דאס זענען די טרייסט פון די זאליס, וואס מען קען זיי פארקויפען לאקשען.
אבאמא האט געמאלדן אז ער קומט דעם זינטאג צופליען קיין ניו יארק, צוזאמען מיט אלע אלטע פרעזידענטען בוש קארטער קלינטאן, ווי אויך קומט צופליען די הויפט פון די FBI און די הויפט פון די CIA ווי זיי גייען אויספארשען די פראד פון די דיד טרענספאר

ווי עס הייסט נעמט אבאמא אויך מיט די בריוו וואס די בני יואל בראשות פונעם מישמאשער האבן אים געשריבען אז ער זאל שוין עפענען די קרעטשמע אין קרית יואל, און זייט דעמאלס האלט ער עס אין טאש ביי זאך, און איצט גייט ער אליינס קומען קין קרית יואל און עס עפענען, דער געלער בדחן האט אנגעגרייט א דרשה לכבודו, עזריאל גליק האלט אין מיטען באקן א רבי זי"ע מעשה איבער אבאמא, מיידעלך שטערן וועט קעיר נעמען פון הרבנית הצדיקת אבאמא תחי'..

בלומבערג האט געמאלדען אז די איבערדרייעניש איבער די טעראריסטען וואס ער האט געמאלדען, איז געווען א טעות מען האט עס פארמישט מיט צענדליגער בילדונגס וואס זענען די לעצטע ווואכן ארום געפלויגען פון איין דיד צום צווייטען, און מען האט מורא געהאט אז על קאידא האט עס געמאכט....

ווי עס הייסט יעצט גייט מען ארעסטירען שמואל דוד מארקאוויטש יוסף ווייס יצחק ראזענבערג בערל פריעדמאן, בקיצור אלע אהרונים גייט מען ארעסטירען...

שאול פערלשטיין האט געמאלדן אז אלעס בלייבט ביים אלטן....

אבער דער חכם שלום דייטש זאגט אז ער לאכט פון אלעמען, און גייט נאכמאל ווייזן די בת היענה שפיל, און גייט ווייזן פאר די אהרונים אז ער האט יא געווינען, און גייט אויפשטעלן די סוכה אויף די ווילסאן גאס דריי פיס נאנט צום ביהמ"ד החדש, אזוי וועלן אלע זאליס מיינען אז די סוכה איז גאר אינעם נייעם שול...

שמשון גאלד זאגט אבער אז ער שמעקט נאך די פייער אינעם נייעם שול, און ער האלט זיין נאז פארשטאפט זיי די פייער, און וועגן דעם איז די סוכה נישט אינעם נייעם שול...
