חג הסוכות העעל"ט בצל הקודש
ליל א' דיו"ט
דעם ערשטן נאכט יו"ט איז מרן רבינו שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול ארום 45 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ. ביים זמן האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב ווי דער בעל תפילה איז געווען הרה"ח מוה"ר נח גפן שליט"א שו"ב ד'קהלתינו.
צוליב'ן רעגענדיגע'ר וועטער איז מען נישט אדורך זאגן גוט יו"ט פאר'ן רבי'ן שליט"א נאר דער רבי שליט"א איז ארויף אויפ'ן ארון הקודש ווי דער רבי האט געוואונטשן גוט יו"ט פאר'ן גאנצן ציבור ואף הם ענו כנגד המברך.
דער רבי שליט"א האט תיכף נאכ'ן דאווענען מעריך געווען שלחנו הטהור אין די סוכה ביתו נאוה קודש אלס דעם ערשטן נאכט יו"ט צוליב'ן וועטער, ווי דער ציבור איז אריבער געקומען צו די זמירות וד"ת.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט'ן פיוט האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר משה פאלקאוויטש הי"ו און מיט'ן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר ד'קרית יואל.
יום א' דיו"ט
דעם ערשטן טאג יו"ט אינדערפרי איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צום דאווענען אום 9:45. פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח מוה"ר שלום מאיר עקשטיין שליט"א, און צו שחרית און הלל איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד כנהוג, ווי דער רבי שליט"א האט געפראוועט עבודתו בקודש – די נענועים מיט א געהויבענעם פארנעם.
מיט די פתיחות ארון הקודש בעפאר קריאת התורה זענען מכובד געווארן מוה"ר משה נתן פישער הי"ו פון וויליאמסבורג, און מוה"ר שאול לייב זאלדאן הי"ו.
תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א, און נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל מענדלאוויטש הי"ו פון בעיסוואטער בן הרה"ח מוה"ר יושע מענדלאוויטש הי"ו משב"ק, ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
ליל ב' דיו"ט
תפילת מנחה דעם צווייטען טאג האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח מוה"ר עקיבא וויינשטאק הי"ו , און מעריב האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א ר"מ בישיבתיה"ק. נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער געגנאגען זאגן גוט יו"ט פאר'ן רבי'ן שליט"א.
ארום 10:30 איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין די סוכה הגדולה בחצר ביהמ"ד הגדול. מיט'ן פיוט פון מערבית האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א ראה"כ פון אנטווערפן.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' ברוך שליט"א חדב"ן ורב ביהמ"ד ויואל משה – ברך משה, און נאכ'ן טיש האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט טאנצן לרגל שמחת בית השואבה.
יום ב' דיו"ט
דעם צווייטן טאג יו"ט – ערש"ק איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו שחרית ארום 9:40. פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר אליעזר הערש הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קהלתינו מאנטשעסטער שליט"א וחדב"ן האדמו"ר מ'בית יצחק ספינקא שליט"א.
צו שחרית און הלל איז דער רבי שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד, און מיט די פתיחות ארון הקודש ביי קריאת התורה זענען מכובד געווארן הרה"ג ר' בעריש קאהן שליט"א ראה"כ פון אנטווערפן, און הר"ר יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ עטרת חכמים.
תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגה"צ ר' ברוך שליט"א חדב"ן ורב ביהמ"ד ויואל משה – ברך משה בקרית יואל.
•♦•
שב"ק חוה"מ
ליל שב"ק איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום דאווענען ארום 45 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ. תפילת מנחה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א נכד מרן רבינו שליט"א, און קבלת שבת האט געדאווענט פאר'ן עמוד מוה"ר שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו. און נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אדוירכגעגאנגען וואונטשן גוט שבת פאר מרן רבינו שליט"א.
ארום 10:50 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען פראווען שלחנו הטהור אין די סוכה הגדולה בחצר ביהמ"ד הגדול. מיט כל מקדש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב וראש ישיבתינו בבארא פארק, מיט מנוחה ושמחה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' הערש אפרים וואגשאהל שליט"א מ'לאנצוט קרית יואל.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט קה אכסוף האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר יעקב צבי פריעדמאן הי"ו פון וויליאמסבורג, און מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א.
עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הרה"ק המגיד מ'קאזניץ זי"ע וועמענס הילולא עס איז געפאלן אום ערב יו"ט, און דאן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם ציעשנוב'ער רב שליט"א צו דערציילן עובדות פונעם בעל הילולא.
מיט קה רבון עלם האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש שליט"א רב ביהמ"ד הלכה ברורה בקרית יואל, און מיט אז ביום השביעי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר יודא שטיין הי"ו פון אנטווערפן.
יום שב"ק – א' דחוה"מ
שב"ק אינדערפרי איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אום 9:30, פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח מוה"ר משה פאלקאוויטש הי"ו פון וויליאמסבורג, און צו תפילת שחרית און הלל האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה כנהוג.
מיט די פתיחות ארון הקודש בעפאר קריאת התורה זענען מכובד געווארן הרה"ח מוה"ר וואלף ראזענפעלד הי"ו פון וויליאמסבורג, און הר"ר נתן דוב שווארץ הי"ו. און תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח מוה"ר מאיר הירש הי"ו מראה"ק והמוסדות אין קרית יואל.
•♦•
מוצש"ק חוה"מ – ליל אושפיזא דמשה
מוצש"ק ליל ב' דחוה"מ ארום 10:45 איז דער רבי שליט"א ערשינען אין די סוכה הגדולה צום עריכת השלחן לכבוד אושפיזא דמשה רעיא מהימנא.
מיט די זמירות למוצש"ק און שיר המעלות האט צווישן אנדערן דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר יוסף משה שטויבער הי"ו, מוה"ר משה אלי' גראס הי"ו, מוה"ר משה יוסף שווארץ הי"ו, מוה"ר משה כהנא הי"ו, מוה"ר משה חיים גאלדשטיין הי"ו, מוה"ר משה אליעזר ניימאן הי"ו, און מוה"ר משה יוסף פריעדמאן הי"ו.
די תוכן דברות קודש פון די תורה וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט'ן בענטשן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנסי שליט"א.
יום א' – ב' דחוה"מ
מרן רבינו שליט"א איז ערשינען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול אום זונטאג חוה"מ ארום 9:30, תפילת שחרית האט געדאווענט פאר'ן עמוד מוה"ר שרגא גאנדל הי"ו, און תפילת ביי מוסף איז דער בעל תפילה געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' יואל בר"ב גלאנץ הי"ו, און דערנאך איז דער רבי שליט"א געגאנגען צום ביהמ"ד דברי חיים אין שכונת עצי התמרים ווי עס איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' עזריאל מאיר שעהנברוין הי"ו.
•♦•
ליל ג' דחוה"מ - אושפיזא דאהרן כהנא קדישא
זונטאג פארנאכטס איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף וויליאמסבורג, ווי עס איז צום ערשט פאהרגעקומען דער עריכת התנאים לרגל די שמחת האירוסין פון נכד מרן רבינו שליט"א – החתן בן בנו הגה"צ רב דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א חתן הגה"צ אב"ד דקהלתינו בארא פארק שליט"א, מיט בת האדמו"ר מ'ספינקא ב"פ שליט"א, וועלכע'ס איז פאהרגעקמען אין די סוכה בביתו נאוה קודש פון מרן רבינו שליט"א אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים שליט"א, אלס עדי התנאים זענען מכובד געווארן הרבני הנגיד מוה"ר מנחם גרשון לעבאוויטש הי"ו חבר הנהלת מוסדותינו הק' וויליאמסבורג און הרבני הנגיד מוה"ר אהרן יקותיאל ווייס הי"ו מנהל מחנה רב טוב ד'סאטמאר.
דערביי איז געזינגען געווארן ניגוני שמחה און עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס בדברי תורה און נאך.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א אינאיינעם מיט די חתן און מחותנים שליט"א ערשינען צום שלחן הטהור אין די פארגרעסערטע סוכה נעבן ביהמ"ד הגדול, אינאיינעם מיט'ן שמחת קריאת התנאים לרגל השמחה בחצרות קדשינו, ווי עס איז צוגעשטעלט געווארן א סעודה רחבה דורך הנהלת קהלתינו הק'.
ביי די שמחה האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד קהלתינו וויליאמסבורג שליט"א אבי החתן, דאן האט דער חתן שליט"א געזאגט דעם פשט'ל ווי מען האט אריינגעזינגען כנהוג. דאן האט הגה"צ בארא פארקע'ר רב שליט"א דער זיידע פון חתן אויפגעטרעטן מיט א דרשה לכבוד די שמחה, און דערנאך האט האדמו"ר מ'ספינקא שליט"א – אבי הכלה משמיע געווען דברי תורה לכבוד די שמחה.
מיט שיר המעלות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ מ'גלאגוב שליט"א, הגה"צ מ'טאמאשאווע שליט"א, און הרה''צ ר' ישראל ערענסטער שליט"א.
דערנאך האט מרן רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש. מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען דעם מחותן האדמו"ר מ'ספינקא שליט"א.
נאכ'ן בענטשן האט מען אויסגעבראכן אין א רקידה ווי דער רבי שליט"א איז אריין אין א טאנץ מיט די חתן און מחותנים שליט"א.
נאכ'ן טיש איז דער ציבור אריין אין היכל ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פאהרגעקומען דער גרויסארטיגער שמחת בית השואבה ווי עס האבן זיך משמח געווען חסידים ואנשי מעשה אינג און אלט פאר א לעגערע שעה. דער רבי שליט"א איז ערשינען צו די ריקודין עטליכע מינוט נאכ'ן טיש און איז געזיצן אויפן ארון הקודש און באאובאכטעט די ריקודין פאר א לענגערע צייט.
נאך א שטיק צייט האט דער רבי שליט"א פארלאזט דאס ביהמ"ד אויפן וועג אהיים און די ריקודין האבן ממשיך געווען פאר א לענגערע צייט.
יום ב' – ג' דחוה"מ
מאנטאג – דעם דריטן טאג חוה"מ איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו שחרית ארום 9:45 ווי דער בעל תפילה איז געווען מוה"ר פנחס אלימלך ווייס הי"ו.
ביי קריאת התורה האט דער רבי שליט"א געמאכט א מי שברך פאר נכדתו היולדת למז"ט, און תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר אליעזר הערש הורוויץ שליט"א. נאך מוסף איז דער ציבור אדורכגעגאנגען וואונטשטן מזל טוב פאר' רבי'ן שליט"א לרגל די שמחה במעון קדשו.
•♦•
ליל ד' דחוה"מ – אושפיזא דיוסף
ארום 10:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען מעריך צו שלחנו הטהור מאנטאג נאכט – ליל אושפיזא דיוסף צדיקא אין די סוכה הגדולה אין קרית יואל. מיט שיר המעלות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר יוסף יאקאב הי"ו, מוה"ר יוסף ווייס הי"ו, און הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א ר"מ ישיבה לצעירים. מיט ברכת המזון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף רוקח שליט"א חדב"ן.
יום ג' – ד' דחוה"מ
דינסטאג חוה"מ אינדערפרי איז מרן רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 9:40 און דער בעל תפילה איז געווען הרה"ח מוה"ר עקיבא וויינשטאק הי"ו. און ביי קריאת התורה זענען צענדליגער אנגעקומענע געסט פון אויסלאנד אדרויכגעגאנגען גומל בענטשן.
נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לר' שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו.
נאכ'ן דאווענען איז הגאון ר' אלי' שטערנבוך שליט"א ראב"ד אנטווערפן געקומען צו מרן רבינו שליט"א אויף א באזוך, ווען אין דער זעלבער צייט איז הרה"ג ר' יצחק ראלבאג שליט"א רב דק"ק אמסטערדאם.
•♦•
ליל הושענא רבא
דינסטאג נאכט – ליל הושענא רבא איז מרן רבינו שליט"א אנגעקומען אויף וויליאמסבורג ווי דער רבי שליט"א איז צו ערשט אריין בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול ווי עס האט באזוכט האדמו"ר מ'בית יצחק ספינקא שליט"א מקבל ברכת קדשו בפו"פ לקראת יום הושענא רבא.
אום 9:45 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו קריאת משנה תורה, און באלד דערנאך איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור לרגל ליל הושענא רבה – אושפיזא דדוד אין די סוכה הגדולה ע"י בית מדרשינו הגדול.
גאהר דערהויבן און התעוררות'דיג איז פאראיבער דער טיש, ווי עס זענען געזינגען געווארן ניגוני דביקות והתעוררות לרגל היום, דערביי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מיט שיר המעלות הגה"צ אבד"ק מאגרוב שליט"א, הגה"צ מ'טשענסקאוויץ שליט"א, און הרב חיים דוד לויפער שליט"א פון בארא פארק, מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הב' דוד בן הגה"צ ר' חיים צבי שליט"א אב"ד סיגוט.
נאכ'ן טיש איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו אמירת ספר תהלים אינאיינעם מיט'ן ציבור וועלכער האט זיך פארצויגן ביז ארום 3:30 פארטאגס.
יום הושענא רבא
הושענא רבא אינדערפרי האט דער רבי שליט"א געזעגענט אנשי שלומינו אורחים פון אויסלאנד וועלכע זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אויף די צווייטע טעג, און ארום 11:30 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית ווי דער רבי שליט"א האט פאהרגעדאווענט פאר'ן עמוד כנהוג, מלובש מיט די טלית און קיטל פון דודו מרן רביה"ק זי"ע בעל דברי יואל.
די תוכן דברות קודש פון די דרשות וואס מרן רבינו שליט"א האט משמיע געווען בעפאר אמירת ההושענות וועט אי"ה נאכפאלגן.
מיט פתיחה בעפאר קריאת התורה איז מכובד געווארן מוה"ר יואל יאקאב הי"ו פון ירושלים עיה"ק, און נאך ווי דער רבי שליט"א האט עולה געווען לתורה זענען ווידער צענדליגער געסט פון אויסלאנד אריבער געגאנגען גומל בענטשן.
תפילת מוסף האט געדאווענעט פאר'ן עמוד הגה"צ ר' חיים צבי מייזליש שליט"א ראש ישיבתינו בבני ברק, און באלד דערנאך האט מען געדאווענט מנחה ווי דער בעל תפילה איז געווען מוה"ר שלמה זלמן שטיין הי"ו משב"ק.
עס איז שוין געווען נאהנט צום זמן הדה"נ ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אין די סוכה פארנט פון ביהמ"ד אויף הופער סטריט צום עריכת השלחן לרגל יום הושענא רבא ווי דער רבי שליט"א האט מכבד געווען הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ מ'סלאטפינא שליט"א מיט'ן פיוט פון תתננו, און הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ מ'סלאטפינא מיט ברכהמ"ז.
•♦•
גאהר א קונצליכער ארבעט האבן די משמשי און עסקני קהלתינו הק' באוויזן אין די קורצע צייט פון נאך תפילת מוסף פון מרן רבינו שליט"א ביז'ן זמן אויסצושטעלן דאס ביהמ"ד הגדול צו זיין פולקאם גרייט צו די תפילות און עריכת ההקפות פון ליל שמיני עצרת.
אזוי אויך האט דער איבערגעגעבנער ועד האש"ל געארבעט איבערמידליך ביזן זמן פון יום טוב צו פלאצירן די פולע אנגעקומענע געסט און מסדר געווען פאר אש"ל מלא אין אכסניות און צום שלאפן אינעם בנין הבית רחל – בנין ריספלער וועלכער הנהלת מוסדותינו הק' האט צוגעשטעלט אלס מקום לינה, און די זאלן פון מנוחה ושמחה אין בנין הת"ת ווי די געסט זענען סערווירט געווארן מיט ברייטע סעודות שב"ת ויו"ט – חוץ פון די הונדערטער דירות וועלכער זענען געדינגען און פארדינגען געווארן דורכ'ן וועד וועלכער האט ארפגעלייגט א מייסטערהאפטיגע ארבייט בס"ד, ותשוח"ח להם.
•♦•
ליל שמיני עצרת
עטוואס מער ווי 2 שעה נאכ'ן זמן הדה"נ איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו מעריב אום ליל שמיני עצרת ווי עס האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרבני הנגיד מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק דקהלתינו הק'.
גאהר דערהויבן איז געווען דאס אפרעכטן די עבודת הקודש פון מרן רבינו שליט"א ביי די געהויבענע הקפות אנגעהויבן פון אתה הראית, ביז די זיבעטע הקפה וואס איז פארענדיגט געווארן ארום 11:30.
ארום 1:15 אויפדערנאכט איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין היכל תהילת יהוסף ווי דער רבי שליט"א האט מכבד געווען הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אין לאנדאן מיט'ן פיוט.
ביי די תורה האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף די פסוק והיית אך שמח לרבות ליל יו"ט האחרון של חג לשמחה, און אויסגעטייטש בדרך רמז בהקדם פון ייטב פנים אז שמיני עצרת איז על שם העתיד אין די רמז פון די טפחים אין די סוכה וואס איז צוזאמען ט"ו טפחים כמנין י-ה און די פערצן סעודות פון סוכות מיט די סעודה ליל שמ"ע וואס באטרעפט אויך כמנין י-ה א רמז אויף די נאמען פון אייבערשטן ווי ס'שטייט פון אריה"ק ביום ההוא יהי"ה ה' אחד, אז לעתיד וועט דעם אייבערשטנס נאמען זיין י-ה י-ה.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' חנני' יו"ט ליפא שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק'.
יום שמיני עצרת
ביום שמיני עצרת אום 10:50 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו שחרית, פסוקי דזמרה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנסי שליט"א, און צו שחרית און הלל האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה.
מיט פתיחה בעפאר קריאת התורה איז מכובד געווארן הרה"ג ר' לייבוש טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ד'קרית וביהמ"ד ויואל משה. און ביי קריאת התורה האט דער רבי שליט"א געמאכט א מי שברך פאר הגה"צ ר' ישעי' יעקב בן ריזל פארטוגאל שליט"א ולרפו"ש בן האדמו"ר מ'סקולען שליט"א, וועלכער איז אצינד זקוק לרחמי שמים מרובים.
נאך יזכור איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד צו תפילת גשם, ווי מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרבני הנגיד הטפסר מוה"ר מאיר זעליג ריספלער הי"ו.
נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער קידושא רבא דורך מרן רבינו שליט"א לכבוד כל הקהל הקודש און פאר די חשובע געסט אין די סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול.
נאך עטליכע ניגונים לכבוד יו"ט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט אויף די פיוט אמונים אשר נאספו, אויסטייטשנדי'ג מיט א ווארט פון הייליגן קדושת יו"ט יהי חסדך ה' עלינו כאשר יחלנו לך, אז ס'איז א מליצה ישרה אויף אידן יעדע יאר ווען מען טוט תשובה אז די מקטריגים זאלן נישט זאגן אז פאר א יאר האט מען אויך צוגעזאגט און מען האט נישט געהאלטן, ווייל מען זעט יעדע יאר זאגט מען לשנה הבאה בירושלים און אפילו מען האט נישט זוכה געווען צו די גאולה גלייבט מען נאך אלץ.
ביים טיש בביתו נאוה קודש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען נכדו הר"ר חיים הערש אשכנזי שליט"א חתן הגה"צ אב"ד דקהלתנו ב"פ שליט"א מיט'ן פיוט, און מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען חדב"ן הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א רב ביהמ"ד אוהל פיגא.
אום 6:00 אזייגער נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א געדאווענט מנחה בביהמ"ד סיגוט שע"י ביתו נאוה קודש, און דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה ביים ביהמ"ד הגדול צום טיש לרגל פרידה מהסוכה.
נאך עטליכע ניגוני שמחה האט אריינגעברענגט פירות צום טיש און דער רבי שליט"א האט געווארפן עפל וועלעכעס איז פארטיילט געווארן דורך די עסקנים מיט א געניטע סדר.
ביי די דברות קודש האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויפ'ן מדרש אתה אמרת והשענו תחת העץ חייך אני פורע לבניך מצות סוכה, אויסטייטשנדי'ג מיט אן הקדמה פון ישמח משה וואס זאגט אז א צדיק וחסיד מפורסם מעג זיך מוסר נפש זיין אויף אלע עבירות נישט נאר אויף די דריי עבירות חמורות, און נאכזאגנדי'ג דעם זרע קודש אז סוכות איז משפיע דעת האט דער רבי שליט"א מוסיף געווען אז ס'איז משפיע דעת מען זאל וויסן די עיקר חיות פון א מענטש איז נאר תורה ומצוות.
נאך ווי דער רבי שליט"א האט בקול חוצב להבות אש פאהרגעזאגט לשנה הבאה בירושלים האט מען זיך א לאז געטאהן אין א רקידה אריין אין היכל ביהמ"ד הגדול ווי עס האט שוין דאן אפגעווארט דער ריזן ציבור וועלכע האבן צוליב'ן געדרענג נישט געקענט מיטהאלטן דעם פרידה פון די סוכה, און אנכאפענדיג בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאמסבורג שליט"א און הגה"צ ראש ישיבתינו בבני ברק שליט"א האט דער רבי שליט"א עטליכע מאהל ארום געטאנצן אינעם ביהמ"ד ווען דער עולם טאנצט לכבוד יו"ט.
דאן איז דער רבי שליט"א ארויף אויפן בימה וואונטשן א גוט יו"ט פאר כל הקהל הקודש, און דערנאך פארלאזט דאס ביהמ"ד הגדול, און מען האט אנגעהויבן צוגרייטן צו די מעמד "קינדער הקפות" פאר די הונדערטער ילדי תשב"ר תלמידי מוסדותינו הק' פון איבעראל.
•♦•
ליל שמחת תורה
נישט לאנג בעפאר חצות איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו מעריב ווי עס האט געדאווענט פאר'ן עמוד הרה"ח מוה"ר יושע מענדלאוויטש הי"ו משב"ק, און דאן האט מען אנגעהויבן די עבודת ההקפות.
בשעת די "הקדמה" האט דער רבי שליט"א עטליכע מאהל מפסיק געווען מיט דברי תורה:
צו ערשט האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויפ'ן חרוז ידיד נפש אב הרחמן משוך עבדך אל רצוניך, זאגנדי'ג א טעם אויף די ענין פון ריקודין מיט די ווערטער פון רש"י אין פ' בשלח אז דער אויבערשטער כביכול נעמט אידישע קינדער אויף די הענט זיי צו באשיצן אזוי ווי א טאטע באשיצט א קינד, און ווי דער פסוק זאגט ואנכי תרגלתי לאפרים קחם על זרועותי, דאס איז דער ענין פון טאנצן אונז בעט מיר השי"ת משוך עבדך אל רצוניך ס'זאל זיין א בחינה פון קחם על זרועותי.
שפעטער האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף די חרוז הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומך אויסטייטשנדיג בדרך רמז אויפן בנין ביהמ"ק פון לעתיד.
ביי די דריטע מאהל תורה האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף די חרוז בראשית תורתך הקדומה רשומה חכמתך הסתומה, און דער פסוק וידבר משה א'ת מ'ועדי ה' א'ל ב'ני י'שראל וואס דער חתם סופר זאגט דעם רמז אז ס'איז ר"ת אב"י אמ"י, און דער רבי האט עס מסמיך געווען צום זוה"ק אז די אבות קומען אראפ פון גן עדן בזמן שמחה, און דער רבי האט נאכגעברענגט פון ספרים אז ס'איז דא צדיקים וואס זענען א בחינה פון א טאטע זיי זענען מרביץ תורה און ס'איז דא צדיקים וואס זענען א בחינה פון א מאמע צו זארגן פאר די צרכים פון אידישע קינדער און ס'איז דא צדיקים וואס זענען א בחינה פון ביידע ווי מען זעט ביי מרדכי הצדיק ער איז געווען א דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו.
און דערביי האט דער רבי שליט"א געזאגט די ענין וואס די צדיקים קומען אראפ ווייל אויבן אין הימל זעט מען אז אלעס איז גוט, דערפאר קומען זיי אראפ צו זען ווי אזוי די אלע פראבלעמען קוקן אויס דא אונטן, און דער רבי שליט"א האט דערמאנט דעם ווארט פון הייליגן תפארת שלמה אז הרחק לא תרחיקו ללכת העתירו בעדי, אז ווען די צדיקים גייען צוריק ארויף זאלן זיי געדענקן אונזערע פראבלעמען.
אום 5:00 אזייגער באשמורת הבוקר האט דער רבי שליט"א געעדינגט די געהויבענע הקפות.
ביי די סעודת יו"ט בביתו נאוה קודש האט דער רבי שליט"א געזינגען דעם פיוט און מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו פון אויסטראליע.
•♦•
יום שמחת תורה
שמחת תורה בייטאג האט אין ביהמ"ד הגדול געהערשט א געניטע סדר צוגעשטעלט דורך העסקנים החשובים שיחיו ובראשם אחים וויינבערגער שיחיו מיט די עליות לתורה ווי דער ציבור האט אין דער קורצע צייט געהאט די מעגליכקייט עולה צו זיין צו די תורה, און אזוי אויך איז פארקויפט געווארן און פאהרגעקומען א "כל הנערים" יעדע האלבע שעה.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
אום 1:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א – נאך א קורצע הפסקה – אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אתה הראית, און אנגעהויבן די עבודת הקודש פון די הקפות וועלכע'ס האט אנגעהאלטן ביז ארום אנדערהאלבן שעה צום זמן פון שב"ק.
אויך דא האט דער רבי שליט"א בשעת די הקפות עטליכע מאהל מפסיק געווען צו זאגן תורה כנהוג.
קודם האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויפ'ן חרוז פון ידיד נפש אב הרחמן משוך עבדך אל רצוניך, אויסטייטשנדי'ג אלס א תפלה צו השי"ת אז ער זאל אונז אויפהייבן פון דעם טיפן זומפ וואס מיר געפינען זיך אין דעם ביטערן גלות, און דאס איז דער ענין פון די ריקודין.
שפעטער האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף די חרוז הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומיך און ארומגערעדט התעוררות בענין לימוד התורה, נאכזאגנדי'ג פון טאטן – מרן רביה"ק ז"ל אז דער שמחת התורה דארף זיין מיט א קבלה צו לימוד התורה און נישט זיין א בר בי רב דחד יומא.
שפעטער האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף די חרוז בראשית תורתך הקדומה און אויסגעטייטשט בענין תשובת הרבים וואס ווערט גערעכנט ווי תשובה מאהבה.
בעפאר די זעקסטע הקפה האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש – דברי התעוררות ווי דער רבי האט אויסגעטייטש א פסוק אין פ' ויצא וישא יעקב רגליו, וואס רש"י זאגט כשהובטח בשמירה נשא לבו את רגליו, און דערביי האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט וועגן שמירה בעניני קדושה, און דערמאנט דעם פסוק וואס מען זאגט ביי די זעקסטע הקפה "שגיאות מי יבין מנסתרות נקני, גם מזדים חשוך עבדך אל ימשלו בי אז איתם ונקיתי מפשע רב" און דער רבי האט געזאגט יעדער דארף אריינטראכטן אין די פירוש המילות און זען ווי ער געפינט זיך אין דעם פסוק בעניני קדושה.
גאהר גרויס איז געווען די שמחת התורה אינאיינעם מיט די התעוררות רב ודבקות עצומה ביים גאנצן ציבור בעת דער רבי שליט"א האט אפגעראכטן די עבודה ביי די זעקסטע הקפה און בשעת מעשה געמאכט די "נענועים, מיט די ס"ת כמנהג בית אבותיו זי"ע.
קריאת התורה און תפילת מוסף האט מען געדאווענט אין היכל תהילת יהוסף צוליב וואס דאס ביהמ"ד הגדול האט תיכף אנגעהויבן צוגערישט ווערן אויף שב"ק.
דער רבי שליט"א האט עולה געווען און געליינט די קריאה פון חתן תורה, און חתן בראשית האט עולה געווען הרבני הנגיד מוה"ר יצחק ראזענבערג ה"ו ס. ראה"ק. דער בעל תפילה פון מוסף איז געוען מוה"ר אברהם משה לעבאוויטש הי"ו פון אויסטראליע.
דעם סעודת יו"ט האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן פריוואט בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי שליט"א האט געזינגען דעם פיוט פון ששו ושמחו.
•♦•
ליל שב"ק
א שעה נאכ'ן זמן הדה"נ איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה ווי עס האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א. קבלת שבת האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגה"צ ר' דוד דוב שליט"א חדב"ן ורב ביהמ"ד אוהל פיגא בקרית יואל. נאכ'ן דאווענען איז דער רבי שליט"א ארויף אויפן ארון הקודש ווי דער רבי שליט"א האט געוואנטשטן דעם ציבור בברכת גוט שבת.
אום 10:15 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום טיש אין היכל תהילת יהוסף. מיט כל מקדש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר יואל מייזליש שליט"א פון ירושלים עיה"ק בן הגה"צ ר' חיים צבי שליט"א ראש ישיבתינו בבני ברק, און מיט מנוחה ושמחה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הר"ר יואל מייזליש שליט"א פון וויען-עסטרייך בן הר"ר יוסף שליט"א.
ביי די תורה האט דער רבי שליט"א זיך געשטעלט אויפ'ן שילוב סוף התורה לתחלתה און אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מאכילין הקל הקל תחלה.
מיט קה אכסוף האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יוסף דוד שנעעבאלג שליט"א ראה"כ כולל דברי יואל בארא פארק ודומ"ץ טשערנאוויץ, און מיט קה רבון עלם האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הגה"צ אב"ד ספינקא – בעיסוואטער שליט"א.
מיט ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' יקותיאל יודא מייזליש שליט"א דומ"ץ בקהלתינו הק' אין בארא פארק, עובדות וסיפורים האט דער רבי שליט"א דערציילט פון הייליגן קול ארי' זי"ע וועמענס הילולא עס געפאלט די וואך. און מיט אז ביום השביעי האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ג ר' מנחם צבי כהנא שליט"א בן האדמו"ר מ'קארלסבורג שליט"א.
יום שב"ק
ארום 9:45 איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום דאווענען. אלס בעל תפילה ביי פסוקי דזמרה איז געווען הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו הק' אין מאנסי, און ביי שחרית איז געווען הגה"צ ר' יואל שליט"א בן מרן רבינו שליט"א ורב ביהמ"ד בית ברוך בקרית יואל.
תפילת מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א, און נאכ'ן דאווענען איז פאהרגעקומען דער ברית לבן הנולד לידידינו ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו ווי דער רבי שליט"א איז געווען סנדק און מוהל.
דעם סעודת יום שב"ק האט דער רבי שליט"א געפראוועט אין ביהמ"ד שע"י ביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די אורחים פון אויסלאנד. מיט ברוך ה' יום יום האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר ישכר יאקאב הי"ו מנהל מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק, מיט ברוך א-ל עליון האט דער רבי שליט"א מכבד געווען מוה"ר זלמן לייב שווארץ הי"ו פון בני ברק.
דאן האט דער רבי שליט"א מכבד געווען די אורחים פון ארה"ק מיט א ניגון לכבוד שב"ק און דערנאך די אורחים פון ענגלאנד.
ארום 45 מינוט נאכ'ן זמן הדה"נ איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל תהילת יהוסף צו תפילת מנחה ווי דער בעל תפילה איז געווען הרה"ח מוה"ר מרדכי הערקאוויטש הי"ו פון קרית יואל, און דאן איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין היכל ביהמ"ד הגדול צו סעודת רעווא דרעווין אינאיינעם מיט נעילת החג.
אין א בחינה פון עמודים צפופים איז דער היכל ביהמ"ד הגדול געווען מלא וגדוש מן הקצה אל הקצה במלוא מובן המילה עד אפס מקום מיט תלמידים וחסידים, און דער דערהויבענער טיש האט געשלאסן א דערהויבענער יו"ט וועלכער איז אוממעגליך אויפן שפאלטן פונעם באריכט אראפצושילדערן פאר די וואס האבן נישט געהאט די זכי' מיטצוהאלטן דעם פארגאנגענעם יו"ט בצל הקודש.
מיט אודה האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח מוה"ר בערל פריעדמאן הי"ו ראש הקהל, מיט שיר המעלות האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח מוה"ר אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר ד'קרית יואל, מיט ידיד נפש האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח מוה"ר יצחק ראזענבערג הי"ו ס. ראה"ק, און מיט א-ל מסתתר האט דער רבי שליט"א מכבד געווען הרה"ח מוה"ר דוד עקשטיין מראה"ק קרית יואל.
דאן האט דער רבי שליט"א געבענטשט און הערשט דערנאך משמיע געווען די דברות קודש דורכ'ן מייק.
ביי די דברות קודש האט זיך דער רבי שליט"א געשטעלט אויף די חרוז הגלה נא ופרוס חביבי עלי את סוכת שלומיך, און אויסגעטייטש בדרך אגדה ומוסר ארויסברענגנדיג דעם שווערן דור וואס מען לעבט און די איינציגסטע עצה זיך צו האלטן ביי אידישקייט איז דורך לימוד התורה.
דערנאך האט דער רבי שליט"א כנהוג פאהרגעלערנט די גמרא אין מס' ברכות דף ט"ז און געזאגט הערליכע בליציגע טייטשן אויף די גמרא פון תלמוד בבלי און דערנאך פון תלמוד ירושלמי.
עס איז שוין געווען ארום 3 שעה נאכ'ן זמן מוצש"ק ווען דער רבי שליט"א האט זיך געשטעלט דאווענען מעריב און דערנאך געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער רבי שליט"א ארויסגעקומען אויפן באלקאן פון ביהמ"ד הגדול אויף קענט עוו. ווי עס האט שוין אפגעווארט דער ריזן ציבור פון אלפי תלמידים וחסידים אנשים נשים וטף וועלכע האבן געווארט צו הערן ברכת קדשו פון רבי'ן שליט"א.
פיהל מיט עקסטאז האט מען מקבל פנים געווען פני כ"ק מרן רבינו שליט"א ווען דער רבי איז ערשינען אויפן באלקאן און נאך עטליכע מינוט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש (זעה בייגעלייגט).
-אשרי עין ראתה כל אלה-
-אשרי העם שככה לו-
•♦•
היינט אינדערפרי האט מרן רבינו שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל ווי דער רבי שליט"א האט געלייגט תפילין פאר הבחורים חתני הבר מצוה, הב' בן מוה"ר אלי' געטטער הי"ו פון בארא פארק, הב' בן מוה"ר יצחק פנחס גלאנצער הי"ו פון קרית יואל, הב' בן מוה"ר בערל שטיין הי"ו פון קרית יואל, הב' בן מוה"ר נתן בנימין לאנדא הי"ו פון קרית יואל, הב' בן מוה"ר משה יצחק שטיין הי"ו פון וויליאמסבורג, הב' בן מוה"ר מענדל אפענהיים הי"ו פון קרית יואל, און הב' בן מוה"ר יחיאל אלימלך ווייס הי"ו פון וויליאמסבורג.