בית פורומים כל העולם כולו

מ'גייט סוכה-גלות ליידן צום צווייטן מאהל...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/10/2011 17:18 לינק ישיר 
מ'גייט סוכה-גלות ליידן צום צווייטן מאהל...

נעכטן נאכט האט דער "הויפקווארטיר" פונעם זאלוינשן לאגער ענדליך "געבראכן די נייעס" פאר די קעלבער אז היי-יאהר וועט דער סוכה "הגדולה" געבויעט ווערן אויף א גרעסער ארט... אויף ראדני סט. (פון די ברייטסטע גאסן אין וויליאמסבורג...)

יא! צום צווייטן יאהר ווען מען דארף נעמען דעם וואנדער שטעקן אין די האנט און גיין זוכן אן ערי מקלט ווי אראפצושטעלן די סוכה.. (אלעס פאר אביסעלע טינט...)

יעצט גיי הייב דיר אהן דערמאנען אלע לגיונות און ספינ'ס וואס מען האט שוין גענוצט פאר די קעלבער די לעצטע פאהר חדשים: קודם איז עס "נאר צוגעשפארט פון די פייער.." דאן איז עס שוין "צוריקגעשריבן אויף אונזער נאמען און מיר האבן עס צוריק געהעריג..." א.א.ווי.

כ'בין נאר שטארק נייגעריג צו וויסן צו קויפן י קעלבער טאקע אפ די שיינע מעשיות מיט די "גרעסערע סוכה" אדער זיי ווייסן שוין אויך דעם ביטערן אמת....



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/10/2011 10:41 לינק ישיר 

למעשה זעה איך נאך נישט קיין איין געהעריגן בילד פון דעם סוכה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2011 04:32 לינק ישיר 

עס איז כמעט דאפעלט די לעמדת פון פאפא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2011 00:12 לינק ישיר 

גביר_אדיר כתב:
הער, איך האב נישט געדענקט פונקטליך וועכעס יאר עס איז געווען. און עס איז נישט קיין נפק"מ, עס איז געווען איין יאר, און יעצט גייט ער אין די וועגן פון זיין טאטן פון יענעם יאר...


אים איז מער א כבוד אז ער מאכט נאך פאפא וועלכע האט אויך די סוכה לעבן די שוהל
די פראבלעם איז נאר אז ווי עס קוקט אויס ווייס איך נישט אויב זיין סוכה איז גרעסער ווי פאפא (העכער איז עס יא)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/10/2011 02:15 לינק ישיר 

לאכט נישט, באלדט וועלן די זאליס זינגען אז די סוכה איז קיינמאל אמאל נישט געווען אינעם ביהמ"ד ווילסאן, עס איז סתם אן אויפגעטראכטע מעשה.

אוי ברעטשעט איצט רז"ל חמסנים גזלנים גנבים וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2011 18:41 לינק ישיר 

מען קען זיך נישט כאפען דעם אטעם, פון געלעכטער, ווען מען דערמאנט זיך וואו די זאלי טיפוש יוסל 90 / בן חוה / סוג וכל שם וחניכא דאית ליה, האט זיך פאריאר געשוואוירן ביים אלעם הייליג, אז די זאליס גייען ציריק האבן דעם נייען בית מדרש, דאס פארשפארן איז נאר צייטווייליג האט ער פראבירט איינצורעדן פאר די ישראלים, ער האט געשריבען אז ער איז פאניע בראט מיט משה גאביטש, און משה האט אים געשווארוירן אויף ר זאלישעל'ס לאנגע געקעמטע בארדע, אז די סגירה איז נאר צייטווייליג,

ער האט נישט מן הסתם נישט געזאגט קיין ליגענד, ( כאטש ער איז א שקרן וכזבן שאין בדגמתו ) ער האט נעבאך באמת געהאלטען אז די זאליס זענען דאך אזוי אנגעהאקט מיט די אונצטאנצען, זיי האבן די פאליציי, מיטן יוסטיץ דעפארטמענט און טאש, וואו זיי שטאלצירן שטענדיג, און דא נעבאך אזוי ביטער, ר זאליקא בויט זיך די סוכה אויף די ראדני גאס.......... אזוי איז ביטער......

יוסל קים אויף מיט א מעשה צו באריאיגען די ישראלישע זאליס,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2011 17:46 לינק ישיר 

הער, איך האב נישט געדענקט פונקטליך וועכעס יאר עס איז געווען. און עס איז נישט קיין נפק"מ, עס איז געווען איין יאר, און יעצט גייט ער אין די וועגן פון זיין טאטן פון יענעם יאר...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2011 17:38 לינק ישיר 

נאר תשמ״א ווען דער רבי זצ״ל האט נאך געוואוינט אין ב״פ ווי ער איז געווען גאנץ סוכות, ער האט נאר געפירט איין נאכט חוה״מ און הוש״ר בייטאג, האט מען גענוצט די ביהמ״ד סוכה אויף ראדני



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2011 02:16 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס איר ווילט, ער טוט ווי זייין טאטע האט געטוהן. איך געדענק נאך איינס פון די ערשטע יארן פונעם ברך משה האט מען געמאכט דעם סוכה אויף ראדני



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2011 02:15 לינק ישיר 

נעקסטע יאר גייט עס זיין פארן מצה בעקעריי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2011 00:07 לינק ישיר 

איך הער אז זיי האבען נישט געקענט ארויסנעמען די בענק פאר ראש השנה פין ראסס סט'
אין זיי האבען געמוזט קויפן נייע בענק
אין אלע זאליס האבען געמוזט צאלען א ארץ החיים התחייבות פין $200......

(פארשטייט זיך אז מ'קויפט שוין מאכט מען זיכער 'קינצלעריש' עס זאל אויפנעמן די מערסטע פלאץ, די זיצן זאל זיין טיפ אין ברייט אין די דורגעגענג זאלען פארברייטערט ווערן)

-----------
פערלשטיין האט באראוגט די זאליס אז נאך אלעם איז ראדני א בעסערע געגנט ווייל ס'איז לעבן די שוהל אין ער האפט די אויסגעשפילטע טישן, ספעציעל הושענא רבא וועט האבען א שטיקל פנים איז נישט אויסקוקען ווי דא
http://youtu.be/j4mKph7lguI



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2011 00:02 לינק ישיר 

דער רינדערכיגער זאלי מוז בע''כ יענה אמן
ווי האט יענקלע גליק זיך אויסגעדריקט: ווען ער זעהט די נייע סוכה אויף ראדני
מוז ער אפמאכען אז לויט די זאליס איז
1 מיינוס 1 קומט אויס 2     (1-1=2)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/10/2011 14:53 לינק ישיר 

פארווער עס ווייסט נישט, איז ראדני גאס "אסאך" גרעסער פון ראס... איך מיין אז ר' זאלישעל זאל אנפאנגען צו דאווענען אין זיין קאווע שטיבל ווייל עס איז אסאך גרעסער פון זיין (דריי פערטל ליידיגע) שוהל. ‎​
 
פאר א סאטמארע חסיד וועלכע געדענקט נאך די צייטן ביים ברך משה (אפילו שוין סוף ימיו הקדושים) ווי מפלעגט שטיין אין פאליש ביי די אדורך גענג, ווי אויף איין זיץ פלאץ פלעגן זיצן די זיידע מיט אלע קינדער און אייניקלעך, מ'האט אנגעהויבן דאווענען אויף איין זייט שוהל און זיך געטראפן נאכן דאווענען אן קיין איין קנעפל, די היט אויסגעזעהן ווי א בענדדאון, די שיך צוטרויטן און צוקוועטשט, די פיס נום אינגאנצן און מ'איז אין די אנדערע זייט פונעם שוהל אינגאנצן. צו שטיין אין ברכת כהנים אדורך גענג איז געווען בגדר פיקוח נפש (ווער געדענק די דרשה ביי די הנחת אבן הפינה אויף רוס שוהל פונעם ברך משה וועגן די סכנה וואס עס איז געווען יום טוב???). וועט זיך זיכער וואונדערן וואס איז געשעהן מיט ראדני? ווי אזוי איז דאס אזוי גרויס געווארן? אז די יום טוב ראש השנה איז די פאליש געווען פארמאכט און עס איז געווען טישן און בענק אין ביהמ"ד!!!!! און ראה זה פלא, א מופת אויף א מופת, נישט נאר ראדני אליינס איז גרעסער געווארן נאר די גאס אינדרויסן אויך! עס איז שוין געווארן גרעסער פון ראס סטריט!!!! ‎​
 
איך קען קוים ווארטן צו זעהן וואס די זאליס גייען טוהן נעקסטעס יאר ווען זיי גייען איינזעהן אז אפילו די קאווע סוכה פון ראדני קען דער יצמח פרקניה נישט אנפולן. איך האלט אז מ'טאר נישט טשעפענען די זאליס יעצט, לאז זיי אליינס פאלן. קיינער קען זיי נישט אזוי חרוב לייגן ווי זיי אליינס. מהרסיך ומחרביך ממך יצאו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/10/2011 11:58 לינק ישיר 

הדא היא דכתיב בור כרה ויחפריהו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/10/2011 03:49 לינק ישיר 

אוי ווי זיס איז דאס.

עס דערמאנט ווען פאר יאר די ביטערע ליגענטס פון די זאליס.

אז... אין ביהמ"ד קען מען עס נישט מאכן ווייל עס איז געווען א פייער...

וועגן דעם מאכן זיי עס אינדעראויסען אבער עס רירט יא אן די וואנט פונעם ביהמ"ד...

ווען די בידלונג דיפארמענט האט זיי עס געהייסען ריקן מיט 2 פיס ווייט פונעם ביהמ"ד עס זאל נישט אן רירען די ווענט פונעם ביהמ"ד, האבן זייי געלייגט א בית היענה האלץ וואס זאל פארדעקען אז עס רירט נישט אן..

רז"ל האט געשפילט פאליס גנבים, ווען ער האט זיך אריין געכאפט שנעל ווען קיינער האט נישט געזעהן אינעם נייעם שול עס דורך צו גיין, צו ווייזן אז עס נאר א פייער פראבלעם...

איצט היי יאר שטינקט שוין די פייער נאך אסאך שטערקער פון פאריאר, אזש אז מען קען עס נישט מאכן דארט, נאר מען מיז אוועק גיין גאנצע 2 גאסן פון דארט נישט צו שפירען דעם שרעקליכען געמיינעם פייער ריח...

ווי אזוי זאגט פערלשטיין אלעס בלייבט ביים אלטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/10/2011 01:06 לינק ישיר 

h





תוקן על ידי upstate1 ב- 06/10/2011 01:08:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מ'גייט סוכה-גלות ליידן צום צווייטן מאהל...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext