבר אצונעמען אז בני יואל האט בכלל נישט געבויעט דעם זאל (אינדרויסן פון שטעטל) בכדי דורכדעם שוואכער צו מאכן די הנהגה (אין שטעטל), זיי האבן עס פשוט אהערגעשטעלט פאר די זעלבע סיבה וואס זיי האבן געמאכט א בוטשער סטאר, דהיינו, פון ואיין זייט א סערוויס פאר זייער ציבור, און פון די אנדערע זייט א באדייטנדע אינקאם פאר זייערע מוסדות.

הגם עס איז נישט אינגאנצן הנידון דומה לראיה, ווארום בני יואל'ס עצם עקזיסטענץ איז אומלעגאל אין די אויגן פון קהלת מהר"א, ואם כן פארשטייט זיך אז עס קומט אריין א שטיקל שלא לשמה אויכעט, און טאמער קהלת מהר"א פלאצט פון יעדעס סקווער אינטש וואס ווערט געראנט דורך די בני יואל, דאן איז פארשטענדליך אז די בני יואל וועלן דוקא נהנה זיין דערפון, אבער דער עצם געדאנק פון צושטעלן א חתונה זאל פאר'ן אייגענעם ציבור בכלל נישט קיין רעוואלוציענערישער געדאנק, נאר אדרבה; א העכסט נארמאלער ערשיינונג


אין אנדערע ווערטער פונקט ווי יעדער פארשטייט אז ווען פאפא'ר מוסדות בויען א חתונה זאל אויף ווילסאן סט. אין וויליאמסבורג, האט דאס נישט מיט קיין פאליטיק צו טוהן נאר פשוט א ריינע ביזנעס חשבון, הוא הדין בני יואל.

ע"כ וועגן דאס בויען פון דעם זאל. מכאן ואילך, איבער די מערכה.

פונ'ם טאג וואס דער זאל האט זיך געעפענט, אין קהלת מהר"א איז נישט געווען קעיפעבל דאס צושטערן, האט בני יואל בעצם געוואונען דעם שפיל איבער'ן זאל. מהיום והלאה האבן זיי א אייגענעם זאל צו סערווירן זייערע מעמבערס, ווער עס וויל קען זיך (פרייוויליג) צוקראצן דערפון, און ווער נישט קען ציעהן די פלייצע און זיך גיין ווייטער זיין וועג.

אבער דא איז קהלת מהר"א אריינגעקומען אין בילד און צוווארפן די קארטן. זיי האבן אנגעהויבן מיט א מערכה אקעגן די עצם זאל, און עס אפגע'אסר'ט חזיר טרייף.וואס דא איז געשעהן, אז פון דעם פונקט און ווייטער האט זיך געטוישט די הויפט שפילער אויפן שאך ברעטל. אויב ביז היינט איז דאס געווען בני יואל און זייער נייע זאל, איז מהיום געווארן קהלת מהר"א די וואס זענען אין קאן.

ומעתה, אויב הויבט מען אן מעסטן די הצלחה/ דורכפאל פונ'ם זאל ברויך מען דאס באטראכטן פון אן אהרונישן שטאנדפונקט. דהייינו בני יואל האט בעצם דורכגעפירט וואס זיי האבן געוואלט, אין דעם איז קיין פראגע נישטא. די שאלה איז נאר צו די מערכה וואס די אהרונים האבן אויפגעשטעלט אקעגן זיי האט מצליח געווען אדער נישט. און אויף דעם קען מען זיך דינגען.

די שאלה איז, וואס קהלת מהר"א האט דא געוואלט עררייכן, (וואס אגב: איך אליין בין נאכנישט קלאר דערין) אויב האבן זיי געוואלט געוואונען אז זייערע מעמבערס זאלן נישט אהינגיין, דאן האבן זיי לכאורה מצליח געווען, אויב האבן זיי געוואלט אז מענטשן וואס  זענען נישט קיין אויגעשפראכענע בני יואל זאלן נישט חתונה מאכן דארט, איז יש לעיין בדבר, אא"וו קען מען באטראכטן דעם גאנצן בילד פון פארשידענע שטאנדפונקטן.

דאס איז אבער זיכער אז פאר מען הייבט אן דעם ויכוח דארף מען וויסן ווער זענען דא די צוויי צדדים, און אויף וואס קריגט מען זיך. און לדעתי איז דער ויכוח צו דער אהרונ'ישער קאמפיין האט מצליח געווען אדער נישט.

יעצט קינדערלעך, הייבט זיך אן ארומצואמפערן....


תוקן על ידי אויטענטיש ב- 08/09/2011 21:25:38




תוקן על ידי אויטענטיש ב- 08/09/2011 21:28:12





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2011 21:15 לינק ישיר 



תוקן על ידי אויטענטיש ב- 08/09/2011 21:26:14





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2011 20:19 לינק ישיר 

עס איז א עקסטערע הנאה צו זען ווי זיי קראצן ארויס א פרישן ליגענט יעדעס מאל די פריערדיגע שטימט נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2011 20:11 לינק ישיר 

עםהארץל, האסט שוין אמאל באוויזען אויפצוקלערן אן אהרוני?? לאדעך אפ..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/9/2011 20:00 לינק ישיר 

וועגשייד איז וויפיל מאל א מחותן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2011 18:17 לינק ישיר 

ווי זענען אבער די אהרונים מודה אז ס'איז דורך געפאלן

לויט מיין אינפארמעשין גיין נישט די אהרונים צי קיין חתונות דארטן
אין קיין איין פרעמדער רב וויל דארט נישט גיין מסדר קידושין

אין ברענג מיר נישט ראיה פין שאפראן ווייל דאכט זיךך מיר ער איז 3 מאל א מחותן מיט מהרז"ל

בקענד אפילו אזא רב פין רבי טודרוס שליט"א וכדומה וואס גייט צי ענק




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/9/2011 17:43 לינק ישיר 

דייקן, קענסט פרובירן צו פארדרייען היסטאריע, אטאקירן בני יואל מיט די זאלי'ס צוזאמען. פאקט בלייבט פאקט, דער צאל חתונות קע"ה האלט ביי אריבער פערציג. אין די ליסטע פון רבנים המסדרי קידושין הויבן צוביסלעך אן זיך אריינרוקן אויך פרעמדע רבנים, א שטייגער ווי דער שאפראנער רב שליט"א, וואס איז נאך לכל הדעות אזא נאנטער תלמיד פון רבי'ן ז"ל ווי ר' אהרן טייטלבוים גיבט זיך אן אז ער איז געווען. ‎​
 
האסט די ברירה אויפצוגעבן די מערכה, אדער עס אנצוהאלטן ביז ס'וועט האלטן ביי הונדערט חתונות, און צענדליגער רבנים מסדרי קידושין פון אלע סארטן, און די אהרונים פעטער'ס וועלן שוין קומען צו די שמחות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2011 16:09 לינק ישיר 

אומזיסט טייערער, די ביזט גרייט צו דעבאטירן דעם נושא, אדער די ווילסט בלויז שרייבן אייגענע קאנקלוזשנ'ס?.

ביזטו גרייט צו דעבאטירן, וועל איך דיר ענטפערן. אויב נישט, וועל איך דיר נישט צושטערן דיין שמחה.


די דעבאטע וועט פרובירן קלארשטעלן דאס פאלגנדע:

צו וועלכע פון די דריי קהילות די -אומזיסט- אנגעהערסט.

די סיבות פארוואס מ'האט געגרינדעט בני יואל.

די סיבות צוליב וואס מ'האט געמוזט גרינדן קהלת מהרי"י - און זייערע חילוקי דעות מיט בני יואל.

פסק הלכה פונעם רבי'ן ז"ל (מהר"י) איבער א רב אין א שטאט בנוגע סידור קידושין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2011 23:48 לינק ישיר 

איינער זאגט מיר אז די וואך שטייט אין חומש די פרשה פין די סידור קדושין ענין

*
רש"י הק' זאגט און  פרשת כי תצא אויף
(י) כי תצא למלחמה -
במלחמת הרשות הכתוב מדבר, שבמלחמת ארץ ישראל אין לומר ושבית שביו, שהרי כבר נאמר (לעיל כ טז) לא תחייה כל נשמה:



תוקן על ידי kj1234 ב- 07/09/2011 23:51:11




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2011 23:42 לינק ישיר 

מיין פריוואטער מיינונג איבער די "ביזנעס חלק" פון די נייע האל, וואלט איך געראטן די בעלי בתים פון די האלל זיי זאלן מיטשפילן מיט די אהרונים, אז ר' אהרן טיילט רשות...

אזוי וועלן מער מענטשן בוקן דעם זאל, וואס איז שוין אזוי אויך היבש פאפולער, יעדער וועט נעמען פאר מסדר קידושין וועמען ער וויל, און די אהרונים וועלן אפילו נישט האבן קיין תירוץ פארוואס נישט צו קומען... ווייל ס'איז דאך מיט רשות... מען קען אפילו מאכן א טוויטער גרופ וואס זאל ארויסשיקן ביי יעדע חתונה אז ס'איז מיט "רשות"...

איך פארשטיי אז פון אנפאנג איז געווען וויכטיג די "מלחמת הרשות", כדי נישט צו פארגיסן דאס אומשולדיג בלוט פון די יונגע פארפעלקער אויף וועמען מען האט קאנצעטרירט די מערכה. אבער יעצט ווען מען האלט שוין ביי די פערציגער חתונות, איז דאס שוין נישט רעלעוואנט.

ולכל היותר וואלט איך געזאגט, אז יעדער רב וואס איז מגלה דעת ברבים אז מען דארף נישט קיין רשות, קען מען שוין נאכדעם ארויסלאזן א שמועה אז ער האט געבעטן רשות...

אזוי וועט מען האבן מער חתונות, און עס וועט ברענגען געלט פאר די מוסדות, און פרנסה פאר היימישע מענטשן, פלייש פונעם בוטשער וכו'.

און יעדער וועט זיין העפי אפילו די אהרונים...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/9/2011 22:47 לינק ישיר 

אומזיסט כתב:
............חוץ אויף איין פלאץ ווילן נאך די אהרונים נישט מסכים זיין צו דעם דורכפאל, און דאס איז ווי פארשטענדליך אונזער אלעמען באליבטע היידפארק. דא זענען זיי אויפגעקומען מיט א טענה, אז דער מערכה קען נישט קוואליפיצירט ווערן ווי א גענצליכע פארלוסט, ווילאנג נאר רבנים וואס האבן זיך בעבר ארויסגעשטעלט ווי דירעקטע קעגנערס פון די קהילה זענען דארט מסדר קידושין.

נו שוין, היינט לכאורה קען שון משה'לע און דייקן וכל קדושיו עמו דערקלערן מיט זיכערקייט אז יא! די מערכה איז ענדליך א דורכפאל. נאך דעם וואס דער וועגשיידער רב וואס איז אנערקענט און רעספעקטירט ביי יעדן, און זיינע ספרים געפינען זיך לרוב אין היכל ראזענבערג אין ק''י אפילו, (ביז יעצט עכ''פ), האט מסדר קידושין געווען אין דעם זאל ביי די חתונה היינט נאכט. זעט מען אז אפילו נייטראלע רבנים זענען אויכעט מסדר קידושין דארט.......


זשאסט פאר די רעקארד'ס הגה"צ אב"ד שאפראן שליט"א האט די וואך מסדר קדושין געווען דארט

תוקן על ידי דער_אקס ב- 07/09/2011 22:49:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים ענדליך מודה: מערכה קעגן בנ"י דורכגעפאלן!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext