|
|
| נשלח ב-20/9/2011 06:41 |
|
| |
זיסע שומרים קאל אין וויליאמסבורג און א מוסר השכיל
איך האב יעצט גערעדט מיט א שומרים מעמבער דערציילט ער מיר א שומרים קאל וואס איז פארגעקומען אין וויליאמסבורג דעם פארגאנגענע זונטיג.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען א אינגערמאן האט אלארמירט חברה שומרים אז מען האט זיך איינגעראכן אין זיין קאר און אוועקגענומען עטליכע זאכן אויך איז זיין שטריימל אוועקגענומען געווארן, די שומרים האבן געזאגט פאר דעם אינגערמאן אז מיר פון אונזער זייט וועלן פרובירן צו זיכן דעם פארברעכער אבער די דארפסט מאכן א פאליס ריפארט כדי ווען מיר וועלן באווייזן צו לייגן א האנט אויף דעם פארשוין זאל ער קענען באשטראפט ווערן פאר די גניבה.
די אינגערמאן האט זיך פון אנהייב ג'עקשנט אז ער וויל נישט ער האט מורא צו שטיין פנים אל פנים מיט א פאליציי אפיציר, די געטרייע שומרים האבן למעשה אים באוויזן איבערצורעדן דוקא יא צו מאכן א פאליס ריפארט וכך הוה.
זינטיג נאכמיטאג קומט אריין א קאל צו שומרים, די ריפער האט זיך אנגעגעבן אלץ די אייגנטומער פון קרויס היט סטאר אויף בראדוועי און פארציילט אז עס איז יעצט אריינגעקומען צו אים א גוי אין געשעפט און טראגט אן צו פארקויפן א שטריימל! די שומרים האבן זיך פלינקערהייט אהינגעיאגט און געפאקט דעם חוצפה'דיגע שלימזל'דיגע גנב מיט די רויב אין די הענט, מער האט נישט אויסגעפעלט און די פאליציי האט תיכף ומיד געקייטעלט די צוויי קלעבעדיגע הענט פון דעם איצטיגען ארעסטאנט.
היינט איז דער גנב ארויסגעלאזט געווארן אויף בעיל פאר 5000 דאלער און וועט דורכגיין א פראצעס.
די סך הכל איז אזוי:
צוריקבאקומען די שטריימעל האט די אינגערמאן נאר ווייל ער האט געמאכט א פאליס רעפארט.
ארעסטירט האט מען דעם גוי נאר ווייל ער האט געמאכט א פאליס רעפארט.
דורכגיין א פראצעס וועט ער נאר ווייל ער האט געמאכט א פאליס רעפארט.
דער גנב וועט האפענטליך טראכטן מער ווי איינמאל פאר ער וויל דורכפירן א רויבעריי (עכ"פ אין די אידישע געגענט) נאר ווייל ער האט געמאכט א פאליס רעפארט.
פארוואס זאל א מענטש נעמען פאר לייכט א גניבה און נישט מאכן א פאליס רעפארט?? עס קאסט נישט קיין געלט בלויז די פאר מינוט אבער רוב מאל צאלט זיך עס אויס ווייל אויב טרעפט די קרבן מארגן איינעם שפאצירן מיט די רויב אין די הענט קען ער שרייען ביז מארגן אז עס איז געגנב'ט ווייל כל זמן עס איז נישט באריכטעט געווארן ביי די פאליס דאן וועלן זיי לאזן דעם פארברעכער פריי.
 |
|
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|