בית פורומים כל העולם כולו

שאק: יענקי סופר גייט ארעסטירן ברך משה איינוואוינערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/9/2011 20:07 לינק ישיר 
שאק: יענקי סופר גייט ארעסטירן ברך משה איינוואוינערס

עס רעדט זיך פון עסקנים פון שכונת ברך משה וואס ווילן בויען א בהמ"ד פאר די געגענט אזוי ווי עס פארלאנג זיך פונעם געזעץ פון די ווילידזש, אין דער יענקי סופר הערט נישט אויף אויסציטיילן צרות פאר די ברך משה איינוואוינערס יעדען טאג מיט אן אנדערן תירוץ,

אפגערעדט וואס די גאנצע ברך משה פאריעקט האט ער ארויסגעווישט במרמה שלא ביושר, איז יעצט ווען די איינוואוינער ווילן בויען א בהמ"ד פאר די געגענט (אן איין פעני פון דעם ח...) לא די וואס ער שטעלט זיך נישט צו אזוי אלע בילדערס אינעם שטעטל, נאר ער שטערט! אין נישט נאר וואס ער שטערט נאר ער ציברעכט די עסקנים על לא דבר, אין סטראשעט מיט ארעסטירן, הישמע כזאת? ווי לאנג גייט מען ליידן פון דעם גיפטיגען שלאנג?

מען דארף ארויסגיין מיט א מלחמת חרמה קעגן דעם יענקי סופר בעוד מועד נישט מען זאל זיין א צועק שעבר, ער דרייט זיך ארום מיט די קאפ אין די הייעך זאגעדיג אז מען מוז צי אים סיי ווי ציקומען ווייל ער האט די מאניפאל פון דירות היינט צו טאגס אין קרית יואל אין דעם רבין האט ער אויך אין טאש (חיים שלמה'ס באדי) איז פארוואס זאל ער נישט טוען וואס ער וויל ? ווער זאל אים אפשטעלן?

וועקטס ענק אויף רבותי!  ווייל היינט איז עס ברך משה איינוואוינער אין מארגן איז עס עצי התמרים מיט חברון מיט ראוונע אין איבער מארגן איז עס די ישיבה א.א.וו.

מיר אפעלירן צום ציבור אז ווער עס האט שפראך צי יענקי סופר זאל אים פארהאלטן פארוואס ער לאזט נישט בויען דעם בית המדרש אין ברך משה געגענט וואס רוב שטח איז ניטאמאל זיינס?

תוקן על ידי רינדעכיגער ב- 26/09/2011 20:10:52




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2012 21:28 לינק ישיר 

איך האב דייקא נישט געוואלט אריין מישן קיין פאליטיק, אבער פישער איז נישט אימיונט פון קריטיסיזאם בלויז פארן פאקט אז ער איז דער גבאי, מיינע סטעיטמענטס איז נאר וואס איך האב געהערט פון די איינוואוינער וואס רובם ככולם זענען הייסע אהרונים, איך האב געשריבן פאקטן וירא הקהל וישפוט, אדרבה, זאל איינער כאפן א שמועס מיט ר' גדלי' סעגעדין, זאל איינער כאפן א שמועס מיט ר' יואל בן דער רבי, זאל איינער כאפן א שמועס מיט ר' אברהם ווידער, זאל מען זען צו יש דברים בגו, צו איז עס בלויז א עלילת דם, די טענה איז אקעגן יאנקי סופר און חיים שלמה איז נאר א מסייע צו דעם שייגעצשטיק, ביטע ווענד מיך אפ מיט פאקטן און נישט מיט קיין סברות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2012 20:03 לינק ישיר 

שחמט, איך וואלט דיך ווען אפשר געגלייבט, ווען דו פרובירסט נישט אריינצומישן 'פישער' אין בילד. און דערצו נאך זיך אננעמען פאר די 'בעוולטע אהרונים'.

איך ווייס נישט וואס די מעשה דארט איז, אבער דיין פארוואנדלען די טעמע אין א פאליטישע שמעקט זייער נישט גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/2/2012 19:43 לינק ישיר 

וויפיל מאל דארף איך איבער שרייבן אז מיר שפילן נישט קיין בלעימינג געים, איך בלעים נישט חיים שלמה פישער ווייל דאס איז דער נאטור פון קיחת שוחד, און איך וואלט נישט בעסער געווען, איך בלעים איין איינציגן פערשוין, דאס איז יאנקל סופר, ער באד זיך אין אידיש בלוט, און נאכאמאל, דין תורה איז קיין אפשון, ווייל יאנקל סופר מיט זיינע שלמונים וועט דאס שלעפן און די תובעים וועלן פארלירן נאך מער געלט, און דאס איז זייער ריאליסטיג גערעדט, איך וואלט זיי געראטן צו גיין אין ערכאות, ווי דער דין איז מיט א גבר אלים, אבער איך בין נישט קיין צד צו דעם סכסוך, איך נעם מיך נאר אן פאר די פארצווייפעלטע תושבים וואס האבן זיך נעבעך אויס גערעדט דאס הארץ ווען איך בין דארט געווען אויף א שבת אויף א שמחה משפחתית, ס'איז א שאנדע און א חרפה אז אפילו די וואס ווילן באמת העלפן שטייען נעבעך מיט פארבינדעטע הענט, השם ירחם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 18:17 לינק ישיר 

שחמט.

איך געדענק ווען א אנגעווייטאגטער קרית יוא'לער איד האט מיט יארן צוריק אראפגעלאזט א הילכיגן פראסק ברבים פאר ר' משה (מאנרא'ער) פריעדמאן (געוועזענער ראש הקהל אין קרית יואל), פאר'ן אים בא'עוול'ן מיט א דירה.

דאס איז געווען ווען ר' משה פריעדמאן איז נאך געווען באלעבאס, אפשר וואלסטו דעמאלט געזאגט אז ר' יוסל אשכנזי איז שולדיג געווען דערין? אלס ווערן נעבעך מענטשן בא'וועל'ט. אבער צו גיין זאגן אז פישער איז שולדיג איז ווייל  מ'איז שוואך אין דין תורה קעגן סופר, בלעימט מען אנדערע אין די צרות.

איך האב מיטלייד מיט די אידן, אבער זיי האבן איין אויסוועג, גיין צו דין תורה, און אים גוט אויסשמירן. בלעימען אנדערע האט שוואכע שאנסן מצליח צו זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 17:04 לינק ישיר 

אונזער מצב איז ב''ה זייער גיט, דער פראבלעם איז דער מצב פון תושבי ראוונע/חברון וואס רוב רובם זענען אהרונים, זייער מצב איז ביטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 02:16 לינק ישיר 

שחמט, דו האלטסט טאקע אז דער אשכול איז די ישועה אביסל צו הייבן אייער קאלמוטנע מצב?!

אויב יא, בכל הכבוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 01:30 לינק ישיר 

לאנצוט, כאפ נאר א בליק אויפן צווייטן בלאט פון דעם דאזיגן אשכול ווי א ניק מיטן נאמען רינדעכיגער האט אראפ געברענגט א בריעף וואס די תושבים האבן געשריבן פאר יאנקי סופר און פארן ווילעדזש מיט אלע פרטים פון די עוולות פון יאנקי סופר און אין קול ואין עונה, ער מאכט זיך נישט וויסענדיג, יעדער האט מורא אימת מוות דאס אן צו רירן, פארוואס? זאג דו אליין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 01:20 לינק ישיר 

א פרעדיקשאן אדער א סברה, דארף א הסבר, אבער ווען מען רעדט פון א מציאות דארף מען נישט קיין שום הסברים, דער פאקט איז אז יאנקי סופר האט געפארטיגט זיינע דירות אויף ראוונע און חברון אריבער דריי יאר צוריק, און רוב רובם שטייען ליידיג, וויאזוי ער האלט ער דאס אויס? דארף זיין אז ער האט גענוג געלט, אבער למעשה איז נישט קיין נפקא מינה וויאזוי ער האלט דאס אויס, דער מציאות איז אז ער האלט דאס אויס, ער האט אויסגעקויפט יודי ג''ב צו ביושר צו שלא ביושר אבער הכסף יענה את הכל, ער מאכט דארט געלט און ער האט גענוג געלט, און איז בכח דאס אויסצוהאלטן, דאס איז דער מציאת הדברים, יעצט ווי פישער קומט דא אריין, פארשטייסט אליין אז דאס איז זייער האקל, מען דארף זיין מגלה טפח ומכסה טפחיים, אבער וואס טוען אידן וואס שפירן זיך באעוולט? זיי לויפן צו די עסקנים, זיי לויפן צום רבין, זיי לויפן צו ר' אברהם וויעדער, זיי לויפן צו ר' גדלי' סעגעדין און זיי שרייען און וויינען, און ווען אימער מען האט זיך געוואלט אנעמען פאר די תושבים זענען זיי כסדר צוריק געקומען און געזאגט אז ס'איז נישט בידם, זיי קענען ליידער גארנישט טון, און יא! יאנקי האט געבויט צענדליגע זאכן שלא לפי הקאוד, און ווען ר' גדלי' סעגעדין האט עם פארגעווארפן איז ער שנעל שטיל געווארן דורך... יא! ר' חיים שלמה, צו איך בלעים חיים שלמה'ן? ניין! ווייל רעאליסטיש גערעדט, השוחד יעוור, און מן הסתם ווען יאנקי זאל מיר געבן דאס געלט וואס ער גיט פאר חיים שלמה וואלט איך מיך אנגענומען פאר עם, און חיים שלמה וואלט געשריגן, סא, די טענה איז צו יאנקל סופר, ווייק דיך נישט אין בלוט פון דיינע קונדען, טייל נישט צדקה מיט בליטיגע געלטער, האסט עפעס צו ענטפערן? אדרבה, לאמיר הערן, די תושבים האבן שוין געשריבן צו עם צענדליגע בריעוון, מיט חתימות פון רוב תושבים ובתוכם הרב רבי יואל טייטלבוים בן רבינו שליט''א, און אין קול ואין עונה, ער גייט אזוי מיטן קאפ ארויף און לאכט זיך אויס פון יעדן, און דאס קען ער נאר טוהן ווייל ער האט חיים שלמה'ן אין די קעשענע. דאס איז ליידער דער ביטערער מציאות. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 00:42 לינק ישיר 

שחמט,
איך נעם זיך נישט אן פאר יאנקי סופר, אבער איך האב צו זיין רעליסטיש.
איך קען זיך זייער גוט אויס אין די דירות מארקעט ביים היימישן ציבור, פון מאנסי, קרית יואל, וויליאמסבורג און בארא פארק און פלעטבוש.

איך קען אסאך קעיסעס פון דעוועלאפער כהיום יום וועלכע האבן בארויבט היימישע אידן מיט מיליאנען דאלער, און די גניבה גייט נאך אן עד היום הזה.

איך קען א דעוועלאפער וועלכער האט גענומען ביז א האלב מיליאן דאלאר פון אידן עטליכע יאר צוריק, און קיינער פון די צעבראכענע אידן האט נישט קיין דירה היינט צו טאג און נישט קיין אויסזיכטן ווען די גניבה וועט קומען צו אן ענדע. און דאס איז אן דעם פישער מיט די לאנגע הענט.

לענין:

דו זאגסט אז סופר האט טיפע טאשן און האט נישט מורא אז מ'וועט נישט קויפן זיינע דירות. אפשר ביסטו מסביר וויאזוי? פארוואס קענען די אנדערע דעוועלפאר נישט בויען אין גרויסן און זייערע דירות וועט מען כאפן, און סופר'ס נישט? פארוואס? און וואס האט דאס מיט פישער?

צווייטנס: וואס קען גדלי' סעגעדין טון אז דער דעוועלאפער מאכט שוואכע סטיעם וכו', די ווילידזש קומט אריין נאר אז מ'בויט קעגן די קאוד, אזוי מיין איך.

דריטנס, זאגסטו אז סופר וועט שלעפן א דין תורה יארן לאנג, דאס ביזטו גערעכט, אבער איך גלייב שווער אז פישער האט דא א ראלע אז א דין תורה זאל זיך שלעפן, ווייל די רבנים זענען די וועלכע האבן אן אינטערעס אז א דין תורה זאל זיך שלעפן, נישט דער בעל דין.

נ.ב., איך האב מיט פישער, פונקטליך וויפיל איך האב געהאט מיט ר' יוסף אשכנזי ע"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/2/2012 00:29 לינק ישיר 

זיינע דירות וועלן בלייבן ליידיג? זיינע דירות זענען ליידיג! אריבער דריי פערטל פון זיינע דירות שטייען פוסט און ליידיג, אבער דאס ברעכט נישט דעם שטאלצן יאנקל, ער האט גענוג און נאך געלט דאס אריבער צו טראגן, קיין דין תורה וועט דא ליידער נישט העלפן, ווייל דער יאנקל סופר מיט זיינע ברייטע טאשן וועט שלעפן די דין תורה יארן לאנג און ארויס שלעפן פון די אויסגעזעקלטע תושבים דעם לעצטן פיאסטער, זיי זענען שוין אצינד מלא חובות און א דין תורה לויט די היינטיגע אומשטענדן איז ליידער נישט ריאליסטיג, זיי האבן פארלאנגט פונעם ווילידזש אביסל יושר, און ר' גדלי' סעגעדין האט זיך פראבירט צו צושטעלן צו די באעוולטע תושבים, ביז ער איז ליידער אפגעשטעלט געווארן ביי... יו געסט איט! און דא קומט אריין פישער!!!, געט אפ ענד סמעל די קאפי, דו ביסט געווענדליך א נבון, א מבין דבר מתוך דבר, און דא עקסט דו ווי א תמים,    



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2012 23:47 לינק ישיר 

שחמט כתב:
הרב לאנצוט, די תושבי ראוונע-חברון זענען צובראכן אויף שברי שברים, זיי פארלאנגען נישט קיין נדבות, און אוודאי נישט קיין גאלדנענע דירות, זיי פארלאנגען פשוט אז דאס וואסער זאל נישט אריין דרינגען אין די בעיסמענטס, אז די סוכה אינטער די סקיילייטס זאל נישט דארפן נאך א שלאק זיך צו באשיצן פון טל ומטר, זיי ווילן אז די היטינג זאל זיין גענוי לויט די פארשריפטן וואס מען האט זיי צו געזאגט און נישט מען זאל דארפן צולייגן עלעקטריק אייוועלעך אין די שטיבער, און נאך אפאר נארמאלע פארלאנגן אויף וואס זיי זענען הונדערט פראצענט בארעכטיגט, איז דאס אסאך געבעטן? מיין ברודער וואס וואוינט דארט שרייט אז נישט, אדרבה כאפ נאר א שמועס מיטן רבינס יואלי, וואס איז באוויסט אלץז א איידעלער נישט קרוגערדיגער מענטש וועסטו הערן פרטים אז די האר וועט זיך דיר אויפשטעלן פון קאפ, לא בחינם שטייען רוב דירות ליידיג אין ראוונע-חברון שכונה, אבער דער יאנקי סופר האט גענוג געלט און וועט ווארטן ביז עס וועט זיין דער מצב פון יכלו הדירות מן השוק און דער עולם וועט ווערן דעספערעט און דאן ווען ער טרעפן אפאר סאקערס וואס וועלן ליידער אריין פאלן מיט דעם נוכל, אויב יונה עסטרייכער האט געקענט פארקויפן זיינע דירות אין וויליאמסבורג בשעת ווען דער עולם איז געווען זייער דעספערעט פאר דירות, וועט יאנקי סופר אויך קענען פארקויפן זיינע דירות, און דער ציבור וועט קענען שרייען חי וקיים, ואין פודה ומציל, מאני טאקס! יעדע וואך פליט אריין א טשעקל אין די קעשענע פון חיים שלמה, און יאנקי שטייט און לאכט פון די אלע צובראכענע קאסטעמערס. גלייבסט נישט? פרעג גדלי' סעגעדין!


שחמט, איך פרעג זייער א נארמאלע  פראגע.

אויב איז דאס א אישו פון סערוויס אז ער בארויבט אלע מענטשן וועלכע האבן ביי אים דירות, דאן איז ביי מיר גאנץ קלאר און פארשטענדליך אז אלע זיינע דירות וועלן בלייבן ליידיג, פוסט און לער. פישער אדער סאטמאר רבי קענען אים גארנישט העלפן.

פינקט ווי פאר חיים הערש ליימזידער האט נישט געהאלפן אז ר' עזריאל גליק איז זיין שוואגער.

ממילא פרעג איך נאכאמאל: ווי קומט דא אריין פישער אינעם פיקטשער?
לאזט נישט פישער אז מ'זאל אים רופן צו דין תורה? מה אתה מדבר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2012 22:59 לינק ישיר 

הרב לאנצוט, די תושבי ראוונע-חברון זענען צובראכן אויף שברי שברים, זיי פארלאנגען נישט קיין נדבות, און אוודאי נישט קיין גאלדנענע דירות, זיי פארלאנגען פשוט אז דאס וואסער זאל נישט אריין דרינגען אין די בעיסמענטס, אז די סוכה אינטער די סקיילייטס זאל נישט דארפן נאך א שלאק זיך צו באשיצן פון טל ומטר, זיי ווילן אז די היטינג זאל זיין גענוי לויט די פארשריפטן וואס מען האט זיי צו געזאגט און נישט מען זאל דארפן צולייגן עלעקטריק אייוועלעך אין די שטיבער, און נאך אפאר נארמאלע פארלאנגן אויף וואס זיי זענען הונדערט פראצענט בארעכטיגט, איז דאס אסאך געבעטן? מיין ברודער וואס וואוינט דארט שרייט אז נישט, אדרבה כאפ נאר א שמועס מיטן רבינס יואלי, וואס איז באוויסט אלץז א איידעלער נישט קרוגערדיגער מענטש וועסטו הערן פרטים אז די האר וועט זיך דיר אויפשטעלן פון קאפ, לא בחינם שטייען רוב דירות ליידיג אין ראוונע-חברון שכונה, אבער דער יאנקי סופר האט גענוג געלט און וועט ווארטן ביז עס וועט זיין דער מצב פון יכלו הדירות מן השוק און דער עולם וועט ווערן דעספערעט און דאן ווען ער טרעפן אפאר סאקערס וואס וועלן ליידער אריין פאלן מיט דעם נוכל, אויב יונה עסטרייכער האט געקענט פארקויפן זיינע דירות אין וויליאמסבורג בשעת ווען דער עולם איז געווען זייער דעספערעט פאר דירות, וועט יאנקי סופר אויך קענען פארקויפן זיינע דירות, און דער ציבור וועט קענען שרייען חי וקיים, ואין פודה ומציל, מאני טאקס! יעדע וואך פליט אריין א טשעקל אין די קעשענע פון חיים שלמה, און יאנקי שטייט און לאכט פון די אלע צובראכענע קאסטעמערס. גלייבסט נישט? פרעג גדלי' סעגעדין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2012 21:44 לינק ישיר 

עס איז מן הסתם אויך, אז יעדע מעשה האט צוויי זייטן.

און בכלל איז א זעלטענהייט אז א קונה זאל דאנקבאר זיין פאר זיין מוכר, נאכדעם וואס דער מוכר האט גענומען פונעם קונה די עטליכע פאר הונדערט טויזענט דאלער בלוטיגע געלט, האלט דער קונה אז עס קומט אים א גאלדענע דירה עד הסוף.

איך ווייס נישט צו דא איז אויך אזוי, צו נישט, אבער איין זאך פאר שטיי איך נישט פארוואס רופן זיי נישט סופר צו דין תורה, איך זעה נישט קיין וועג ווי אזוי סופר זאל זיך קענען ארויס דרייען פון זיך שטעלן לדין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2012 20:30 לינק ישיר 

שחמט.

מ'קען זיך היינט לייכט איבערצייגן צי די אידן אין ראוונע און חברון זאגן אמת? און אויב יא, איז א רחמנות אויף יעקב זוסמאן סופר, ווייל אלע דירות וועלן בלייבן ליידיג און קענען לייגן דערין די פלעק'ס מיט די דאנק בריוון פון חיים שלמה פישער וועמען ער האט אין טאש לויט דיינע ווערטער.

איך געדענק ווען חיים הערש ליימזידער האט געבויעט דירות און גרויסן און אלע האבן זיך אפגערעדט, איז ער געבליבן אן א קאסטומער'ס. דער רבי מיט פישער מיט פתח תקוה און די פלעקס וואס ער האט באקומען אין בני ברק קומען דא אריין גענוי וויפיל די נוקלער פלענט אין איראן אדער די שחיטות אין דארפור באלאנגען דא.


שחמט, ביסט עהרנפול מכובד צו ענטפערן, אויב דו האסט וואס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/2/2012 19:47 לינק ישיר 

נעבעך, עס וועט ענק גארנישט העלפן, יאנקי האט חיים שלמה'ן אין טאש, און ער וועט ווייטער באקומען שיינע גרויסע פלעק'ס פונעם רבי'ן אין פתח תקוה און וועט ווייטער טיילן ענקער געלט און באקומען כבוד, ס'איז א קול קורא במדבר, א רחמנות אויף ענק. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שאק: יענקי סופר גייט ארעסטירן ברך משה איינוואוינערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext