| נשלח ב-23/10/2011 09:49 |
|
| |
צווייטע טעג יו"ט בצל הקודש פון רבינו שליט"א
איך בין דעם יו"ט ליידער נישט געווען בצל הקודש ביים רבי'ן שליט"א, אבער איין זאך איז אמאל זיכער, עס איז געווען א הערליכער יו"ט בכל פרטיה. וועט איר פרעגן פון וואנעט איך ווייס דאס, וועל איך אייך זאגן, איך האב א בליק געטון אין כל נערוני כולו פארום און איך האב געזען ווי זיי גיסן פעך און שוועבל אויף דעם יו"ט וואס דער "אויסגעשפילטער" ר' זלמן לייב האט געהאט, מוז זיין אז דער יו"ט איז געווען א העכסט סוקסעספולער.
איך בעט אבער אז ווער עס קען ברענגן א שטיקל באריכט פון דעם יו"ט פאר די אידן וועלכע האבן זיך נישט געקענט באטייליגן, זאל דאס ביטע אהערשטעלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2011 23:27 |
|
| |
| outspoken כתב: |  | וואס מאכט מען זיך נעריש, איך בין דארט געווען, ס'איז געווען כמעט ליידיג(אפילו מיט די סטעטדז פאר די ספר תורה'ס) ב''ה אלע זלונישע שולן זענען געווען אנגעפיעלט, אויך האט מען מחי' געווען אלע רבנים אין שטאט,
סאטמאר איז נישט קיין חסידות, ס'איז א הייפעלע ערליכע אידן וואס רירען זיך נישט פון די מסורה |
| איך האב נישט געוויסט אז אין סאטמער איז געווען א ענין צו לאזן ראדני ליידיג שמחת תורה ווייסט איינער צו אין ויואל משה אדער דברי יואל ווערט דערמאנט אזא זאך אדער רבינו הקדוש האט געוואלט עס זאל זיין אזוי
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2011 21:41 |
|
| |
סענעטאר; פארוואס צאנזער רב פארענט, און שיניאווער רב פון הונטן? פארוואס נישט פון די צוויי זייטן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2011 19:36 |
|
| |
מהאט געזוכט א צענטער צום מנין! איך האב אליינס געזעהן!
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2011 19:22 |
|
| |
וואס מאכט מען זיך נעריש, איך בין דארט געווען, ס'איז געווען כמעט ליידיג(אפילו מיט די סטעטדז פאר די ספר תורה'ס) ב''ה אלע זלונישע שולן זענען געווען אנגעפיעלט, אויך האט מען מחי' געווען אלע רבנים אין שטאט,
סאטמאר איז נישט קיין חסידות, ס'איז א הייפעלע ערליכע אידן וואס רירען זיך נישט פון די מסורה
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2011 17:02 |
|
| |
סענאטאר, עס איז געווען אזאלכע בושות אז דו ביסט שוין אויך געווארן א אהרוני?...
(געווענליך ווען איינער שרייבט מיט די שפראך פון דיין צווייטן פאראגראף, טענה'סטו אז יענער שפילט פארטיי. ודו"ק).
|
|
|
|
| נשלח ב-23/10/2011 10:05 |
|
| |
עס איז באמת געווען א פראכטפולער יו"ט. אנגעהויבן פון הושענא רבא. די ליכטיגע תפילות און דרשות פון רבי'ן. די הקפות שמיני עצרת אויפדערנאכט, ווען רבינו שליט"א טאנצט מיט די הייליגע ספר תורה פון דברי חיים. די תפילת גשם אין גרויסן ביהמ"ד אויף ראדני, וואו רבותינו הקודשים מרן הויואל משה און מרן בעל ברך משה האבן שופך שיח געווען במשך אלע יארן. דאס געזעגענען פון די סוכה מיט די הכנסת ספר תורה דערנאך. די נייע שנעלע הקפות, ווי הונדערטער אנ"ש מיט די תשב"ר האבן געטאנצט און זיך משמח געווען בשמחת התורה. די הערליכע הקפות מיטל נאכט. והעולה על כולנה די זעקסטע הקפה שמחת תורה אינדערפרי. און יעצט מוצאי יו"ט דער ריזן ציבור ביים נעילת החג און באגלייטן, טויזענטער אנ"ש האבן באלאגערט די גאסן ארום דעם ביהמ"ד אויף ראדני ביז ביתו נאוה קודש. ויו"ט היה עושים בצאתו בשלום מן הקודש, דעם רבי'נס אראפשפאצירן לענגאויס בעדפארד עוו. עם פניו המאירות וואונטשענדיג א גוטע וואך און א געזונטן ווינטער פאר די רבבות, ווען לידו שפאנען מיט אחיו הגה"צ אבד"ק זענטא שליט"א, הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א משמש בקודש אצל רבותינו הקדושים און הרה"ח ר' משה פריעדמאן דער משב"ק.
אויף די הערליכע דערהויבענע הקפות איז נישטא די ווערטער, אונז האמער געהאט דעם הייליגן דברי חיים זי"ע מיט'ן הייליגן שינאווער רב זי"ע ביי אלע דריי הקפות!, די מיט אפענע אויגן זאגן אז זיי האבן געזען דעם הייליגן דברי חיים זי"ע לויפן פארנט פון רבי'ן און דער הייליגער שינאווער רב זי"ע פון אונטערן רבי'ן ביי די זעקסטע הקפה צופרי! מלאכים און שרפים האבן זיך גע'הרג'עט ביי די קעפ צו קענען מיטהאלטן די הקפות אין דעם היכל הביהמ"ד בשעת דער רבי זי"ע מיטן ברך משה זי"ע מיט אלע אבות ארויף ביז נאכן ישמח משה שטייען אויפן באלעמער ווען הייליגע טרערן פון שמחה גיסט זיך פון זייערע אויגן! אשרי מי שזכה להיות באותו מקום באותו זמן! אשרינו מה טוב חלקינו!!!
 |
|
|
|
|
|