א גאנץ יו''ט האב מען ניטאמאל געהאט קיין צייט צו קיקן וואו אזוי אונזער באליבטער רבי זאלישעל פראוועט די אנדערע טעג סוכות אונעם אלטען געלן ראדני שוהל, מען איז געווען צו פארנימען צו שעפן אוצרות קדישה און חיזוק בצל הקודש פון אבינו רועינו כ''ק רבינו שליט''א
אצינד נאך יו''ט ווען מען הערט די גריסן וואו דער יו''ט איז פאריבער בצל פון דעם גארנישט הדור רבי זאלישעל רייסט זיך ארויס א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער, וואס מיר האבן נישט אנגענימען די אומגעבעטענע מתנה פון דעם שד בצירת אדם משה בן פראדל
תשנ''ט האט בן פראדל געוואלט געבן פאר סאטמאר א מתנה, ער האט געוואלט מאכן רבי זאלישעל פאר רבי, ער האט זיך געשווארען אז עס גייט קימען נייע צייטען, טעראר גייט זיך ספאנטאן אויפהערן, מען גייט מכבד זיין יעדעס רב, מען גייט ציריק ברענגן דעם קרוין קיין יושנה, א ליכטיגען נועם המידות עפאכע, די אור פונעם רבין זי''ע גייט אנפאנגען ציריק צו שיינען, עס וועט זיין סיהרא במלואה, איש תחת תאינתו ואיש תחת גפנו.
ממש משיח'ס צייטען,
סאטמאר האט דאן געזאגט פאר דעם בן פראדל א גרויסן ניין, דעם פשיהא מן הארץ, דער ניו יארק פאוסט אנגעליינטער, דער ווארשטען פרעסער, דער פראסטער ר זאלישעל זאלסטו געבן פאר די יאקאבאוויטשליך,
א רבי'ן דארפן מיר א צדיק און א גאון אזא איינער וואס פאסט זיך צו זיצען אויפן שטול פון רבינו הקוה''ט זי''ע ומרן רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע , און מיר האבן טאקע אויפגענימען רבינו הגה''ק שליט''א פאר אונזער רבי ומנהיג עד ביאת משיח,
אויף דעם דאנקען מיר און לויבן דעם הייליגען באשעפער אז מיר האבן געמאכט דעם ריכטיגן אויסוואל, נאך אזא יו''ט זעט מען עס ממש בחוש,
א צישויער לייגט אראפ וואו אזוי עס האט אויסגעקיקט ביי רבי זאלישעל דעם יו''ט,
קודם האט זיך תיכף בכניסת החג אנגעזען דער גרויסער גאסט, וואס באשיינט אלע זאליבאנשע צערעמאניעס, פון לייקוואד ביז אנטווערפן, פון וויליאמסבורג ביז קרית יואל, דאס איז הרב רבי תוהו ובוהו שליט''א דער פיסט און לעהר רבי שליט''א האט זיך באוויזען אונעם געלן ראדני טעמפל במלוא הדרו און ער האט תיכף אנגעהויבן מיט א שטארקייט, צו פארשפרייטען דארט זיין ליכטיקייט, דער לא אכפוס ליה האט דארט געדינערט, אדש אפי' דער טויבער ווייס האט א ציטער געטאן, דאס איז נישט געווען סתם א פיסטקייט דאס איז געווען א פיסטקייט וואס מען האט געקענט אנטאפן מיט די הענד, עס האט געהאט א ממשות, בכמות ובאיכות,
בן פראדל האט זיך ארום געדרייט מיטן געהויבענעם קאפ שלום צו נעמען פון אלע עשירים, אזוי ער האט זיך געפירט ווען ער איז נאך געווען א שטיקל יש, בהילו נר של הברך משה על ראשינו, נאכן זיך ארום דרייען 2 מינוט, און נישט האבן מיט וועם צו רייכן א האנט, חוץ דעם הויעכן שראל גאלדבערגער פון קר''י, האט ער זיך תיכף געמיזט ציריק דרייען צו זיין פלאטץ, און אריין גראבן זיין שד'אישער קאפ און איינער פון די מיליאנען גליונות וואס דאסקאל האט ארויס געגבן אויף יו''ט, להגדיל הטראסק,
און זיין ידיד י''י גאלד האט אים נאך צוגעוויזען די גראבער פינגער אויף ארויף, מיט א צינישער שמייכעל, און דער שד האט נעבאך געשימפט,
דאסקאל מיט שטויבער האבן געוויזען מיט הענט און מיט די פיס אז דער עולם זאל הייבן און טאנצען ביי די הקפות, און די יאקאבאוויטליך מיט די קווינס בויעס, האבן נישט געהאלטען ביים קאפארירן זיי האבן פשוט אנגעקיקט די צוויי וואו וואנזיגע מטורפים, און געמאכט דאס גענאר פון זיי .
דער טיפוש הדור ליפי קרויס איז ארום געלאפן דען גאנצען בית מדרש מיט די הענט אויפן פיסק, אז נען זאל מיינען אז עס איז דא מיליטערישע סודות, און פאליטישע חשבונות וועם יא מכבד צו זיין און וועמען נישט מכבד צו זיין,
ראטה מאער האט זיך בכלל נישט פארלוירן, ער איז געשטאנען אויפן באנק און ער האט מיט זיין ירושלימער חכמה זיך גוט אנגעטרינקען אזוי האט ער געזען יעדע מענטש 5 מאל במילא איז געווען די בית מדרש געפאקט, טיפיקל ירושלימער פקחות,
דער לעצטער לייב זריאללל האט זיך געשוואוירן ביי זיין זיין ברידער'ס חאצקאל'ס ציטערדיגע הענד אז און ארשעווע האט די רבי זי''ע אויך געהאט נאר אזא קליינע עולם,
דער איינציגסטער וואס האט באנימען דעם מצב מיט אביסל ריאלאטעט איז געווען אונזער אלטער ידיד, דער שפאטיווקער צדיק, ער איז געקימען קיין ראדני שמ''ת צופרי אונגאנצען באזאפן אויסצוגרעפצען די האלאפצעס וואס ער האקט שוין אן רחמניות פונעם נץ החמה משום חיבב מצווה, ער האט זיך גענימען שעלטען מיט טויטע קללות רבינו שליט''א וכל הקודש לנו, אז ער איז שילדיג אויף רבי זאלישעל 'ס אויסגעבלאזענע הקפות, ווייל ער נעמט אוועק דעם גאנצען עולם, און דער עולם זעט נישט איין אז ר' זאלישעל איז ממש די רביזכיתויאגןליינו אליינס,
די איייציגסטע זאך וואס רבי זאלישעל האט געהאט יו''ט איז געווען אז דער דברי חיים זי''ע איז אים געלאפן פון אונטען, און דער שינאווער רב פון פארנט,
וואס? איר גלייבט נישט? איר קענט פרעגען די צוויי פני וזקני העידה רבי יענקעלע גליק מיט קיטשי וואלי, זיי האבן עס זוכע געווען צו זען מיט די אויגען,
און זיי גייען טאקע זוכה זיין צו ליגען לעבן רבי זאלישעל און פאלאקס, אזוי להבדיל דער ראה''ק רבי משה ארי' האט זוכה געווען צו ליגען לעבן קדישת יו''ט ווייל ער האאט געזען דעם יטב לב זי''ע ביי די הקפות
תוקן על ידי מישמאש ב- 24/10/2011 20:20:42
תוקן על ידי מישמאש ב- 24/10/2011 20:22:33