| נשלח ב-13/9/2011 00:58 |
|
| |
ברעקינג: א"ק ארויס מיט בושות ביי שטורמישע מושב בי"ד
דער היינטיגער טאג וועט פארשריבן ווערן אין די טאג בוך פון אתרא קדישא אלס "דער שאנדפולסטער טאג אין היסטאריע" מיט בושות וחרפות וואס די ארגאניזאציע האט נאכנישט געשפורט מאז היתה אתרא לארגון.
---
ווי שוין געשריבן איז היינט פארגעקומען א מושב בי"ד ביי די עדה החרדית, נאך וואס אתרא קדישא האט פארלאנגט א מכתב מחאה איבער די א"ג חילולי קברים אין "ראש העין".
נאך וואס בי"ד האט געזאגט אז זיי ווילן הערן די צווייטע צד, דאס הייסט די ועד למניעת חילול קברי ישראל, וועלכע האבן דארט א פיקוח, און בי"ד באשטימט אויף דאנערשטאג א דיון, און אתרא האט דאנערשטאג אינדערפרי מבטל געווען די דיון, מיט א טענה אז דער "הרכב בי"ד" פון דאנערשטאג געפעלט זיי נישט (אויך מיר א טענה), האט בי"ד פארופן היינט א גרויסער זיצונג מיט א "הרכב מלא", וואו אלע חברי הבי"ד, בראשות פונעם גאב"ד און ראב"ד, זענען געזיצן, און ביידע צדדים זענען געווען גערופן, און טאקע אנגעקומען צום זיצונג.
דער מושב בי"ד איז געווען היבש שטורעמיש, ווען אתרא פון זייער זייט האבן פארפירט מעשים אז די מצב אין חילול קברים איז שרעקליך שרעקליך און די בי"ד מוז דא איינמאל פאר אלעמאל ארויסקומען מיט א מערכה אויף בת עין, און באנייען די פארשלאפענע מערכה וועגן חילול קברים.
ווען בי"ד האט געגעבן דאס ווארט פארן ועד, האט איינער פון זיי גענומען דאס ווארט, און איבערגעגעבן א דרשה פון איבער א האלבע שעה, פארציילנדיג די גאנצע היסטאריע פון די ועד, פארוואס זיי האבן זיך געגרינדער און וויאזוי, און וואס זיי האבן שוין אויפגעטוהן, און איבער די פיקוח וואס זיי האבן יעצט אויף איבער 30 פלעצער(!!) איבערן לאנד, און אז אלע הפגנות זענען נאר פון דעם וואס אייזיק ווייס פארט נא זייערע משגיחים.
ער האט אראפגעלייגט וואס זיי האבן אלס צו ליידן, ווי דער אנפירער פון די ועד ציטערט יעדן טאג צו ער שטייט נישט אויף צו א ברענעדיגע הויז, און די טעראר וואס מען לייגט אויף אים ארויף פארן חטא פון ראטעווען קברי ישראל.
דערנאך איז ער אריבער צו די יעצטיגע אישו אין ראש העין, מיטברענגענדיג בילדער און דאקומענטן, און ער האט געפרעגט די אתרא קדישא חברה אין פנים: זאגטס מיר דעם אמת: איז וואהר אז אייערע אויגן זענען עדות אז דאס איז א מוסולמענער בית הקברות? און יענער האט געענטפערט אז יא, אמת, אבער "מען קען נישט וויסן", האט ער געזאגט מען קען נישט וויסן? איז וואס וועט זיך טוישן ווען אתרא ווועט גיבן פיקוח? זיי וועלן זיין נביאים און יא וויסן?? וואס וועלן זיי דען טוהן? זיי וועלן שטעלן פיקוח! אט דאס טוט דער ועד, און אלעס ווערט געטוהן עפ"י הוראת הרבנים, און נישט לויט די אפמאך פון איין איזאלירטער תלמוד חכם וועלכע הערט נישט אויס קיין שום ערליכן איד.
דער פארשטייער פונעם ועד האט ארויסגענומען די גליון העדה פון די פארגאנגענע וואך און פארגעליינט פאר בי"ד וואס אתרא קדישא שרייבט דארט, אז די מוחים האבן געזעהן הייליגע עצמות זיך וואלגערן, באגלייט מיט א בילד פון א מוסולמענער קבר. האט ער געפרעגט: איז דאס נישט א ליצנות פון כלל ישראל? דא ווען איך רעד מיט זיי פנים אל פנים זענען זיי מודה אז דאס איז מוסולמענער קברים, און אין א גליון וואס איז מכלומרשט א גליון פון די עדה החרדית, שרייבט מען ביליגע שקרים מיט הייליגע טיטלען אויף גוי'אישע קברים?!
טייל פון די חברי הבי"ד, די וועלכע האבן נאכנישט געהאט געהערט ביז היינט דעם אמת, זענען געשטאנען ממש ווי געלעמט, און פון די אנדערע זייט זענען געשטאנען די אתרא טעראריסטן מיט רויטע פנימער און זיך געביסן די ליפן נישט וויסן וואו זיי זעעהן זיך ארויס פון דא.
ווען די חברה האבן געזעהן אז די מצב טויג נישט, האבן זיי געגעבן א רוף אריבער נאך איינעם (גאלדמאן), איינער וואס ווערט רויט ווען ער זאגט אמת... האפנדיג אז יענער וועט בעסער קענען פארדרייען די פאקטן מיט א געלאסנקייט.
ווען יענער איז אנגעקומען האט ער אנגעהויבן פארפירן אז די עיקר ציהל פון די ועד איז מבזה צו זיין הצדיק שמידל, און דערפאר זענען אפילו זייערע אייגענע רבנים, ווי הגר"נ קרליץ און הגר"ח קנייבסקי ארויסגעקומען קעגן זיי.
דאן האט זיך אויפגעשטעלט הג"ר שבח ראזענבלאט, א מו"ץ ביים בי"ד פון הרב קרליץ, און ער האט ערשטוינט די חברה ווען ער האט ארויסגענומען א פרישע בריוו אונטערגעשריבן פון קרליץ און קנייבסקי, ווי זיי רימען אויס די ועד למניעת, און שרייבן ארום איבער זייער עדות אויף די געוואלדיגע פעולות וואס די ועד טוט אויף, און זיי ענדיגן צו אז חלילה צו זאגן אז די בריוו וואס זיי האבן געשריבן נישט צו טשעפענען די פעולות פון הרב שמידל מיינט עפעס אקעגן די ערליכע עסקנים, ווי געוויסע האבן מפרסם געווען. (אין פאקט: הגר"ח האט געהאט געפרעגט די בריסקע פארן אונטערשרייבן, צו איז דאס קעגן די ועד למניעת? און זיי האבן געענטפערט ניין! דאס איז קעגן אנדערע שלעכטע מענטשן וועלכע מסר'ן הרב שמידל..)
האט זיך יענער ג. ווידער אנגערופן אז ער איז אליינס געווען רעדן מיט קרליץ, און ער האט אים געזאגט אז ער ווייסט נישט גארנישט בנוגע די קברים, ער האט נישט קיין שייכות מיט די ועד.
האט דער מו"ץ הנ"ל געזאגט, איך ווייס נישט ווער איר זענט און ווען איר זענט געווען ביי אים, אבער איך קען עדות זאגן, אז יעדע דבר קטן וגדול ווערט געטוהן נאר נאכן אנפרעגן ביי די רבנים, און עס איז נאכנישט געווען א שריט בנוגע קברים וואס איז געטוהן געווארן אויף די אייגענע הענט פון סיי וועלכע עסקן וכדומה.
דערנאך האט יענער פארפירט אז למעשה טאר בי"ד נישט צולאזן אז "אזא האקעלע" זאך(..) ווי די בית הקברות אין ראש העין זאל נישט געפירט ווערן דורך הרב שמידל, דער וואס האט שוין די ידיעה און עקספיריענס צו טוהן דערין, און ער האט סמיכה פון אלע רבנים.
האט איינער פון די ועד ארויסגענומען א בריוו וואס בי"ד האט געשריבן בשנת תשנ"ח, וואו די גאנצע דעמאלסדיגע בי"ד שרייבט אונטער זייער שטיצע פאר דעם ועד, אריינגערעכנט דער גאב"ד הרב דושינסקי ז"ל, און ראב"ד הרב פישר ז"ל. (איינער פון די רבנים האבן געכאפט א שאק, ואכמ"ל).
אלזא האט דער ועד די זעלבע גרויסע סמיכה, און אויב האט אתרא אליינס פארפאטשקעט זייער ארבעט דורך זיך שלאגן אויף א אופן וואס מאכט נאר שאדן, קען דער ועד זיי נישט העלפן. פארפאלן, דאס איז דער פאקט אז היינט קען נישט אתרא משגיח זיין נאר די ועד למניעת, און די ועד פירט אויס זייער פליכט הונדערט און פופציג פראצענט, מיט א הוספה פון ריכטיגע "מסירת נפש" אויסשטייענדיג נאכאנדע שטוינענדע רדיפות.
דערנאך האט איינער אויך געוויזן פאר בי"ד די שמוציגע פאשקעווילן וואס אתרא האט געשריבן קעגן ר' נסים, פון וואס די רבנים האבן ממש אונטערגעטאנצן, און די יעניגע האבן געענטפערט אז דאס האט גארנישט מיט זיי, דאס האט געמאכט אהרעלע יאקטער כדי זיי צו באשמוצן... און איינער פון זיי האט גאר דערקענט די האנטשריפט פון די ספרעי פעינט "נסים קרליץ ארכיאלוג" אז דאס איז קלאר אהרעלע'ס שריפט...
פארשטייט זיך בי"ד איז נישט אזוי קינדיש זיך צו זעצן טענהן איבער דעם.. און דער דיון איז געגאנגען ווייטער.
די ענדגילטיגע החלטה איז געווען:
'ועד למניעת' חזקו ואמצו, בי"ד האט נישט גארנישט קעגן די פיקוח בכלל און ראש העין בפרט!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/9/2011 02:14 |
|
| |
איך האב נישט געגלייבט אז זיי וועלן נישט קענען אויספירן זיי זענען שוין מער פארנומען צו פארפירן ביים ביד''ץ ווי איידער צו פארפירן ביי די אריכאלאגען.....
פארשטייט זיך אז זיי וועלן אויפשפרינגען אז די איז געווען די אריגענעלע נוסח די שאלה איז נאר, אויב איז דאס די אריגענעלע נוסח, דאן פין ווי האט 5בארא געוויסט וואס די נוסח ''גייט זיין'' א וואך פריער...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/9/2011 22:17 |
|
| |
ערשינען!! דער איד האט עס נאך דערווייל נישט אראפגעשלינגען, און זיי האבן נישט אריינגעלייגט די וואך גארנישט פון אתרא קדישא, אבער אין די גליון העדה איז שוין יא געווען פארגאנגענעם מיטוואך די בריוו פון בי"ד פאר אתרא קדישא.
למעשה האט מען אויסגעמעקט יעדעס ווארט וואס איז קעגן א צווייטן אדער אז "נאר" אתרא וכדומה, און בנוסף האט מען צוגעלייגט "כמידי שנה בשנה"...
ליינט און קוועלט:

| FiveBoro כתב: |  | אט איז די בריוו וואס אתרא לייגט דרוק אויף די רבנים אונטערצושרייבן, דערווייל אן ערפאלג.

|
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2011 01:38 |
|
| |
היינט איבערן טאג האבן שוין רוב חברי הביד"צ שליט"א קלארגעשטעלט פאר די צוויי וועלכע זאמלען די חתימות, אז זיי וועלן בשו"א נישט חתמנען אויף דעם בריוו אויב עס שטייט עפעס קעגן א אנדערן, אפי' ברמיזה (אזוי ווי דא).
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2011 00:50 |
|
| |
אט איז די בריוו וואס אתרא לייגט דרוק אויף די רבנים אונטערצושרייבן, דערווייל אן ערפאלג.

|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2011 21:45 |
|
| |
איך מוז באטאנען, אז מען זאל חלילה נישט ארויסנעמען פון מיינע ווערטער עפעס קעגן דעם הייליגן מוסד קרן הצלה, וועלכע ווערט געפירט - לויט מיין אינפארמאציע - אן קיין שום פאליטיק, נאר בלויז להרבות כבוד שמים, מחזק צו זיין די מוסדות אשר לא כרעו לבעל, וועלכע שטייען נאטורליך אויס שרעקליכע שוועריקייטן צו דעקן זייער בודשעט.
איך בין זיכער בלי ספק אז דער גערטענער איז בלויז אנגעדרייט געווארן דורך משה פר"מ אד"ג, און ער האט דאס געטוהן אויף זיין אייגענע הענט אן די וויסן פון די פירער פון קרן הצלה. (ער איז נאר א סעקרעטאר).
|
|
|
|
| נשלח ב-19/9/2011 20:59 |
|
| |
אפדעיט: היינט האב איך גערעדט מיט איינעם פון די שטוב מענטשן ביי איינעם פון די חברי הבי"ד, און ער פארציילט אז אתרא קדישא שלאפט נישט.. און אצינד פרובירן זיי ווידער צו ערהאלטן א בריוו פון בי"ד, אויף א צווייטן אופן. זיי גייען יעצט ארום מיט א אומשולדיגע בריוו, וועלכע איז מכלומרשט ווי א בלויזע "מכתב המלצה" לכבוד די ערב יום הקדוש אקציע, און אין דעם בריוו האבן זיי אריינגערוקט עטליכע ווערטער וועלכע מיינען צו זאגן אז "נאר" אתרא קדישא מעג טוהן אין עניני קברים.
לויט ווי יענער פארציילט, האט דער חבר הבי"ד ערהאלטן מערערע טעלעפאן רופן פון די הויפט נדבנים פון אמעריקא פאר יענעמ'ס מוסד, און אלע האבן פון אים פארלאנגט, אז כדי ער זאל ווייטער קענען באקומען זייער שטיצע (וואס אן דעם קען דער מוסד זיך נישט האלטן), מוז ער אונטערשרייבן דעם בריוו קעגן די אנדערע ועד. אזוי אויך, האט איינער פון די הויפטן אין די הנהלה פון די עדה באקומען א טעלעפאן רוף פון איינעם (גערטנער) פון קרן הצלה, אז אויב וועט בי"ד נישט אונטרשרייבן קעגן די אנדערע ועד, וועט קרן הצלה מער נישט טיילן זייער געלט דורך די עדה החרדית.
ווי עס שיינט איז משה פר"מ פון אמעריקא אין פולן פראסעס... און די "נועם הטעראר" גייט אן בתפארתו. אבער, יענער חבר הבי"ד האט פארט אפגעזאגט די פארלאנג (ביזדערווייל עכ"פ), און געענטפערט אז ער וויל נישט אונטערשרייבן נאר אויב מען נעמט אראפ די ווערטער וועלכע זענען קעגן די ועד למניעת.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2011 03:32 |
|
| |
בקיצור, מלך איז CLUELESS!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2011 01:45 |
|
| |
Sorry but I have no clue what you are talking about
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2011 01:22 |
|
| |
בבקשת מחילה ממעלת כבודך, אבער טאקע פון דעם רעד איך:
- דאס נישט וויסן וואס דאס איז גליון העדה
- דאס נישט וויסן ווער דאס איז יוסל90
- דאס נישט ליינען דעם איד
-דאס נישט זיין אינטערסירט אין די נושא..
און אצינד אויך: - דאס נישט פארטרעטן קיינעם
דאס אלעס קען נאר געזאגט ווערן נאכן ביטער דערלייגן א צוויי יעריגער שמוציגער קאמפ בבושת פנים.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/9/2011 01:15 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  |
מלך, כהאב הנאה פון אייער מהלך. ווער איז דאס אייער? מיינסט מיך מסתמא, ווייל איך בין א יחיד אין איך רעפרעזענט נישט קיינעם.נאכן דערלייגן א צוויי יעריגער קאמפ, וועלעכע קאמפ האב איך געפירט? אין וועלעכע האב איך דערלייגט? און א 50 יעריגע הארעוואניע, נאכמאל וועלעכע 50 יעריגע האראוואניע האב איך דערלייגט? איז די איין איינציגע עצה צו זאגן אז עס אינטערסירט ניטאמאל! עצה צו וואס? צו וואס דו בלעבעלסט דא אויפן אינטערנעט טאג אין נאכט? יא צו בלעבלעכטס, בלעבעלט מען צוריק, נישט אזוי? און דאס אז דער איד פארקויפט דיר מיר פארקויפט ער גארנישט ווייל איך ליין עס נישט, דערווייל קוקט מיר אויס אז ער פארקויפט דיר שקרים, אינטערסירט דיר אויך נישט. מארק יור ווארד. וועלעכע ווארד זאל איך מארקן?
א גוטע נאכט.
|
|
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 16/09/2011 01:41:29
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2011 23:58 |
|
| |
מלך האט געשריבן: =========== איך ליין נישט דער יוד, איך ליין בכלל נישט קיין צייטונגען, טאקע פאר די סיבה, די שרייבערליך אין די צייטונגען מיינען אז זיי זענען די קליגסטע מענטשן אין די וועלט אין טרייען צו פארקויפן דעם עולם שטרוי, אלע צייטונגען זענען אזוי, אגב איך זעה אז די אישו איז דיין לעבן, ביסט פארנומען דערמיט יומם ולילה, לאמיך דיר עפעס זאגן, רוב מענטשן זענען נישט אינטרעסירט אין די גאנצע מעשה, די ביסט פארנומען אויפווייזן צוריק ווייזן, שרייבסט יעדע פאר מינוט עפעס א נאמען יוסל90 וואס איז ווייס ניטאמאל וואס דאס מיינט, יענער האט געזאגט אין די ענפערסט, וועק דיך אויף, נוי באדי גיווס עי דעם, סאינטרעסירט נישט קיינעם וואס 90יוסל זאגט, נישט וואס דער יוד האט יא אדער נישט געשריבן, אין נישט וואס פייוו בארא שרייבט אויך כל העולם פאר 15 ליידיגייער, שטיי אויף פון שלאף,
גוט מארגן
=========== מלך, כהאב הנאה פון אייער מהלך. נאכן דערלייגן א צוויי יעריגער קאמפ, און א 50 יעריגע הארעוואניע, איז די איין איינציגע עצה צו זאגן אז עס אינטערסירט ניטאמאל!און דאס אז דער איד פארקויפט דיר שקרים, אינטערסירט דיר אויך נישט. מארק יור ווארד. א גוטע נאכט.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 16/09/2011 00:09:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2011 23:51 |
|
| |
איך ליין נישט דער יוד, איך ליין בכלל נישט קיין צייטונגען, טאקע פאר די סיבה, די שרייבערליך אין די צייטונגען מיינען אז זיי זענען די קליגסטע מענטשן אין די וועלט אין טרייען צו פארקויפן דעם עולם שטרוי, אלע צייטונגען זענען אזוי, אגב איך זעה אז די אישו איז דיין לעבן, ביסט פארנומען דערמיט יומם ולילה, לאמיך דיר עפעס זאגן, רוב מענטשן זענען נישט אינטרעסירט אין די גאנצע מעשה, די ביסט פארנומען אויפווייזן צוריק ווייזן, שרייבסט יעדע פאר מינוט עפעס א נאמען יוסל90 וואס איז ווייס ניטאמאל וואס דאס מיינט, יענער האט געזאגט אין די ענפערסט, וועק דיך אויף, נוי באדי גיווס עי דעם, סאינטרעסירט נישט קיינעם וואס 90יוסל זאגט, נישט וואס דער יוד האט יא אדער נישט געשריבן, אין נישט וואס פייוו בארא שרייבט אויך כל העולם פאר 15 ליידיגייער, שטיי אויף פון שלאף,
גוט מארגן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2011 22:39 |
|
| |
א דאנק פארן [נישט] ענטפערן.
אלזא, צווישן מיר און דיר, דו ליינסט דאך יא דעם "איד", דו שופרסט נישט שלעכט אז מען האלט דיר פאר א קעלבל?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2011 22:33 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | מלך, גוט אז איך האב דיר נאך דא.
איך הער ווי? אזוי שמועסט מען ביי ענק? ענק אינרעסירט וואס דער יוד זאגט? אז אין "איד" שטייט קען זיין אז אזוי שטייט, איך ליין נישט קיין צייטונגען ממילא ווייס איז נישט אז בי"ד האט באשלאסן אז נאר אתרא מעג מפקח זיין אויף קברים.
אלזא, ביטע אויב עס איז דיר נישט שווער, רוף אן משה פריעדמאן, וועלעכע משה פריעדמאן? דער וועלכער האט ביי זיין לעצטער באזוך אין אר"י שווער געארבעט פארן קיום פון אתרא און באזוכט ביי מערערע רבנים דערוועגן, אן ערפאלג, און פרעג אים די דאזיגע פראגן, און ברענגט ביטע צוריק די תשובות: ווי קען איך פרעגן שאלות פון איינעם וועם איך קען נישט? איך ווייס ניטאמאל פון וועמען דו רעדסט, אין פארשטיי נישט קיין סי איי עי שפראך דערווייל.
1) וויאזוי איז דאס אז אין די גליון "העדה" וואס איז דאס גליון העדה?איגנארירט מען די החלטה? וואסא חילוק וואס גליון וויסעךווערהאט צו זאגן וועגען בערעלעך?
2) וויאזוי קען זיין אז יוסל90 מי הוא זה? האט נישט געוויסט - און ווייסט נאכאלץ נישט - פון די גוטע נייעס?..
3) פארוואס האט די שמוציגע התאחדות הטליין וואס איז דאס? נאכנישט באריכטעט די גוטע נייעס, 3 טעג נאכן ישיבת בי"ד?
והאחרון הכביד: 4) וואו איז די בריוו פון בי"ד איבער די החלטה? לאמיר זעהן וואס דו האסט? דו אפשר יא א בריו? א בילד? עפעס! |
|
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 15/09/2011 22:35:12
|
|
|
|
| נשלח ב-15/9/2011 22:00 |
|
| |
מלך, גוט אז איך האב דיר נאך דא.
איך הער אז אין "איד" שטייט אז בי"ד האט באשלאסן אז נאר אתרא מעג מפקח זיין אויף קברים.
אלזא, ביטע אויב עס איז דיר נישט שווער, רוף אן משה פריעדמאן, דער וועלכער האט ביי זיין לעצטער באזוך אין אר"י שווער געארבעט פארן קיום פון אתרא און באזוכט ביי מערערע רבנים דערוועגן, אן ערפאלג, און פרעג אים די דאזיגע פראגן, און ברענגט ביטע צוריק די תשובות:
1) וויאזוי איז דאס אז אין די גליון "העדה" איגנארירט מען די החלטה?
2) וויאזוי קען זיין אז יוסל90 האט נישט געוויסט - און ווייסט נאכאלץ נישט - פון די גוטע נייעס?..
3) פארוואס האט די שמוציגע התאחדות הטליין נאכנישט באריכטעט די גוטע נייעס, 3 טעג נאכן ישיבת בי"ד?
והאחרון הכביד: 4) וואו איז די בריוו פון בי"ד איבער די החלטה?
|
|
|
|
|