בית פורומים אידישע געדאנק

נאך גרויסע פארלאנג פאר רשות חתונות: בני יואל גייט צולייגן נאך צווי זאלן.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/9/2011 20:25 לינק ישיר 
נאך גרויסע פארלאנג פאר רשות חתונות: בני יואל גייט צולייגן נאך צווי זאלן.

ווי באקאנט האט זיך אין קרית יואל געשאפן א חלוקה די לעצטע 25 יאר ווי א ציבור אידן האבן זיך אפגעטיילט און געמאכט א עקסטערע קהילה מיט אלע צרכים ביז א אייגענע חתונה זאל פון ווי צו קענען בעטן רשות, און נישט האבענדיג קיין ברירה פלעגן זיי אלץ אוועקטראגן די חתונה אויף מאנסי פשוט ווייל זיי האבן נישט געהאט א אייגענע זאל פון ווי צו קענען נעמן רשות, אזוי פלעגט דאס אנהאלטן 25 יאר ביז פארגאנגענע יאר ווי בני יואל האט געענדיגט זייער זאל מיט גרויס פרייד אז  מ'וועט שוין נישט דארפן אוועקפארן נאר מ'וועט קענען בלייבן און דא בעטן רשות,

לעצטענס האט מען זיך דערזען אז דע איינע זאל איז נישט גענוג ס'איז דא א גרעסערע פארלאנג פונעם ציבור ווי מ'האט געמיינט, א גרויסער עולם וויל דייקא חתונה מאכן אין בנ"י און בעטן רשות כידוע, דעריבער אין ליכט פון דעם פראבלעם איז מען נעכטן אויפגעקומען נאך א מיטינג מיט אלע חברי הנהלה אז מ'גייט צולייגן נאך צוויי זאלן ווי ס'וועט האפענטליך זיין גענוג פאר יעדן פון אנ"ש וואס וויל א חתונה אין בני יואל מיט רשות, ווי ס'הייסט יעצט גייט מען דעקארעיטירן די גרויסע לאנטש רום ס'זאל זיין גרייט האפענטליך אויף כסליו בשעטומ"צ.

כ'מוז אבער מודה זיין אז פאר אני הקטן טוט דאס אלעס וויי, ווי פאסט דאס אזא זאך פאר בני יואל, כ'דריי מיך כסדר ארום מיט א שווער הארץ אויף זיי פארוואס זיי טוען אזא זאך וואס דאס געט אסאך חיזוק פאר זיי, ווי מ'זעט דאס אויף זייערע פעינעמער נאך יעדע חתונה שטראלן זיי פון שמחה אז מ'בעט ב"ה אלץ רשות פון זיי, הכלל איך האב עגמ"נ דערפון.

נאר איך טרייסט מיך מיט איין זאך, דאס איז די בחירות, כידוע פרעגט די רבי זי"ע כסדר זאגן אז די רבנים וואס זענען מתיר די בחירות, זייער דעת תורה בנוגע דעם ענין איז נישט נוגע וויבאלד זיי זיצן דארט און זענען מושחד צו טרעפן א היתר אדער איסור אויף אלעס וואס מ'פארלאנגט זיי כידוע, במילא ווער איך נישט צובראכן ווען טויזענטער אידן גייען צו די בחירות אויפן חשבון פון זייערע פוסקים, ווייל זייער מיינונג איז לכתחילה קיין מיינונג און מיליאן מענטשן זאלן גיין צו די בחירות וועט דאס נישט מער מחזק זיין זייער מיינונג און וועט אודאי נישט אפשוואכן די דעת תורה פון רבינו הקדוש זי"ע, לעניננו, אויב איז דא מבוכה צו די מתנגדים אין קרית יואל האבן יא א דין ווי א קהילה נפרדה צו נישט, קען יעדער דיין אויף דער וועלט נושא ונותן זיין לארכה ולרחבה חוץ זייער אייגענע דיין וואס זיצט ביי זיי, און אט דאס איז נישט בלויז די בריוו צום נאסיודער רב, נאר א תורה שלימה וואס די רבי פרעגט כסדר איבערחזר'ן, און אויב איך מאך נישט קיין טעות שרייבט ער דאס אויך אין די הקדמה פונעם ספה"ק ויואל משה,

נאך א זאך וואס איך בין מיך אביסל מחזק איז אז טראצדעם וואס אלע מחותנים בעטן ליידער רשות, האב איך ב"ה נאכנישט געטראפן קיין איין מחותן זאגן יא איך האב געבעטן רשות, אויסער איין מחותן וואס איז יא מודה פאר יעדן אז ער האט געבעטן רשות און האט צום סוף געשטעלט זיין חופה כדת משה וישרא' אין עיר התורה מאנסי מיטן פולן רשות פונעם קרית יואל'ן  מרא דאתרא מיט די גלילות..

כ'האף בני יואל וועט בקרוב קומען צום שכל פארוואס זיי האבן באמת געבויט דעם זאל וילמדו תועים בינה במהרה.

  א גוט שבת



תוקן על ידי יiנהלע ב- 09/09/2011 21:08:05




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נאך גרויסע פארלאנג פאר רשות חתונות: בני יואל גייט צולייגן נאך צווי זאלן.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext