בית פורומים כל העולם כולו

5 יאר פין די ברוטאלע ארעסט אויף 26 אידן בעצם יו''ט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/10/2011 00:00 לינק ישיר 
5 יאר פין די ברוטאלע ארעסט אויף 26 אידן בעצם יו''ט

קומענדיגן שמיני עצרת ווערט אפגעצייכענט 5 יאר פין די אכזריות'דיגע ארעסט פין 26 בחורים אין יונגעלייגט וועלכע איז ליידער פארגעקומען בעצם יום טוב שמיני עצרת דורך בריונים וואס שטאמען ליידער מזרע ישראל

די נאצישע אקט איז בשעתו אביסל אויסגעמישט געווארען צווישן די אנדערע גרויסע העדליין'ס יענע צייט
אין איז קיינמאל ניטש געהעריגע אויסגעשמיסט געווארען ווי עס דארף צו זיין
אין א אשכול אויף היידפארק איז ווייט פין גענוג פאר אזא זאך
אבער לכה''פ למען ידעו דור אחרון איינס פין די שענסטע פרקים פין החזרת עטרה ליושנה פין די נועם המידות עפאכע וואלט געווען כדאי צו עפנען א אשכול דערוועגן

עס וועט די בילד נישט ארויסגיין פין די מאסען ציקוקער וועלכע האט אריינגענומען אנשים נשים וטף, צווישן זיי די מאמעס, ווייבער אין משפחה פין די אסורי ראדני
ווי מ'האט אן קיין שום ערנסטע סיבה ארעסטירט בעצם יום טוב לויט א פארלאנג פין די ''הויכע פענסטער'' די 26 אידן אין זיי ארומגעשיקט פין איין סטאנציע צום צווייטען ביז זיי זענען אנגעקומען צו סענטראל בוקינג אא''וו
נישט אויסזאגענדיג פאר די באזארגעטע עלטערן אין משפחה ווי אהין מען טראגט זיי אינטער א פארלאנג פין די העכערע פענסטער אנדערש ווי אנדערע ענליכע פעלער
לויט א אנגעגבענע ארדער האט מען זיך צו זיי אויפגעפירט ווי צו די געמיינסטע פארברעכער אן די מינימאלע מענטשליכע געברויכן ווער רעדט נאך פין כשר'ס צו עסן,
(נאך צענדליגע שעות האט מען זיי ענדליך איבערגעגבן די מזונות אין מילך וואס מען האט זיי אריינגלאזט נאך גרויס שתדלנות פין עסקנים הערשט שמחת תורה בייטאג ווען מ'איז ענדליך געוואר געווארען ווי מ'האלט זיי)
מען זיי אריינגעקוועטשט אין 2 פאליציי וועןס, - ניטאמעל בהמות פירט מען אויף אזא פארנעם
אין מ'האב זיי געהאלטן די ערשטע שטוק צייט אין 2 טינקעלע שטובער אן די מעגליכקייט זיך אויסצולייגן אפי' אויף דער ערד,
(זייערע שטריימליך אין היטן האט מען צאמגעפאקט אין גארביזש באקס ווי שמאטעס וואס האט געגרייכט אין הויכע געלט שאדעןס)

אויף די קלאגע וואס איז אינטערגעשריבן געווארען אונעם סאמע יום טוב דורך א פארטערעטער פין די א''ג קהילה דורך איינעם מיט בארד אין פיאות האט מען זיי אהערגעשטעלט ווי שעדליכע פארשוינען טראץ וואס די הארבסטע פאלטשע בולבול וואס מען האט אויף זיי ארויפגעשטעלט איז געווען אז זיי האבען ג'גנבט סידי'ס פין בית קויפמאן
(פאר וואס עס ווייסט, איז ניטמאל דא קאמפיוטערס אין בית קויפמאן, די אפיס פין די מוסרים איז א שטאק העכער בית קויפמאן)
אין מען האט זיי צילוב דעם חרוב געמאכט דעם יו''ט צווישן פינסטערע פארברעכער בוז מצאי יו''ט
(אויב געדענק איך גיט איז דאן געווען 3 טאג יו''ט, שמו''ע איז אויסגעפאלען דאנערשטוג)
ווען מען האט זיי ענדליך באפרייט דורך א ריכטער וועלכע האט זיי געגבן א דאטום צו ערשיינען פאר א פראצעס

עס ליינט זיך שווער אז אזא זאך זאל קענען פארקומען ביי אידן נאכדערצו וואס גייען מיט בארד אין פיאות
אינעם סאמע יו''ט אין אויף אזא אכזריות פארנעם, קעגן יונגלייגט שנה ראשונה אין בחורים אין די יארען,
וואס גרעניצט זיך מיט אכזריות אין רציחה שאין כדגמתו וד''ל
היינט צו טאגס ווען זיי האבען שוין אלע שטובער אין מ'קען שוין גרינגער פארציילן דערפון אין פריידן
קען מען נישט צירוק טראכטן ווי ווייט די קהילת המוסרים האבען זיך דערקייקעלט
די פרעכע שתיקה כהודאה פין די א''ג סמכות העליונה (ווער געדענקט די זשאוק?) פין די פורים בי''ד מיטן פעיקער רב
טראץ וואס מען זיי מודיע געווען וואס דארט איז פארגעקומען
וועט בלייבן לחרפה ולדראון עולם


תוקן על ידי היראים ב- 18/10/2011 00:05:18




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2011 00:16 לינק ישיר 

liner1 כתב:
די שטערן אדער די שפאקטיוו האט עס לעצטענס גיט באשריבען. איך ווייס נישט צו יעדער האט געכאפט אז מען רעדט פון די מעשה


די שטערן האט עס באשריבן
ביי אן ארטיקל ווי זיי האבען אינטערוויוט מענטשן וואס האבען מיטגעמאכט די אמעריקאנער תפיסה
ווי צווישן 5 אינטערוויוס האבען זיי אויך געהאט א שמיעסט מיט איינס פין די אסורי ראדני פין זייערע קאשמארען ביים צישטערטן יו''ט דורך די כת מוסרים
זיי האבען אבער גארנישט דערמאנט די מוסרים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/10/2011 00:53 לינק ישיר 

די שטערן אדער די שפאקטיוו האט עס לעצטענס גיט באשריבען. איך ווייס נישט צו יעדער האט געכאפט אז מען רעדט פון די מעשה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2011 00:33 לינק ישיר 

די אכזריות'דיגע רציחה האט גארנישט געהאט מיט די געשלעג וואס איז פארגעקומען יענעם אינדערפרי אין בית מדרש
פארקערט עס איז שוין דעמאלטס לאנג געווען שטוהל (די פרשה פאדערט א באזונדערע אשכול ועוד חזון)

די פראבלעם איז געווען
ווי באקאנט האבען זיי יענעם אינדערפרי געניצט די פראטעקציע פין די מציצה בפה פעטיציע חתימות
אין כדי צו ראטעווען ראדני פין אריינפאלען צו די ארונים האבען זיי אינטערגענומען די מאקסומים וואס זיי קענען אריינגעגרעכנט חילול יו''ט ארויסצושיקן די ארונים פין ביהמ''ד, זיי האבען אפי' פראבירט אנפאנג מיט הינט אין ענדליכס.
זיי האבען דאן געניצט די קאוד וואס זיי האבען א לאנגע צייט בעפאר אנגעגרייט פאר די לוי' פין רביה''ק בעל ברך משה, עס זענען דעמאלטס אויך אנגעקומען די בעריקעידס אין קרית יואל אין קיין שום סיבה.... (אין דאס האט געפירט דערצו אז סאטמאר איז געוואר געווארען פין די איינזייטיגע אפמאכען אינטערן טיש אין עס צושטערט כידוע)
אין דאס האט דאן אנגעברענגט הינדערעטער פאליציי פון מאנהעטןס הויפט קווארטירט כאילו מ'רעדט פין שוידערליכע ראיטען
וואס אויב די טאג וואלט זיך גענדיגט אן גרויסע ארעסטן וואלט די גרויסע פאלצייעשע טראסק אין אנוועזעהייט אויפגעדעקט די גאנצע אמת גרינגערהייט אין וואלט צובלאזען זייער גאנצע אויפגעבלאזענע פאבליק רילעישאן'ס פאר די פרעסע

ביז זיי זענען אויפגעקומען מיט די המצאה, אין די 26 בחורים וואס זענען געזיצן אין בית קויפמאן אין נישט געוואלט ארויסגיין ווען די די זאליס האבען זיי געהייסן זענען געפאלט קרבנות פאר די PR
טראץ וואס די מערהייט פין די בחורים זענען ניטעמאל געווען ארונים איז קיינער נישט אפגעשוינט געווארען איז די מידיע זאל קענען שרייבן אז ביי די שרעקליכע ראיאטען ווי מ'האט אנגעברענגט הינדערעטער פאליציי זענען 26 געווארען ארעסטירט
ווי די צייטונגען האבען טאקע ציטורט א טאג דערנאך פין די זאלי פאבליק ריליענשאן'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 5 יאר פין די ברוטאלע ארעסט אויף 26 אידן בעצם יו''ט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext