בית פורומים כל העולם כולו

פשיהא: זופניק קויפט אתרוג פון ישמח משה פאר רז"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/10/2011 00:27 לינק ישיר 
פשיהא: זופניק קויפט אתרוג פון ישמח משה פאר רז"ל

פשיהא - דער לעלו רעבע האט ווידער געכאפט די וועלט אין סורפרייז.

עס האט "פערצופאל" ארויסגעליעקט אז דער מולטי ביליאנער משה שמואל זופניק האט אפגעקויפט דעם ישמח משה'ס אתרוג פאר 65 טויזענט דאלאר. און עס געגעבן במתנה פאר רז"ל, במתנה גמורה שלא על מנת להחזיר.

דער אתרוג סוחר, עפעס אן אלטע מויד וועלכע איז געקומען פון אמעריקע פאר די קריג האט גאר קראנטע באווייזן אז די אתרוג איז פונעם ישמח משה אליינס און עס איז גענוצט געווארן אין שנת תקצ"ט, בלויז איין א האלב יאר איידער דער ישמח איז נסתלק געווארן לחיי העולם הבא.

מערערע אייניקלעך שווערן זיך אז ס'איז טאקע דעם ישמח משה'ס אתרוג. ווייל מ'טרעפט אין א בריוו אז דער ישמח משה האט עטליכע יאר געהאט אן אתרוג, און עס איז אן צווייפעל אז אויף דעם אתרוג האט דער הייליגער ישמח משה אתרוג געבענטשט בקדושה וטהרה.

אריבער 650 געסט פון ארץ ישראל זענען שוין געקומען צו פליען צו קענען זעהן דעם אתרוג. איבער א דאזען עקרות האבן זיך שוין געמאלדן זוכה צו זיין אראפצובייסן דעם פיטום פאר דעם סכום פון 15 א האלב טויזענט דאלאר.

עס הייסט אז ביי די געהויבענע הקפות, וועט רז"ל דאס יאר טאנצן אויך מיט'ן הייליגן אתרוג.

פרטים יבואו



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2011 17:17 לינק ישיר 

ווייסט דען נישט וואס ער וויל? ער איז שוין נאשעס זייט שבועות ער קען שוין דאס ברעכן מער נישט איינהאלטן איינהאלטן, נעקסט טיים כיי אים טוילעט, ווייל ווען עס פאסירט ברבים איז עס בזיונות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2011 05:49 לינק ישיר 

? וואס ווילסטו ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > פשיהא: זופניק קויפט אתרוג פון ישמח משה פאר רז"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext