בית פורומים כל העולם כולו

וחי אחיך עמך: ווארט פון מערכת בחצרות סאטמאר

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/9/2011 06:04 לינק ישיר 
וחי אחיך עמך: ווארט פון מערכת בחצרות סאטמאר


ווארט פון מערכת

אימעיל נומער 500 ! א דערגרייכונג!

בעזהשי"ת צייכענען מיר היינט אפ דעם פינעף-הונדערסט'ן אימעיל בשעה טובה, - צו וועלכען  עס איז ווי פארשטענדליך נישט לייכט אנגעקומען ביז אהער, אבער בפה מלא שבח והדי' זאגן מיר צום הייליגן באשעפער, אז עד הנה עזרינו ואל תטשינו לנצח.

 

מיר טוען שטאלצירן מיט אונזער ארבעט – בעת ווען מיר זעען בעזהשי"ת די פירות פון אונזער שווערע הארעוואניע, אין אלע הינזיכטן, אז אונזער פליכט טוהט זיך ב"ה ערפילן מיט'ן פולן זוהן פון ווארט, נאך ווי די הונדערטער אנשי שלומינו פון איבער דע גארער וועלט דרוקן כסדר אויס זייער געוואלדיגע הנאה און דאנקבארקייט אויף אונזער כסדר'דיגע ארבעט און שווער הארעוואניע וואס ווערט טעגליך אריינגעלייגט.

 

בילדער – "טויזענטער" (!) אירועים און געשעהנישן האבן מיר שוין ביז אצינד געדעקט און באריכטעט אין בילדער.

 

דאס נעמט אריין אין זיך געשעהנישן וואס האט פאסירט אינערהאלב קהלותינו ומוסדותינו הקדושות פון איבער דער גארער וועלט בכל מקומות מושבותיהם, צו איז עס פאסירונגען אינערהאלב די קהילות, מוסדות, קעמפ'ס, א.א.וו., צו איז עס געשעהנישן וואס איז נוגע צו חצרות קדשינו בכלל ובפרט.

 

מודעות – איינע פון די גאהר שטארקע פון אונזערע פראיעקטן איז דאס מיטטיילן די טעגליכע און וועכענטליכע מודעות פון אינערהאלב קהלתינו ומסדותינו הקדושות און פון אלע סאטמארער אינסטאנצן ווי-וואס און ווען אימער, וואס דאס האלט אייך – חשובע ליינער אינפראמירט איבער אלעס און אלעמען מהנעשה ונשמע אין די קהילות און מוסדות, און דינט אין-איין-וועגס אלס נוצבארער בולעטין פאר אלע נויטיגע מודעות און מעלדונגען.

 

גליונות – גאהר שטארק אויפגעכאפט צווישן די ליינער איז די וועכענטליכער גליונות אפטיילונג וועלכער ערשיינט יעדן דאנערשטאג וועכענטליך אינעם אימעיל, וואס די ברענגט אן עונג רוחני פאר הונדערטער אנשי שלומינו וועכלע האבן דערפון א נוצן פאר זיך אדער פאר די טייערע קינדערליך שיחיו וועלכע האבן דערפון גרויס הנאה.

 

אזוי אויך, טוהט דער גליונות אפטיילונג דינען אלס נוצבארע מיטל פאר אלע פאנדרעיזינג אפטיילונגען אינערהאלב מוסדותינו הק' וועלכע גיבן ארויס צייטליכע בראשורן און אויסגאבע'ס – אלס מיטל ווי דאס קומט אהן צו אזויפיל אנשי שלומינו פון איבעראל אהן די הויכע קאסטן וואס דאס ברענגט ביים פארשפרייטן אין בלעטער.

 

אין דער געלגנהייט מוזן מיר זיך באזונדער באדאנקען פאר אונזערע מיטהעלפער פון איבעראל: וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק, אויסטראליע און ווי אימער, סיי די וואס העלפן אונז כסדר צו אינפארמירן דעם ציבור מיט נייעס און בילדער, און אזוי אויך די וואס שיקן אונז וועכענטליך אריין די גליונות און אויסגאבע'ס, מיר – די חברי המערכת קענען זיי נישט גענוג ארויסברענגען אינעם פארם פון אונזער ארטיקל ווי שטארק דאנקבאר די הונדערטער ליינער זענען פאר זייער ארבעט.

 

טאקע דערביי טוען מיר זיך אצינד ווענדן מיט א בקשה צו אונזערע פולע ליינער אז אין שיעור למעלה, און מיר ברויכן נאך אלס אייער הילף!

 

צום אלעם ערשט זענען נאך פארהאן טויזענטער אנ"ש וואס וואלטן שטארק הנאה געהאט צו זיין אויף אונזער רשימה און עס פעהלט זיי פשוט די אינפארמאציע וויאזוי צוצוקומען צו אונז מיט א בקשה.

 

צווייטענס בעהטן מיר אלע חשובע ליינער פון איבעראל, פיהל פיהל נייעס און אינפארמאציע – און ווער רעדט נאך פון בילדער און מודעות - קומען בכלל נישט אהן צו די שפאלטן פון אונזער מערכת, און מיט אייער הילף וועלן מיר דערמיט קענען מהנה זיין אונזערע ליינער אויף ווייטער, ע"כ בעטן מיר, אז ווען עס קומט אייך אונטער סיי וואס, צו נייעס, אינפארמאציע, בילדער, מודעות, גליונות און אויסגאבע'ס – עס מיטצוטיילן מיט אונז און אזוי ארום אונז בייהילפיג זיין צו קענעם מזכה זיין דעם רבים אויף לעתיד.

 

מעלין בקודש – מיר מצדינו קענען אבער נישט בלייבן ביי דעם, נאר מיר וועלן שטענדיג זוכן ווי מיר קענען מער און בעסער סערווירן דעם ציבור אנ"ש. דעריבער האבן מיר באשלאסן צוריק אויפצופרישן דעם גאהר-וויכטיגער פראיעקט פון "וחי אחיך עמך" וואס מיר האבן פראקלאמירט מיט לערך א יאהר צוריק, און איז אבער צוליב טעכנישע סיבות נישט נמשך געווארן ביז היינט – וועלכע וועט אי"ה דינען אלס אן ארט וואס וועט אנהאלטן אין זיך א רשימה פון געשעפטן און ביזנעסער וואס די אייגנטומער דערפון זענען אנשי שלומינו, און אזוי ארום ארויסהעלפן אז אנשי שלומינו זאל האבן די מעגליכקייט צו שטיצן אנשי שלומינו גרינגערהייט, און אי"ה איין מאהל א וואך וועט דער רשימה ווערן געאפדעיטעד מיט אינפארמאציע.

 

און מיר ווענדן זיך צו די אלע וואס וואלטן געוואלט זייער געשעפט, ביזנעס, א.ד.ג. זאלן ערשיינען אינעם רשימה, זאלן זיך ביטע ווענדן צום מערכת מיט פונקטליכע אינפארמאציע פונעם געשעפט און איר אייגענטומער.

 

און מיט א תפילה לא-ל חי טוען מיר זיך ווענדן אז מיר זאלן ווייטער קענען אנגיין מיט די גאהר שווערע - אבער אינהאלסטרייכער ארבעט צו די הנאה פון הונדערטער אנשי שלומינו, ועוד ינובון בשיבה דשנים מיר זאלן ווייטער זוכה זיין לחסות בצל הקודש לאנגע יאהרן, און קענען ממשיך זיין מהנה צו זיין דעם ציבור מיט די מייסטערהאפטיגע ווערק ווי ביז אהער, ביז מיר וועלן אינאיינעם זוכה זיין מקבל צו זיין פני משיח צדקינו ומלכינו כ"ק מרן רבינו שליט"א בראשינו בב"א.

 

•♦•




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/9/2011 06:06 לינק ישיר 
ערשטע גליון וחי אחיך פרשת נצו"י תשע"א


 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/9/2011 03:54 לינק ישיר 
גליון ב' פרשת האזינו תשע"ב


 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/10/2011 23:14 לינק ישיר 
גליון ג' ערב יו"כ תשע"ב


 

 

 

 



תוקן על ידי סאטמארבילד ב- 06/10/2011 23:12:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2011 04:58 לינק ישיר 
גליון פרשת לך תשע"ב

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2011 20:30 לינק ישיר 
גליון 8 פרשת תולדות תשע"ב

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וחי אחיך עמך: ווארט פון מערכת בחצרות סאטמאר
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext