
רייכער שבע ברכות ומסיבת הכ' הטוב לכבוד די שמחה בבית הרבני הנגיד הטפסר מוה"ר מאיר זעליג ריספלער הי"ו צוגעשטעלט דורך הנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג
גאהר א רייכער און אייגענטארטיגער שבע ברכות איז נעכטן – זונטאג נאכמיטאג אהערגעשטעלט געווארן דורך הנהלת מוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג לכבוד די שמחה פון די חתונה פונעם עלסטן אייניקל פון הרבני הנגיד הטפסר המרומם מוה"ר מאיר זעליג ריספלער הי"ו – פטרון בנין בית רחל בנין ריספלער אין וויליאמסבורג, החתן בן בנו הרבני הנגיד מוה"ר אפרים פישל הי"ו, עב"ג בת מוה"ר משה יוסף מיטעלמאן הי"ו מחשובי חברי קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג.
דער רייכער שבע ברכות איז געפראוועט געווארן דייקא אינעם אכסניא של תורה אינעם בנין פון די בית רחל – בנין ריספלער אויף סענפארד סט. ווי עס זענען געלאדענט געווארן די ידידי וקרובי המשפחה, נגידים ונדבנים בעם, ובראשם האט מפאר געווען כ"ק מרן רבינו שליט"א נשיא המוסדות.
צו די באשטימטע צייט זענען די גערופענע געסט אנגעקומען צו די רייך געדעקטע טישן אינעם אודיטוריום פונעם בנין, ווי די געסט און באטייליגטע זענען אפגעווארט געווארן דורך חבר הנהלת מוסדותינו הק', און זענען מכובד געווארן זיך צו וואשן צו די עלעגאנטע סעודה.
אנגעפירט מיט'ן מעמד האט מוה"ר משה אהרן האפפמאן הי"ו יו"ר וועד הפועל פון די מוסדות, וועלכער האט במתק לשונו אריינגעפירט די באטייליגטע אינעם פראגראם. און דאן האט דער יו"ר אויסגערופן דעם נואם הכבוד הרה"ג אב"ד הומנא שליט"א וועכלער האט עלקטריזירט דעם ציבור מיט זיין אינהאלטסרייכער דרשה לכבוד המאורע.
דערביי האבן זיך באטייליגט פארשידענע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות פון איבער גרעיטער ניו יארק, וועלכע זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט די שמחה אין שטוב פונעם חשוב'ן בעל שמחה הטפסר מוה"ר מאיר זעליג הי"ו, ווי אויך האט באשיינט די שמחה הגה"צ דער וויליאמסבורגער רב שליט"א.
דאן האט מען געהאט די זכי' צו ענטפאנגען מרן רבינו שליט"א וועלכער איז זיך פערזענליך געקומען באטייליגן ביי דעם ספעציעלן שבע ברכות, און משמיע געווען דברות קודש צו דעי געלגנהייט.
דערנאך האט די הנהלת המוסדות אונטערגעשריבן א שטר מיט'ן פטרון הבנין – דער בעל שמחה הי"ו, אויף וועלכען דער רבי שליט"א האט געגעבן חתי"ק.
ביי דעם געלגנהייט האט די הנהלת המוסדות געשאנקען פאר ר' מאיר זעליג הי"ו א הערליכער זילבערנע מנורה מיט א טאץ אויף וועלכען עס איז געווען אויסגעקריצט דעם אויסקוק פונעם בנין האדיר וועלכע ער האט מנדב געווען.
דאן האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה מיט א טרעפליכער דרשה לכבוד די שמחה במעונו, און דערנאך האט מרן רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים פאר'ן חתן, מחותנים, און זיידע'ס שיחיו לאוי"ט.
נאך ווי דער רבי שליט"א האט פארלאזט די מסיבה האט החזן ר' יעקב לעממער הי"ו מהנה געווען מיט פרקי חזנות לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען זיך משמח געווען בשמחת חתן פאר א לענגערע צייט.
מיט ברכהמ"ז איז מכובד געווארן דער זיידע פון חתן הרבני מוה"ר מאיר זעליג הי"ו, און די שבע ברכות איז צוטיילט געווארן צווישן די זיידע'ס און ראשי הקהלה שיחיו, צווישן זיי: הרה"ח ר' יצחק ראזענבערג הי"ו, הרה"ח ר' חיים הלוי העללער הי"ו, דער מחותן אבי החתן ר' פישל הי"ו, און הגה"צ ר' יואל שליט"א בן מרן רבינו שליט"א רב ביהמ"ד בית ברוך בקרית יואל ווי דער בעל שמחה איז א שטענדיגער מתפלל.
נאך לענגערע ריקודין האט זיך דער ציבור צושיידט מיט ווארימע ברכות פאר'ן חושב'ן בעל שמחה אז עוד ינובון בשיבה דשנים, און אינאיינעם מיט זיין ב"ב שתחיו זאלן זיי זוכה זיין צו זעהן און שעפן פיהל נחת פון די אייניקלעך ווייטער געזונטערהייט, אוןן ווייטער קענען אויפטוהן גדולות ונצורות מתוך הרחבת הדעת.
•♦•
בקודש פנימה
ביינאכט בעת דער רבי שליט"א האט געזעגענט אנשי שלומינו אין וויליאמסבורג, זענען די הנהלת "אירגון שיעורי תורה" וועלכע זענען מזכה רבבות אלפי ישראל פון איבער אלע געגענטער מיט שיעורי תורה צו יעדער צייט, געקומען צו מרן רבינו שליט"א מקבל צו זיין ברכת קדשו.
אויך איז הרה"ג ר' ישראל צבי ברוידא שליט"א רב דק' שערי אורה אריין אל הקודש פנימה לברך ולהתברך לקראת דאס ניי יאהר הבעל"ט.
•♦•