אזוי ווי די לעצטערע וואכן האבן זיך ב"ה פאראייניגט אלע רבנים ארויסצוגיין אין מלחמה קעגן די אלע וואס האבן די טמא'נע כלים אינדערהיים אדער אויפן סעל, וואלט איך פארגעשלאגן אז זיי זאל טאן די זעלבע זאך וועגן די שרעקליכע רויבעריי וואס קומט פאר אין די היימישע געגענטער וואס ריפט זיך 'רענט'.
ווי באקאנט איז שוין עטליכע יאר וואס יודישע קינדער וואס פלאגן זיך אויף פרנסה ווערן בארבאריש בא'גזלט דורך אומפאראנווארטליכע אידן ליידער מזרע ישראל, זיי שלעפן ארויס פון אינגע פריש פארהייראטע פארפעלקער די ריזיגע סכום פון 12 הונדערט דאלער א חודש (אמווייניגטענס) צו דעם קומט צו אז מען דארף אליין צאלן די געז און לעקטער, און אויפרוימען די סוער בעק-אפ נאך יעדע רעגן,
ווען די משפחה ציוואקסט זיך און מען דארף מופן צו א גרעסערע דירה קאסט עס שוין 3 טויזענט דאלער רענט אויף א זיבעטע שטאק מיט א ליעס מיט 3 יאר, דאס הייסט אז נאך וואס איך לייג אליין אריין 50 טויזענט דאלער אויפצופיקסן די דירה, קוים איז שוין אלעס פארטיג געווארן די גרוך פון די פעינט איז שוין אוועקגעגאנגען, באקומט מען שוין א בריוו פון די רשעות'דיגע לענדלארד אז ביז צוויי חדשים זאל די דירה זיין ליידיג!
איז דאס יושר? ווייסט איר וויפיל בליט און הארץ אטאקעס דאס האט שוין אפגעקאסט פאר אידישע קינדער? עס איז טאקע גרינג צו שרייען אז אידן שטארבן רח"ל וועגן דעם און וועגן יענץ אבער פארוואס נעמט מען נישט דאס אין באטראכט? נאר ביי אינטערנעט (נאכאמאל איך האב ח"ו נישט ג א ר נ י ש ט קעגן די מערכה) ווארפט מען ארויס די קינדער ? אפשר זאל מעו ארויסווארפן די קינדער פון די אלע וואס בעטן טייערע רענט ?? נישט נאר אינטערנעט הרגעט אידישע קינדער נאר די לענדלארדס זיי הארגענען אויך פיזיש און גייסטיש!!! אדרבה קוקט עס נאך וועט איר זעהן די רוב פון אלע וואס האבן געכאפט פלוצימ'דיגע הארץ אטאקעס האבן זיך צאמגעליטן פון די לענדלארדס.
נשלח ב-4/10/2011 04:05
זאל מען ביי די דירות אויך מאכן א גדר ביז ווי ווייט און ווער עס איז ערלויבט צו בעטן די אסטראנאמישע סכומים, פונקט ווי ביי די אינטערנעט האט מעט נישט געאסרט יעדע מענטש, נאר עס ווענדט זיך אויב מען דארף עס פאר די ביזנעס, דאס זעלבע זאלן זיך די טויזענט רבנים אויך דא צוזאמנעמען און מאכן א אויסנאם פאר די אלע וועס וועלן אויפווייזן אז זיי 'מיזן' בעטן די גרויסע סכומים און 'מיזן' ארויסווארפן די טענענטס נאך 3 יאר קוים נאך וואס די גראך פון די אייגן באצאלטע פעינט איז ארויס.
וואס בין איך שולדיג אז פאר מיר שטעלט מען נישט צו א רבישע פאלאץ ?? פארוואאס דארף איך 3 יאר ארומלויפן פון איינעם צום צווייטן בארגן געלט צו באצאלן די גרויסע קאסטן פאר א פארחורבטע הייזקע וואס זעהט אויס ווי די הייזער וואס די אינדיאנע האבן געלעבט?? איך דארף מיר שלאגן מיט די מייזלעך און סוער בעק-אפס, קאלעכען די דאך יעדע וואך, ענדליך ווען אלעס איז שוין פארראכטן 'מיז' דער לענלארד מיר ארויסווארפן?? אויב 'מיז' ער יא דאן זאל ער אויפווייזן גענוי ווי די אלע וואס וועלן דארפן אויפווייזן פארוואס זיי 'מיזן' האבן אינטערנעט.
*איך וויל נאכאמאל קלארשטעלן איך רייס ח"ו נישט אונטער די הייליגע מערכה קעגן אינטערנעט אבער די וויי געשריי איבער די אנדערע וואס ווערן אויך יונגערהייט פשוטו ומשמעו געהארגט פיזיש און גייסטיש דורך די לענלארדס דאס 'מיז' קומען צו אן אפשטעל!!!!
נשלח ב-3/10/2011 19:11
איך האף אז דיינע ווערטער זענען נאר געצילט אויף די וואס האבן שוין לאנג געענדיגט צאלן די מארטגעזש, ווייל א בעה"ב וואס האט געקויפט א דירה די לעצטע פאר יאר האט לכאורה נישט קיין אנדערע ברירה - צו צאלן די מארטגעזש און פראפערטי טעקס און אין די זעלבע צייט נאך בלייבן מיט עפעס ריוח - אן בעטן אזוי סאך געלט.
איך זאג נישט איך ליידט אויך פון דעם, איך צאל אויך הויך רענט, און וועגן דעם וואונטש איך זיך נישט צו זיין קיין לענדלאר, אבער איך מיין אז קיין טענות צו אים קען מען נישט האבן, ער האט דאך נישט געקויפט די דירה אז דו זאלסט האבן ווי צו וואוינען...