קארט אפדעיט אין מאנטריאל
ווי ס'איז באקאנט, שלאגט זיך שוין ארום די לעצטע פאר יאר די סאטמאר'ע מוסדות, מיט די רעגירונג פון קיובעק, בנוגע לערנען לימודי חול, וואס איז נישט אויסגעהלטן לפי דרך התורה והמסורה, און אוודאי נישט פאר די פאן טרעגער פון מסורת אבות "מוסדות סאטמאר"
היינט איז פארגעקומען א געריכט'ליכע הירינג בנוגע דעם אישו, ווי די רעגירונג האט פארלאנגט, אז מז'אל שוין, זאפארט, פארשפארן די מוסדות, ווייל זיי פאלגען נישט אויס די געזעצן, וואס פארשטייט זיך אז אויב דאס פאסירט ווען, היו לא תה', וואלט געווען א גרויסע צרה פאר כלל ישראל.
אבער ס'קימט אן די גוטע נייעס אז בחסדי השם איז עס זיי נישט געלונגען, און די ריכטער האט ארויס געווארפן דעם פארלאנג, בלייבט נאר איבער צו בעטן די אייבירשטער, עד הנה עזרונו רחמיך, בעטן מיר אויף ווייטער ולא עזבונו חסדיך ה' אלוקינו לנצח, אז די גאנצע קלאגע זאל ארויס געווארפן ווערן, און מ'זאל ווייטער קענען מגדל אונזערע קינדערליך על דרך התורה ויראה, ועל דרך המסורה לנו מדור דור.
מרן רבינו שליט"א, וואס איז דער נשיא המוסדות, און שטייט און שפיץ פונעם מוסד, שטייט און נאנטע פארבינדונג מיט די עסקנים פון דארט, און איז אין כסדר'דיגע קאנטאקט מיט די עסקנים דארט, אז אלעס זאל געפירט ווערן בהשכל ובדעת, אז ס'זאל ארויס קומען די ריכטיגע מטרה, וואס איז פארשטייט זיך זייער וויכטיג אין אזא האקעלע ענין.
ס'איז זיכער אז תפילת ופעולות צדיק וועט עושה רושם זיין, און די גזירה וועט אפגעשריגן ווערן, און ס'וועט אביסל אראפ פאלן פון דעם - שוין אזוי אויך גרויסן - יאך וואס ליגט אויף רבינו שליט"א מיט די מוסדות הקדושים די בכל אתר ואתר, ועל מי מנוחות ינהלינו עד ביאת משיחינו, אמן.
תוקן על ידי אייזנער ב- 08/09/2011 04:52:08
 |
|
|