בית פורומים כל העולם כולו

נטרונא ווידער מקיים דעם "מקדש שם שמים בגלוי"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/9/2011 02:01 לינק ישיר 
נטרונא ווידער מקיים דעם "מקדש שם שמים בגלוי"

מוסד הק' נטרונא ווידער מקיים דעם "מקדש שם שמים בגלוי" 

דער הייליגער און ברייט-בארימטער מוסד נטרונא איז אין די טעג אריינגעשפרונגען אין א קאסטבארע אונטערנעמונג פון לופטערן טייערע ראדיא מעסעדזשעס אויף די גרעסטע מידיא נעטווארקס איבערן לאנד, אויפצוקלערן קבל עולם ומלואה אז מיר זענען יא געטרייע בירגער! וואס זענען מקיים דעם דרשו את שלום העיר, און נישט חלילה קיין פאררעטטער און מתגרים באומות.

 

בייגעלייגט איז א לינק צו הערן די רעקלאמע וואס לויפט אין די טעג.

 

דער נוסח פונעם רעקאלמע איז פראפאסינעל אויסגעארבעט געווארן דורך מומחים אויף דעם געביט, און איז באזירט אויף די עצת החכם הזקן – די ווערטער פון רבינו הקדוש זי"ע בעל דברי יואל, וואס ער האט געשריבען אינעם בריוו, פארן פרעזידענט פון מאראקא.

 

ווי פארשטענדליך זענען די 'מינוטן' רעקלאמעס אויף די ראדיא סטאנציעס גאהר טייערע אין אזעלכע היציגע וואל סעזאנען, ובפרט יעצט ווען עס איז 90 סעקונדעס, און וועט אויך געהערט ווערן אן-ליין ביי די וועב-זייטעל פון WABC נייעס אגענטור וואס האט מיליאנער באזיכער טעגליך.

 

אבער צו די זעלבע צייט טראגט דאס א דאפלטע ווערד, צוליב וואס די מעסעדזשעס וועלכע לויפן אינצווישן די אנדערע פאליטישע וואל פראגראמען וואס ווערן אויסגעהערט דורך א פילפאכיג גרעסערער ציפער פון צוהערער וואס זיצן צוגעשמידט, און ברענגט ווי פארשטענדליך א ברייטערן אפקלאנג און שטארקערן פארשפרייטונג פון די מעסעדזשעס.

 

און נאך מער, יעצט מער ווי אלעמאל, זענען אויגען פון די נאציענאלע פרעססע געוואנדען צו די אידן פון ברוקלין, וואסערע מעסעדזש זיי שיקן פארן פרעזידענט, אין אנדערע ווערטער ווערט דאס באטראכט, ווי א רעפערענדום פון ארטאדאקסישע אידן אין ניו יארק סיטי, צי זיי זענען גענוג צופרידן פונעם פרעזידענט'ס געטריישאפט פאר איזראעיל, און צו אידן זענען גרייט איבער צו לאזען זייערע אייגענע פערציפן, [זייענדיג מייסטענס דעמעקראטיש געשטימט] צו דערלאנגען פארן פרעזידענט א פארציע.

 

דבר בעיתו מה טוב- עס אייביג שווער אריינצורוקען דעת תורה הצרופה אין די מידיא, איינע פון די טעמים איז, ווייל די דשורנאליסטען זיכען דייקא "דברים העומדים על הפרק" ברענענדיגע אקטועלע נייעס, בפרט פון מענטשען הקרובים אל החלל, – אבער – ביי די היציגע ברוקלינער וואלן פארמעסט – זאגען אלע פובליק רילעישאן עקספערטן – האט דאס אלע כללי הפירסום, זייענדיג א ברוקלינער ארגענזאציע פון ארטאדאדאקסישע אידן – וואס אט דאס וויל מען יעצט הערן, ממילא איז דאס א גאלדענע געלעגנהייט, וואס לאו כל יומא מתרחש, אז עס זאל בעז"ה אויפגעכאפט ווערן ביי די פרעססע און האבן א מעכטיגען אפקלאנג, סיי די פרטיות'דיגער מעסעדזש איבער די וואלן, און סיי די כלליות'דיגער מעסעדזש, דעת תורה הצרופה וואס איז נוגע פאר די יו-ען אפשטימונג סעפטעמבער 20.

 

אלזא טייערע אידן, יעצט רעדט מען אין אייער נאמען! יעצט וויל די פרעססע הערן וואס איר האט צוזאגען! נטרונא איז יעצט מפרסם וואס איר ווילט עס זאל געהערט ווערן, קאלט ביטע יעצט אריין מיט איייער באשטייערונג פון 550 לזכות פאר איין מינוט רעדיא –

 

קאלט אריין די נטרונא קאמפיין נומער אויף:

718-887-9339

 

אגב, איז כדי אנצומערקען אז די מינוט'ן ראדיא קאסט אונז פיל מער ווי די אויבערדערמאנטע סכום, אבער מיר האבן יעצט פארשאפט א נדבן – וואס קומט אקעגן מיט די נויטיגע פאנדען, פאר יעדע מינוט – וואס ווערט פארשאפט- נעמט אין באטראכט, די מצוה איז יעצט א דאפעלטע, די חשובע נדבה, ווי אויך די גדול המעשה יותר מן העושה.

 

-ברוך מקדש שמו ברבים – וזכות הרבים תלוי בכם!-




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/9/2011 01:59 לינק ישיר 

 

 

נטרונא קאלום פין בחצרות סאטמאר

אין ליכט פון די גאהר הייסע טעג אינערהאלב די פאליטישע ארענע בנוגע די מצב אין מיטל-מזרח, ציטירן מיר חלקים פון די מערכת פון מוסד הק' "נטרונא" פון די לעצעטער טעג.

 

דער גורל'דיגער טאָג, ווען די פּאַלעסטינער גרייטן זיך צו פאַרלאַנגן פון די UN צו באַשטעטיגן זייער זעלבסטשטענדיגער לאַנד, קומט נענטער, און פאליטישער באַבאַכטער זעהן נישט קיין וועג אַרויס .

מאָנטאָג, האָט דער פּאַלעסטינער פירער מאַכמוד אַבאַס זיך שוין געטראָפן מיט'ן UN פירער, באַן קי מון, און ער האָט געזאָגט אַז ער איז אַנטשלאָסן איבערצוגעבן פרייטאָג אַ בריוו אין וועלכע ער וועט פאַרלאַנגן אַז פּאַלעסטינע זאָל דערקלערט ווערן אַלס זעלבסטשטענדיגע שטאַט.

געוויסע סימנים צייגן אַז עס קען חלילה קומען צו אַ צוזאַמענשטויס וואָס קען אויפפלאַמען דעם מיטל מזרח פאַס און אַנטיסעמיטיזם איבער די וועלט ווי קיינמאָל בעפאָר. 

קיינער ווייסט נישט ווי אַזוי די קאשע גייט זיך אויסקאָכען, מיר האָפן צום אייבירשטען אז מען זאל האבן אפגעקומען בלויז מיט שרעק. וכאשר בא כן ילך...

 די  אַנאַליסטן ווייזן אבער אָן אַז איזראַעל איז שוין אַזוי אויך אין גאָר אַ שווערע לאַגע און דער פּולווער פאַס איז געפערליך אָנגעהיצט קעגן איר, וואָס איז לעצטנס געקומען צום אויסדרוק אין די געוואַלדטאַטן אין עגיפּטן קעגן די איזראַעלישע אַמבאַסאַדע, און די פיינטליכע באַציאונגען מיט טערקיי און אומרוען קעגן איזראַעלישע אינטערעסן אין אַנדערע לענדער. די יו.ען. רעזאָלוציע קען לויט אַלע מיינונגען זיין דער מכה בפטיש ח"ו.

 

וואָס איז איזראַעל'ס עצה?  – די מיליטער און די מתנחלים זענען מושטירט געוואָרן צו קעמפן – אָבער מ'טוט גאָרנישט אָפּצושטעלן דעם שרעקליכן מצב.

די איזראַעלישע מיליטער גרייט זיך פאַר ערנסטע געוואַלדטאַטן, און מעגליכע ווילדע דעמאָנסטראַציעס אין די פּאַלעסטינער געביטן וועלכע קענען זיך איבערגיסן אין איזראַעל. דאָך גייען זיי גראָד אַריין אין די סכנות, און שטעלן נישט אָפּ די דערקייקלונג, צוליב זייער דל גאה'דיגע שטעלונגען. די מופקרים שפּילן זיך ליידער און ריזיקירן אידיש בלוט, צוליב זייער שטאָלצע גאוה.

אין די לעצטע טעג האָבן די פּאַלעסטינער שוין געגעבן סיגנאַלן אַז זיי וואַרטן אויף עפּעס נאָכגעביקייט פון איזראַעל, און זיי וועלן צוריקטרעטן. איבערהויפּט האָבן זיי געוואַרט פאַר אַ פאַרשפּרעכונג איינצופרירן בוי פּראָיעקטן אין די שטחים, אָבער נתניה איז פאַר'עקשן'ט און וויל נישט גאָרנישט נאָכגעבן.

אַנשטאָט נעמען למעשה'דיגע שריט, און ווייזען עפּעס נאָכגעביקייט איז נתניה פאַרהאַרטעוועט.....שיק סטעיטמענטס, און רעדט פראַזען אבער קיין שום ממשות'דיגער וויתור..

איין זאַך וואָס דער ציונ'יסטישער ראש הממשלה נתניה האָט געטאָן, איז אַז ער האָט געמאָלדן אז ער וועט אויך קומען האַלטן אַ דרשה אין די UN.

ווי עס ווערט באַריכטעט האָט אָבאַמאַ געלאָזט וויסן נתניה'ן אַז עס איז בעסער אַז ער בלייבט אינדערהיים און גיט נישט קיין רעדעס, וואָס וועט קיינעם אין די יו.ען. גאָרנישט איבערצייגן און וועט בלויז צוגיסן אויל-צום-פייער. די פרעכע מעלדונג אַז ער קומט אויך רעדן האָט בלויז שווערער געמאַכט פּרואוון אָפּצושטעלן די פּאַלעסטינער פון אויפברענגן די רעזאָלוציע.

אַנשטאָט זוכן איינצושטילן דעם מצב, וויל ער שטיין ביים מייקראָפאָן און געבן אַ גוטן ספּיעטש אין די UN, פון וועלכע ער וועט באקומען קאמפלימענטען אז ער האט גוט גערעדט, און וועט אַרויסקומען ביי זיינע ראַדיקאַלע אונטערשטיצער אַלס העלדישער האַרטנעקיגער פירער. ער וועט געזען ווערן אַלס העלד, אָבער די קאנטסעווענצען וואס אידן און כלל ישראל קענען ליידען ח"ו קימערט אים גאנץ ווייניג.

 

די יו.ען. רעזאָלוציע ברענגט אז די פאַראייניגטע שטאַטן זאל זיך איינצורייסן מיט די גאַנצע וועלט.

די פאַראייניגטע שטאַטן האָט שוין פאַרשפּראָכן צו וועטאָאירן דעם פּאַלעסטינער פאַרלאַנג פאַר אַ זעלבסטשטענדיג לאַנד אינעם סעקיוריטי קאַונסיל, וואו די פאַראייניגטע שטאַטן האָט אַ וועטאָ מאַכט. לויט די אַמעריקאַנער פּרעסע וועט וואַשינגטאָן דערמיט נעמען "דיפּלאָמאַטישע ריזיקעס" און זי קען זיך טרעפן "איזאָלירט אינאיינעם מיט איזראַעל," בעת אַ שטאַרקער רוב אין די וועלט שטיצט די פּאַלעסטינער שטאַט רעזאָלוציע.

אין צוגאָב, קומען איצט רופן פון קאָנגרעסיענאַלע פירער אָפּצושטעלן די אַמעריקאַנער שטיצע פאַר די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט אויב זיי פירן אַריין די רעזאָלוציע צו די יו.ען. אַנדערע רופן שוין אַז אַמעריקע זאָל גענצליך איבערטראַכטן די פינאַנציעלע שטיצע צו די יו.ען., און צו אַלע לענדער וועלכע וועלן שטימען פאַר די רעזאָלוציע.

די אַלע פּלענער וועט ברענגן אַמעריקע זיך צוזאַמענצושטויסן מיט פילע וועלט לענדער ווי קיינמאָל בעפאָר. ווען די אַלע לענדער און די יו.ען. האָבן זיך קעגנגעשטעלט אַמעריקע'ס פּלענער אין איראַק, למשל, האָט מען זיי נישט אָפּגעהאַקט די שטיצע, אָבער ווען זיי טשעפּען זיך מיט איזראַעל ווילן די קאָנגרעסיענאַלע פירער – אונטער דרוק פון די ציונ'יסטישע לאַבי און מורא פאַר ציונ'יסטישע וויילער – זיך מער איינרייסן מיט די וועלט ווי פאַר די אייגענע אינטערעסן.

 

דער אַמעריקאַנער פאָלק איז אויפגעברויזט אַז וואַשינגטאָן צורייסט זיך מיט די וועלט צוליב די כפוי טובה'דיגע און האַרטנעקיגע מדינה.

דאָס רופט שוין אַרויס אַ געפערליכער צאָרן ביי די אַלגעמיינע באַפעלקערונג, ווי מ'זעט אין די פאַרשידענע בלאָגס שרעקליכע אַנטיסעמיטישע אויסדרוקן פאַרוואָס וואַשינגטאָן מוז זיך אַזוי איינרייסן פאַר די ראַדיקאַלע ציונ'יסטישע פירער. פאַרוואָס איז וואַשינגטאָן פאַרנומען טאָג און נאָכט מיט די קליינע מדינה? פאַרוואָס איז עס איר דאגה, ווען די מדינה אַליין שפּייעט צוריק וואַשינגטאָן אין פנים? וויפיל נאך דארף די אמעריקא דערלייגען צוליב דעם איד , פרעגן פילע קאָמענטירער.

פּרעזידענט אָבאַמאַ און זיין אַדמיניסטראַציע געפונט זיך אויך אין אַ געפערליכן קלעם, און זענען געוויס אויך געפערליך אויפגעברויזט אויף נתניה און די ציונ'יסטישע לאָבי, ווייל עס צווינגט זיי אַריין אין אַ קאָנפליקט מיט די וועלט, און איבערהויפּט די אַראַבישע וועלט, מיט וועלכע זיי האָבן געוואָלט נאָנטער ווערן. אבער האַלטנדיג בעפאָר אַ וואַל יאָר ציטערן זיי עפּעס צו זאָגן, אָבער דער אויפברויז אין די אַלגעמיינע אַמעריקאַנער גאַס איז קלאָר שוימיג.

 

עס איז קריטיש וויכטיג אָפּצושלאָגן די שרעקליכע שנאת ישראל.

נטרונא האָט שוין אַרויסגעלייגט אַ סטעיטמענט פאר די פרעיס, צו פאַרדאַמען נתניה פאַר קומען צו די יו.ען., וואו ער וועט זיך אַהערשטעלן ווי ער פירט אַ 'אידיש' לאַנד, און אַז ער רעדט אין נאָמען פון די 'אידן'.

די תוכן פון די סטעיטמענט איבערגעזעצט בערך, לויטעט ווי פאלגענד;

דער ראש הכופרים ביבי נתניהו האט יעצט געמאלדן אז ער גייט רעדן מיטוואך פאר די גענעראלע אסעמבלי פון די יו. ען. פראבירנדיק מיט דעם אפצוהאלטען די פעלקער אין די יו. ען. נישט שטימען די פרייטאג פאר א פאלעסטינער מדינה.

 אמעריקאנער טראדיציאנאלע אידן ווייסן גוט וואס זיינע רעדעס מיינען. אזוי ווי דע פארגאנגענהייט גייט דער ראש הכופרים ניצען די תורה צו בארעכטיגען א איידיאלעשזי וואס איז בעצם אקעגן די תורה - עס איז געמאכט געווארן צו ריפלעסען די תורה מיט נעציאלאניזאם. ער וועט זיכער ארויס נעמען פסוקי התורה "אוט אָף קאנטענטס" אז עס זאל פיטען זיינע צילען. ער וועט זיכער ניצען די כסדר דאס ווארט JEWS נאכאמאל און נאכמאל, און ער וועט אנרופען זיין מדינה א JEWISH STATE, אלעס פאר איין סיבה צו נעמען אידען אלץ זיינע משכונות און מסכן צו זיין אידען אין די גאנצע וועלט, און באהאלטן זיך אונטער די ליילעך פון גאנץ כלל ישראל, זיי זאלן טראגען אחריות אויף זיינע מעשים...ער וועט זיכער ניצען די אידישע קרעדיט קארד אז ח"ו כלל ישראל זאלן מיזען צאלען די ביללס מיט ריבית, ער האט איין בייזיליגע כוונה, צו לייגן אלע אייער אין איין קאָרב, אריינצונעמען גאנץ כלל ישראל אין איין שיף און ער זאל זיין דער קאפיטאן, און אויב עס גייט נישט זיין ריכטונג זאל דער גאנצער שיף קראכען ח"ו, אידן איבער די וועלט זענען דאך זיינע קאַנאָנען פלייש, צו שטופן זיינע אדזשענדעס.

די זאך וואס אינטערסירט אים די מערעסטע: אים צו באקומען וואו מער רעדעס, ווי מער אפלאמיסטען, קאמפלעמעינטס, און צו זיין א העלד אין עקשנות, זיינע דייערי זאל רייך אין פיל מיט דרשות אין רעספעקפולע פלעצער, ווי קאנגראס, יו-ען...פון זיין גוטע דרשות איז קיינמאל קיין גוטס פאר אידן נישט ארויסגעקומען..פון זיין עקשנות האט מען גארנישט גענאסען, אבער עס קימערט אים בכלל נישט אויף די קאנסעווענצען וואס עס קען חלילה קאסטען...ער איז א פאררעטטער אינעם פולען זין פון ווארט...,

מיר אמעריקאנער אידן זענען דאנקבאר צו וואוינען און געפינען שוץ אונטער דער געטרייע  יוניידעד סטעיעטס אוו אמעריקא און אונזער פרעזידענט בארראק אבאאמא ירום הודו – און נישט אונטער דער פאררעטטער ביבי. 

עס וואלט ווען געוועהן קריטיש וויכטיג אז עס זאל זיין א געלעגנהייט פאר יהדות החרידית זיך ארויס צו ברענגען ביי די יו-ען אסעמבלי און פארלאנגען א ביד: אז די מדינה זאל הייסען ZIONIST STATE נישט JEWISH STATE, די ציונים פארטרעטען נישט כלל ישראל, מיר האבן נישט קיין שייכות מיט זיי, ווי אויך אונזערע ברידער אין ארה"ק ..ווי חלק פון זיי דעמאסטרירען דאס' מיטן נישט נעמען קיין חלק אין זייערע וואוטס, און נעמען נישט געלט שטיצע פון זיי.

לא עת לחשות

דיפּלאָמאַטן אַרבעטן פיבערהאַפטיג און פּרובירן נאָך אין די לעצטע מינוט צוריקצוהאַלטן די אָפּשטימונג, אָבער ליידער צייגן אַלע אָנדייטונגען אַז עס איז אָן ערפאלג.

נטרונא איז היינט געזעסן מיט גרויסע פּאָליטישע און פּובליק רילעישאָנס פּראָפעשאָנעלס ווי אַזוי צו אמבעסטען רעאַגירן באותו מקום ובאותו זמן וואס דער ראש הכופרים וועט רעדן, צו מסיר זיין דעם חרון אף , און עס וועט בעז"ה געמאלדען ווערן אינעם נעקסטען באריכט.

מיר רופען אויס צום דעם גלית הפלישתי – ביבי נתניהו – די קומסט טאקע מיט אַטאָמישע כוחות, און  מיר קומען מיט די קליינער שטיינער פון דוד –אַתָּה בָּא אֵלַי בְּחֶרֶב וּבַחֲנִית וּבְכִידוֹן – אבער - וְאָנֹכִי בָא אֵלֶיךָ בְּשֵׁם ה'  צְבָאוֹת אלוקי  מַעַרְכוֹת יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר חֵרַפְתָּ:

ויה"ר שיתקדש שם שמים על ידינו, און אידן איבער די גאַנצע וועלט זאָלן ניצול ווערן מהם ומהמונם אכ"י, און מיר זאָלן שוין זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו, כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ.

צו נעמען א חלק אין די קאסטבארע אונטערנעמונג, ביטע קאָלט 718 887 9339.

 

 

קומענדיג נענטער צו ווען די יו.ען. וועט באַטראַכטן די פּאַלעסטינער שטאַט, אַנערקענען שוין אַלגעמיינע אידן אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ צורייסט זיך מיט די וועלט פאַר איזראַעל און מ'קען נישט אַזוי צוריקשפּייען אין פנים. ליידער זענען די אָרטאָדאָקסישע אידן געבליבן די איינציגסטע וואָס מ'זעט זיך אַרויסשטעלן מיט אַ חוצפה קעגן פּרעזידענט אָבאַמאַ און ווערט נאר ערגער.

היינט, מיטוואָך, האָט זיך געעפנט די UN דזשענעראַל אַסעמבלי סעסיע. פּרעזידענט אָבאַמאַ – נאָכ'ן קומען אונטער שטאַרק דרוק צו ווערן שטערקער מיט זיין שטיצע פאַר איזראַעל – האָט אין זיין רעדע אָנהייב פון די סעסיע גערופן די פּאַלעסטינער אויפצוגעבן זייער פאַרלאַנג אַז די יו.ען. זאָל באַשטעטיגן זייער שטאַט. "שלום וועט נישט קומען דורך סטעיטמענטס און רעזאָלוציע אין די יו.ען.," האָט ער דערקלערט.

די רעדע האָט געברענגט אַז אפילו דער עקסטרעמער און קעמפערישער ראש הכופרים האָט שוין בעל כרחו געמוזט באַדאַנקן דעם פּרעזידענט, זאָגנדיג אַז דאָס איז "אַ בעדזש פון האַנאַר" אַז ער שטעלט זיך אַרויס קעגן דעם אויטאָמאַטישן רוב וואָס איז קעגן איזראַעל.

*

אגב, דאַרף אויך באַטאָנט ווערן מיט ווייטאָג אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט באַצייכנט איזראַעל אַלס "אידישע שטאַט." אָנהייב אין זיין פּרעזידענטשאַפט האָט ער זיך צוריקגעהאַלטן פון עס רופן אַ אידישע מדינה.   צום באַדויערן האָט ער עס לעצטנס געטוישט, צו חנפ'ען די ציונים, וועלכע ווילן דייקא אז מ'זאל דאס רופן מיט דעם נאמען – אידיש שטאַט – מיט זייערע טיפע בייזיליגע כוונה אַריינציציען אַלע אידן אין זייער שיף און אַז אַלע אידן זאָלן ליידן פון די שנאה וואָס זיי זייען אָן אין די וועלט. און זיי רייבן זיך איצט די הענט אַז עס איז זיי געלונגען. איוואַט ליבערמאַן דער אויסגעשפּראָכענער ראַדיקאַלער מיניסטער, האָט געזאָגט נאָך אָבאַמאַ'ס רעדע: "פאַר אונז איז די פּאָזיטיווע אַספּעקט אַז ער האָט געזאָגט אַז איזראַעל איז אַ אידיש לאַנד."

דאָס איז דער זעלבער מיניסטער וואָס וויל לייכטער מאַכן אַריינצוברענגן רוסישע גוים אין לאַנד. אָבער ווען עס קומט פאַר די וועלט וויל ער מ'זאָל זיי אידענטיפיצירן אַלס אידישע מדינה, אָנצוזייען שנאת ישראל ה"י.

*

דערווייל רייסט זיך פּרעזידענט אָבאַמאַ איין מיט די פּאַלעסטינער און רוב לענדער אין די יו.ען., צו וועטאָאירן אַ פּאַלעסטינער שטאַט. דערמיט נעמט זיך פּרעזידענט אָבאַמאַ אָן פאַר איזראַעל מער ווי רוב פון איר אייגענע בירגער. די ציונ'יסטישע דזשערוסעלעם פּאָוסט האָט היינט געברענגט אַן אַנקעטע אַז 69 פּראָצענט איזראַעלישע בירגער זאָגן אַז אויב די יו.ען. שענקט די פּאַלעסטינער אַ שטאַט, זאָל עס זייער רעגירונג אַנערקענען.

פּרעזידענט אָבאַמאַ שטעלט זיך אָבער אַרויס דערקעגן - ווערנדיג איזאָלירט פון די וועלט, און מער פאַרפיינטעט ביי די אַראַבישע וועלט וועלכע ער האָט ביז איצט פּרובירט – פאר יעדע פרייז -  צו מאַכן מער סימפּאַטיש צו אַמעריקע -  צוליב דרוק וואָס ער שטייט אויס פון די אידישע מויל מאַכער אין אַמעריקע. עס איז קלאָר אַז דאָס זיין געצווינגען צו נעמען אַזעלכע עקסטרעמע שריט, איז אים גאָר אַ  ביטערער פיל וואס ער קען שווער אראפשלינגען, דאס ענדיגט זיין גאנצער חלום וואס ער האט געהאט אריינקומענדיג אין אמט, אבער א ברירה האט מיט די עזין שבאומות?!.

*

פון די אנדערע זייט, אַנערקענען שוין די איזראַעלים  אַז נתניה גייט מיט'ן קאָפּ אין וואַנט אַריין; און די אַלגעמיינע אַמעריקאַנער אידן אַנערקענען שוין אויך אַז עס האָט נישט קיין זין צו קריטיקירן אַ פּרעזידענט וועלכער פאַרטיידיגט די מדינה קעגן זיינע אייגענע אינטערעסן.

די אָרטאָדאָקסישע אידן זענען געבליבן די איינציגסטע וואָס מ'זעט איצט פיגורירן אַלס די גרעסטע קריטיקירער וועלכע שרייען אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ איז נישט פּראָ-איזראַעל.

די וואָך איז פאָרגעזעצט געוואָרן אויף נאָך העכערע טענער די שטאַרקע מידיאַ דעקונג וואָס האָט זיך אָנגעהויבן פאָריגע וואָך, מיט די ערוועלונג פון באַב טוירנער צו קאָנגרעס אַדאַנק אָרטאָדאָקסישע שטימען פון ברוקלין, וואָס איז אויסגעטייטשט געוואָרן אין די פּאָפּולערסטע נייעס קוועלער "אַלס נקמה פון אידן קעגן אָבאַמאַ" פאַר זיין נישט גענוג שטיצן איזראַעל.

די וואָך האָבן אַ גרופּע ארטאדאקסישע אידן מיט בערד, ענטפאַנגען דעם רעפּובליקאַנער גאָווערנאָר קאַנדידאַט ריק פּערי אין ניו יאָרק, וואו ער האָט אַראָפּגעריסן פּרעזידענט אָבאַמאַ פאַר זיך נישט גענוג אַרויסשטעלן לטובת איזראַעל. ער האָט פאַרשפּראָכן צו ערלויבן איזראַעל צו בויען ישובים, און נאָך אים האָבן גערעדט  דער באַוויסטער אָרטאָדאָקסישער מתנחל'ישער אַסעמבלימאַן וועלכע האט אַרויסגעטרעטן און גאר שארף געטאַטעלט דעם פּרעזידענט. דאס איז דאך זיין אויפגאבע מאז ומקדם צו ברעננען די פיס פאר די אידן אין אמעריקא.

אַ ריזיג בילד ווי פּערי האַלזט זיך מיט אַ איד מיט אַ באָרד, וואָס האָט באַהאַנדעלט זיין גאָר שטאַרקע שטיצע פאַר איזראַעל און קריטיק קעגן אָבאַמאַ, האָט נעכטן באַצירט דעם פּאָפּולערסטן פּאָליטישן נייעס קוואַל פּאָליטיקאָ.

ליידער שטעלט עס אַריין חרדי'שע ברוקלינער אידן אין ספּאַט-לייט, און עס קומט אַרויס מיט'ן שטערקסטן התגרות באומות....געוויסע צייטונגען צייגן שוין אָן אז די ארטאדאקסישע אידן שפילן א ערענסטע ראלע אין די יעצטיגע וואלן קאמפיין , און זיי זענען די מערסטע עקסטרעים און ראדיקאל.  עס האָט שוין דערגרייכט אַזוי ווייט, אַז דער נייעס קוואַל 'יעשיוואַ וואָרלד,' וועלכער איז געפערליך ציונ'יסטיש געשטימט, האָט שוין אַנערקענט אַז דאָס איז סכנה. זיי האבן שוין עפעס עפעס אנגעפאנגען צו דערהערן, און עטוואס מעתיק די ווערטער וואס נטרונא איז מפרסם.

עטליכע קאָמענטאַטאָרן דאָרט האָבן שוין אויפגעהויבן אַ וויי-געשריי פאַרוואָס אָרטאָדאָקסישע אידן שפּייען דעם פּרעזידענט אין פנים אַריין, נאָך דערצו ווען ער איז דאָ אין ניו יאָרק. "וואָס האָט פּאַסירט מיט למה תתראו? מיט'ן גלות?" פרעגן זיי. זיי שרייען אויך אַז דאָס איז אַריבער אַ גבולים, און אידן דאַרפן ווייזן איינגעהאַלטענקייט קעגן אַן אייגענעם פּרעזידענט אין גלות, און זיך נישט וואַרפן אין די אויגן פון די גוים. אַ דריטער ווייזט אָן אַז דער פּרעזידענט איז איצט וועלכער וועט אָפּשטעלן די שטימע אין יו.ען. ווי אַזוי קען מען אים אַטאַקירן אין אַזאַ צייט? דאָס פאַרשוואַרצט די פנים פון אַלע פרומע אידן אַלס חיות און מטורפים, וואָס אַלעס וואָס מ'טוט פאַר זיי איז נישט גענוג און זיי זוכן בלויז צו קריטיקירן און זיין כפויי טובה.

ווי פארשטענדליך טוהן מיר זוכן בכלל נישט אינטעדעפעצירן מיט זייערע מיינונגען, און זיי האבן נאך גאָר א ווייטען וועג צוגיין, אבער דאס ווייזט עד היכן הדברים מגיעין אז אפילו דער בקצה המחנה האָט זיך שוין ערוועקט אַז די אַזוי גערופענע חרדי'שע פאַרטרעטער, זענען פאַררעטער. זיי פאַרראָטן כלל ישראל מיט זייערע ראַדיקאַלע פּאַליסיס.

נטרונא אַרבעט אָפּצושלאָגן דעם שרעקליכן חרון אף אויף אַ רייע פראָנטן, אַריינגערעכנט דורך זיך פאַרבינדן מיט די פּרעסע און זיי אָנצייגן אַז די ראַדיקאַלע מויל-מאַכער פאַרטרעטן נישט כלל ישראל.  עס איז א מצב פון א אוזן קשבת און מקען אנקומען גאר ווייט יעצט בעז"ה, ווי אויך ווייזט מען אָן אויף די צענדליגער טויזנטער שלומי אמוני ישראל דאָהי אין איזראַעל וועלכע זענען קעגן די רייצארישע רעטאריק. גלייכצייטיג נעמט מען אונטער אַ ברייטע עפנטליכע קאַמפּיין אויפצוקלערן די אַלגעמיינע גאַס די שטעלונג פון ערליכע אידן.........פונקטליכע דעטאלען וועלן נאכפאלגען אין די קומענדיגע באריכטען.....

די קאמפיין נומבער ארויסצוהעלפן, אז די קריטיש וויכטיגע פעולות זאלן נמשך ווערן איז

718 887 9339

פרטים יבואו

*

אין אנדערע באריכטען - איז היינט געמאָלדן געוואָרן אַז דער אייראָפּעער אידישער קאָנגרעס האָט אָנגעהויבן צו אַגיטירן ביי די אָרטיגע אידישע פירער צו רופן זייערע רעגירונגען צו שטימען קעגן דעם פּאַלעסטינער שטאַט אין די יו.ען.

ביז היינט פלעגט מען נישט הערן אַז די אייראָפּעער אידענטום זאָל נעמען שטעלונגען אין אַזעלכע אישוס, און דאָרט איז די געפאַר נאָך באַלדיגער אַז עס זאָל חלילה נישט אויפרייצן די גרויסע אַראַבישע באַפעלקערונגען און בכלל די אַלגעמיינע באַפעלקערונג וועלכע איז מער פּראָ-פּאַלעסטינער. עס איז קריטיש אַז אייראָפּעער אידן זאָלן רופן זייערע געמיינדע פירער אויפצוהערן צו נעמען אַזעלכע שטעלונגען און זאָלן נישט אָנהייבן נאָכמאַכן די אַמעריקאַנער ציונ'יסטישע לאַבי, וואָס קען געפערליך אָנרייצן שנאת ישראל אין דאָרטיגע לענדער.

*

רמלה - דער מצב אין די פּאַלעסטינער גאַסן ווערט שוין ליידער אָנגעהעצט. היינט – צו די עפענונג פונעם דזשענעראַל אַסעמבלי - זענען שוין די גאַסן פול געווען מיט טויזנטער דעמאָנסטראַנטן און דאָס זעלבע איז ערוואַרט אינעם מערב ברעג ביז סוף וואָך.  זיי לאָזן שוין פלאַטערן די פענער, ווי צו צייגן אַז זיי קענען קוים וואַרטן צו האָבן אַן אייגענעם פאָן.

גלייכצייטיג קומען אַלאַראַמירנדע וואָרענונגען פון די פּאַלעסטינער, אַז בלויז אַן אָפּשטימונג פאַר זייער שטאַט וועט צוריקהאַלטן פרישע געוואַלדטאַטן און טעראָר אַקטן.

עס איז קלאָר אַ צייט פון מדינות מתגרות זו בזו, מדאַרף'ן מתפלל זיין אַז  אידן איבער די וועלט זאלן ניצול ווערן מכל צרה ועקתא,  די ממשלת הרשעה זאל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים, און מ'זאָל שוין בקרוב זוכה זיין צום וְתִמְלוֹךְ אַתָּה הוּא ה' אלוקינו מְהֵרָה לְבַדֶּךָ, עַל כָּל מַעֲשֶׂיךָ, בְּהַר צִיּוֹן מִשְׁכַּן כְּבוֹדֶךָ, וּבִירוּשָׁלַיִם עִיר קָדְשיך בב"א.

 

 

•♦•




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2011 20:50 לינק ישיר 

נטרונא'ס סטעיטמענט צו די יעצטיגע יו. ען. זיצונג:


ZIONIST LEADER TO SPEAK TO UN GENERAL ASSEMBLY; JEWS FEAR THEY WILL BE USED ONCE AGAIN



Sep 19, 2011

Israeli Prime Minister Benjamin Netanyahu has just announced that he will address the UN General Assembly on Wednesday, September 21, in an effort to dissuade UN member states from voting this Friday to recognize Palestinian independence. 

http://www.jpost.com/VideoArticles/Video/Article.aspx?id=238054

American traditional Jews are rolling their eyes. No doubt, we are going to see a repeat of Netanyahu’s performance in Congress earlier this year. The Zionist leader is going to use the Torah in support of an ideology that is fundamentally anti-Torah. Zionism’s goal has always been to replace the Torah with nationalism. We can be sure that he will take verses of the Torah out of context so that they fit his agenda. He will certainly use the word “Jews” over and over again, and he will call his state “the Jewish state.” All this with one goal: to take the Jews as hostages and put world Jewry on the line for his purposes. He wants to hide under the mantle of the Jewish people, so that they bear the responsibility for whatever he does. He will use the Jewish credit card so that, G-d forbid, the Jewish people will have to pay the bills, with interest. He has one malicious goal: to put all the eggs in one basket, to take the entire Jewish people into his ship so that he can be their captain, and if it sinks, it will take the entire Jewish people down with it, G-d forbid. World Jewry is Netanyahu’s cannon fodder to further his agenda. 

What interests him the most is to get as many speaking invitations as possible, to get as much as praise as possible for his speaking ability, and to go down in history as a mighty and stubborn leader of his state. His resume is full of speeches in important places, such as Congress and the UN. From all his good speeches, nothing good has ever emerged for the Jews. We have never benefited from his stubbornness. But he doesn’t let the possible consequences of his speeches get in his way. He is a traitor to the Jewish people in the fullest sense of the word. We American Jews are thankful to be living under the trustworthy government of the United States of America and our honorable President Barack Obama, and not under this traitor Netanyahu.

It would be critical at this time for traditional Jewry to speak to the UN General Assembly and launch a resolution of its own: that the State of Israel should be known from now on as a Zionist state, not a Jewish state. The Zionists do not represent the Jewish people; we, as well as our traditional Jewish brethren in the Holy Land, have no connection with them. Many traditional Jews in the Holy Land demonstrate their disconnection from the state by boycotting their elections and refusing to accept state funding. 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2011 20:39 לינק ישיר 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/9/2011 00:53 לינק ישיר 

הייליג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2011 21:46 לינק ישיר 

צבי, איך דארף ב"ה נישט "ארויס"גיין צו די היימישע וועלט, און אויך נישט צו די מאדערנע, איך בין דארט ב"ה. און איך בין מחולק מיט דיר אין מציאות. דאס רעגט אויף דירעקט נאר אזעלכע מענטשן וועלכע האבן א "ציוניסטישן" נייגונג צו די מדינה. פאר די וועלכע האבן דאס נישט, נאר זיי זארגן זיך פארן וואוילזיין פון די אידן וועלכע וואוינען דארט היינט, רעגט דאס נישט אויף. ספעציעל די יעצטיגע אנאנס - וועלכע איך האף אז דו האסט אויסגעהערט פארן שרייבן דערוועגן - איך האב געהערט פונקט פארקער פון אסאך אידן וועלכע שטייען גאר ווייט פון סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2011 20:43 לינק ישיר 

צבי, איך האף אז דו ביסט "פרא חוקי תועבה", וויייל אז נישט זענען די אראבער פונקט ווי אונץ (רח"ל מהאי דעתא).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/9/2011 20:20 לינק ישיר 

צבי : וואס גייט מיך אן אז די אראבער זאגען פינק ווי אינץ ?

ווי נישט ווי האבען די ציונים זיי ארויסגעווארפען פון זייער שטעט אן קיין שום סיבה, וויי ווילען נאר ציריק זייער הייזער וכד'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/9/2011 16:18 לינק ישיר 

גביר_אדיר

מיין התנגדות צו די "נטרונא" מוסד האט נישט מיט ליובאוויטש, יעדער איד וואס אים איז נוגע אז אידן אין אר"י זאלען לעבן בשלום איז געעקעלט פון די אנאנסען!!!

גיי אביסל ארויס אין די וועלט, טאקע די גאר "היימישע" וועלט, וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט

_________________

הבלוג שלי
hirsheltzig.com




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/9/2011 16:16 לינק ישיר 

האנדא

דא רעדט מען דען פון הענגן פלאקאטן וועגן שלאגען אידן?! דא רעדט מען פון ראדיא אנאנסען וועלכע זאגען אז די מדינה איז נישט קיין לעגיטימע, פונקט דאס וואס די אראבער ימ"ש זאגען!!!!



_________________

הבלוג שלי
hirsheltzig.com




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/9/2011 19:52 לינק ישיר 

צבי, דו ביסט דאך א ליובאוויטשער (היינטיגע צייטן עכ"פ) איך וואלט זייער געוואלט הערן פון דיר א שטיקל הסבר - ספעציעל לשיטת ליובאוויטש - איבער וואס איז ראנג מיט דעם מוסד נטרונא.

סתם שרייען ס'זאל אונטערגיין קוקסטו אויס גענוי ווי די וואס האבן נאכגעמאכט דעם ליובאוויטשער רבי ז"ל אום פורים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2011 22:23 לינק ישיר 

אל כבוד מו''ה רבי צבי המכונה tzvibp28

לאמיר זיך דערמאנען א מעשה וואס האט פאסירט, נאך בחיים חיותו פון אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע,

איך מיין אז עס איז געווען שנת תשל''א לפ''ק, וואס דאן האבן די רשעי עמינו, די ציוניסטישע משטרה, אויסער געווענדליך שטארק גערודפט און געפייניגט אחבנ''י יושבי ארצה''ק, מען האט יעדען טאג צושלאגען ברוטאליש און ארעסטירט,די בני ציון המסלאים בפז, מיט די גרעסטע מאס אכזריות און רשעות, מיט וואס די ציוניסטישע פאליציי איז ברייט בארימט,

איז דאן ר' נתן יוסף ע''ה אריין געגאנגען צום רבי'ן זי''ע און פארגעשלאגען אז מען זאל מאכן א יום תענית ותפילה, להעביר רוע הגזירה,

דער רבי זי''ע האט זיך צושמייכעלט, און זיך אנגעריפן ''איך מיין אז עס וועט נישט באדערן פאר די ציוניסטישע רגירונג אז ערליכע יודן וועלן איין טאג נישט עסן''

האט ר' נתן יוסף געפרעגט, וואס קען מען טאן?

האט אים דער רבי זי''ע גענפערט אז די איינציגסטע זאך פון וואס די ציונים האבן נאך מורא איז אז מען איז מפרסם זייער געמיינע מעשים, פאר די גאנצע וועלט, ( אקאראט וואו דער מוסד הק' נוטרונא טיט) דאס איז די איינציגסטע זאך פון וואס זיי האבן נאך מורא,

דעריבער צאי והפגינו, מען זאל ארויס גיין אויף די ניו יארקער גאסען און פראטאסטירן,

אזוי האט מען טאקע געטאן, עס איז דאן פארגעקימען א ריזן דעמעסטראציע בחיצות העיר, און עס ב''ה געווען מיט ערפאלג, און די רדיפות האבן נאך געלאזט,

צום ענין, און וויליאמסבורג איז פארהאן א ענגע קליקע ערענסטע משוגעים, אפפאל פון די זאליס מיט די בני המן, מענטשען וואס האסן יעדען לעבעדיגע באשעפעניש וואס רירט זיך נאר, אריין גערעכענט זיך אליינס אויך,
זייערע פירער זענען מער ווייניגער איינער זיכערמאן וואס וויל פשוט מען זאל וויסען אז ער עקזעסטירט אויפן כדור הארץ, דערנאך איינער צימערמאן, וואס ער איז ל''ע ערענסט פארריקט, און זיי מיינען נעבאך אז מיט גיין און קרוינהייטס שרייען אויפן גאס, וואו וואנזיגע משוגעים, אז די רבי זי''ע האט דאס געזאגט, און יענץ געזאגט, אדער שרייען אויף הגאון רבי ארי לייב שטיימאן שליט''א ''ימח שמו'' אדער נאך מאכן דעם לעצטען ליבאוויטשער מנהיג ז''ל ביי א כינוס של עמי הארצים, וועט די מדינה חרוב ווערן, נעבאך, פאר די משוגעם איז נוטרונא וואו א ביין און האלץ, ווייל נוטרונא טיט אויף, און פון זיי האלט מען זיך ביי די זייטען,

לויט אלע סימפאטען ביזטו הערשעלע פון די דאזיגע קאמפאני, די שמעקסט פון צימערמאן'ס זאקן, במחילת כבודך, מאה פעמים,

מען קען פארשטיין פארוואס די האסט ב''ה פיינט דעם הייליגן מוסד נוטרינא,

ווייל דער שר צבא ה' דער צדיק הדור, כבוד קדושת רבינו שליט''א האט אויסגעריפן בפומבי ביים דינער פון מוסדות ייטב לב, זיין פולע שטיצע פאר דעם הייליגען מוסד, אום געבעטן, נאר ווייל דאס איז געווען דער אמת'ע דרך פון אלע פריערדיגע צדיקים הקודמים, ובראשם, זיין הייליגען פעטער דער שריר מלוחמי מלחמת ה' במס''נ, רבינו הקוה''ט זי''ע,

טראץ וואס און דער פירערשאפט פונעם מוסד, איז פארהאן מער וואו איינער וואס ווערט נישט פאררעכנט אלס זיינס א פריינד, דעריבער האט עטץ אזא פונסטערע שנאה צו דעם הייליגן מוסד נוטרונא,

ווען דער וועקי הדור, דער פשיהא עם הארץ רבי, רבי זאלישעל זאל עפעס טאן פאר נוטרונא, לכה''פ וואופיל ער האט געטאן פאר דעם קראפטירטען אתרא קדושה, דהיינו געפארען קיין לייקוואד זיך פיקשערן, וואלט דיין טמאנע בני המן'נישע תגיבה נישט געווען געפאסטעט דא אויפן פורום,

זאלן שוין די בני המן מיט די בני זאליס בטל ווערן במהרה, און עס זאל נישט שאטן פאר קיין שום יוד


תוקן על ידי האנדא ב- 14/09/2011 22:47:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2011 21:00 לינק ישיר 

tzvibp28 כתב:
מ'דארף מתפלל זיין אז דער מוסד הידוע "נטרונא" זאל בטול ווערן

בביאת משיח צדקינו אמן.

תוקן על ידי FiveBoro ב- 14/09/2011 21:01:23




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2011 16:28 לינק ישיר 

א כשר'ע חזיר פיסל


מ'דארף מתפלל זיין אז דער מוסד הידוע לשמצה "נטרונא" זאל בטול ווערן מכל כל אהן קיין שום אידישע פארלוסטען

תוקן על ידי tzvibp28 ב- 14/09/2011 16:30:43

הבלוג שלי
hirsheltzig.com




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/9/2011 12:24 לינק ישיר 

ברוך המקדש שמו ברבים!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/9/2011 02:12 לינק ישיר 

http://www.jewsagainstzionism.com/news/currentarticle.cfm?id=236



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נטרונא ווידער מקיים דעם "מקדש שם שמים בגלוי"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext