בית פורומים אידישע געדאנק

פרשת בתי וורשא- גור

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/10/2011 16:10 לינק ישיר 
פרשת בתי וורשא- גור

טייערע ברידער, די חומה פון ירושלים של מטה טרייסלט! אויפן סאמע לעצטן פעסטונג פון די דורות לאנגע קעמפער פאר די תורה הקדושה און פשרה-לאזע אידישקייט אין עיר הקודש דראעט א הירוס וחורבן רח"ל!

אינדערמיט פונעם ברויזנדן ים פון כפירה ומינות וועלכע בוזשעוועט מיט מאסיווע כוחות און שלינגט איין נאך און נאך, שטייט דאס אינזעלע "מאה שערים" ווי אן אייגענע זעלבסטשטענדיגע אויטאנאמיע און ראנגלט זיך מיט אלע קרעפטן קעגן די ווילדע כוואליעס וועלכע שטורעמען אן אויפהער. אירע איינוואוינער קעמפן טאג נאך טאג, שעה נאך שעה און מינוט צו מינוט מיט מסירת נפש ממש קעגן די אלע וועלכע ווארפן זיך אויף איר איר גענצליך צו פארפלייצן.

די געוואלדיגע גייסט קדושה וטהרה און קאך פון קנאות עד כדי מסירות נפש, וועלכע די תורה-ריזן, די גדולי ירושלים האבן דארט מיט בלוט און פייער אנגעצינדן מיט הונדערטער יארן צוריק, פלאקערט נאך אין הארצן פון די "מאה שערים" אידן ביזן היינטיגן טאג. אט דער אש קודש - וועלכע גאר ווילדע קרעפטן פרובירן צו דערשטיקן און פארלעשן מיט אלע מיטלען - ברענט נאך עד לב השמים אין די צושטופטע "מאה שערים" געגנט, און גיסט זיך אריבער ווייט איבער אירע גרעניצן.

אט דארט אין די באשיידענע געסעלאך, הייזעלאך און שטיבעלאך, קאכט און זידט אויפן העכסטן פארנעם די מלחמת הקודש קעגן יעדע פירצה בחומת היהדות ביי קינד און קייט, זקנים עם נערים. פון אט דעם שטח - וועלכע איז טאקע פיצל בכמות אבער ריזיג באיכות פון איבערגעפילטע הערצער מיטן אלטן שלהבת דקדושה - גייט ארויס שטענדיג דער הילכיגער דבר ה' מירושלים, די בלוטיגע וויי געשרייען קעגן אלע בייזע ווינטן פון כפירה ומינות, טומאה וזוהמא רח"ל.

דארט אין דעם אפגעזונדערטן אינזעלע וועט איר געפינען די וואויל-באקאנטע בני ציון היקרים וועלכע טראגן די פאן פון "מי לה' אלי" אין די שווערסטע און געפארפולסטע זמנים. דארט דרייען זיך ארום די מסירת נפש אינגעלייט וועלכע ווארפן זייערע גופים קעגן גרויזאמע טראקטארן באשיצנדיג קברי קדמונים ראשונים כמלאכים; וועלכע פינסטערן אפ אין די ציוני'סטישע תפיסה קעלערן פארן זיך אננעמען פאר כבוד שמים; וועלכע לאזן שפאלטן די קעפ, בריען די הענט, צופליקן איברים דורך די רשעות'דיגע נאצי-הענטשוך פון די ציוני'סטישע געסטאפא.

"מאה שערים" דער גולת הכותרת און קרוין פון ישוב הישן, דאס איז דער ביין אין האלז פאר די ציוני'סטישע מרידה, וועלכע לאזט נישט פארפולקאמען זייערע ביטערע גזירות און שמדיות איבערן ישוב. דאס שטעכט אריין טיף אין די פארשאלטענע באוועגונג נישט לאזנדיג זיי זיך צופירן די הענט און טאן ככל העולה על רוחם. "מאה שערים" איז דער מטה אלקים וועלכע שלאגט די מכות אויף די נוגשי פרעה און צושטערט זייערע בייזוויליגע פלענער פון אפמעקן דעם חרדי'שן אידנטום (היל"ת).

"מאה שערים" האט באוויזן אנצוהאלטן קדושת ירושלים גענוי ווי אמאל, דעם אלטן חן און ברען אן קיין שינוי כל שהוא. אין אירע מויערן האט זיך אפגעהיטן דער פך של שמן ס'זאל בלייבן שמן זית זך אן קיין שום תערובות זר, סולת נקי' אויפן אמאליגן וועג. די צניעות וואס מ'זעהט דארט זעהט מען נישט אין די גאנצע וועלט, די הסתפקות במיעוט, דעם באשיידענעם לעבנס שטייגער, די אפגעהיטנקייט אויף יעדע קלה כבחמורה, די שטארקע אפגעזונדערטקייט פון די אלגעמיינע גאס, דאס איז עפעס וואס "מאה שערים" איז אייגנארטיג, זי איז די סעמפל אויף וועלכע די גאנצע אידישע וועלט קוקט וויאזוי א אידישע שטעטעלע דארף אויסזעהן.

און דאס קען דער בעל דבר בשום אופן נישט צוקוקן, און זיינע שליחים - ליידער אידן מיט בערד און פיאות - זענען אויפן וועג עס חרוב צו מאכן רח"ל, זי איז אצינד אונטער א באלאגערונג פון באוואפנטע חברה מיט העק און שפיזן איר צו פארניכטן (היל"ת), וועלכע מיר טארן נישט דערלאזן בשום פנים ואופן!

*

ביים סאמע גרעניץ פון "מאה שערים" שטייט מיט שטאלץ די "בתי ווארשא", אדער ווי זי ווערט גערופן "די ווארשעווער הייזער", דאס איז די חומה בצורה וועלכע שיצט אויף מאה שערים, זי איז ווי דער ענן ביים ים סוף וועלכע כאפט אריין אלע חצים ובליסטראות וועלכע ווערן געשליידערט אינעם ריכטונג פון די ערליכע מחנה יראי ה', שוין איבער הונדערט יאר וואס זי שטייט אויף די וואך אלס פאנצער ווי א געטרייער היטער נישט צולאזן קיין פרעמדע ווינט אריינדרינגען אין די הייליגע מאה שערים געסלאך.

ווען די אלטע הייזער פון "בתי ווארשא" וואלטן געקענט רעדן וואלטן זיי געהאט צו פארציילן אן א שיעור, זיי וואלטן אייך געשילדערט פון די שווערסטע שלאכטן צווישן די כוחות הקדושה און די כוחות הטומאה אויף וועלכע זי איז עדות, הפגנות און פראטעסטן פון טויזנטער אנשי ירושלים קעגן אלע גזירות רעות פון די ציוני'סטישע משתלטים, רציחות און בלוט-פארגיסונגען פון די אכזריות'דיגע פאליציי איבער אומשולדיגע אידן. די ווילדע פערד וועלכע האבן זיך געיאגט אויף איר געסל צו צוטרעטן די פרידליכע מוחים וועלכע האבן זיך ארויסגעשטעלט למען כבוד שמו יתברך, און די הייליגע בלוט וואס ס'האט זיך געגאסן איבער אירע טראטוארן פון די רשעות'דיגע נאגייקעס. "בתי ווארשא" איז דער נערוו-צענטער פון די צאללאזע מלחמות און מחאות קעגן די מרשיעי ברית ועוקרי תורת משה.

און אויף אט דעם הייליגן געסל האבן זיך אצינד אנשי רשע פארלייגט, עס חרוב צו מאכן און עס פארוואנדלען אלס א מערת פרוצים, זיי צילן צו פאריאגן די קדושה און ריינקייט פון דעם מקום און אריבערצוברענגען די שענדליכע אטמאספער פון די טריפה'נע גאולה אין מאה שערים אריין, און דערמיט זיך אריינרוקן אין דעם סאמע צענטער פון די מחנה היראים און צוביסלעך אייננעמען דעם גאנצן פלאץ.

אט די "בתי ווארשא" איז געבויעט געווארן במסירת נפש דורך ר' דוד'ל בידערמאן זצ"ל, דער לעלוב'ער רבי, פאר בערך 120 יאר צוריק, מיטן ציל צוצושטעלן ביליגע דירות פאר אנשי ירושלים פון "אלע" קרייזן וועלכע זענען אפשטאמיגע פון פולין, זיי זאלן קענען דינען דעם אויבערשטן על טהרת הקודש, אן קיין דאגות, מיט רואיגקייט און שלות הנפש.

ר' דוד'ל האט זיך אויסערגעווענליך געמוטשעט צוזאמצושטעלן דאס געלט דערפאר, און עס איז געבויעט געווארן אלס "הקדש", וואס דאס איז טייטש אלס קהל'ישער אייגנטום, וועלכע באלאנגט נישט פאר קיין שום יחיד. עס איז איינגעשטעלט געווארן תקנות פארן הקדש און עס איז געשטעלט געווארן "נאמנים" וועלכע האבן דאס געפירט לויט די תקנות.

ס'האט געארבעט לויט א "ווארט ליסטע", ד.ה. אז יעדער יוצא פולין וואס האט נישט פארמאגט קיין אייגענע דירה האט געקענט אפעלירן פאר א דירה, און ער איז ארויף א די "ווארט ליסטע", און ווען ס'איז ליידיג געווארן א דירה האט מען געמאכט א גורל אויף די אלע מענטשן פון די ליסטע, און דער זוכה בגורל האט באקומען די דירה אויף זיין גאנצן לעבן, פאר א גאר מינימאלע אפצאל יעדן חודש אויפצוהאלטן און רייניגן דאס פלאץ א.ד.ג.

דאס האט אנגעהאלטן אזוי לאנגע יארן, ביז בערך מיט פופצן יאר צוריק ווען די אלטע נאמנים זענען נפטר געווארן, (וועלכע דארפן לויט די תקנות ערזעצט ווערן דורך יושר'דיגע וואלן פון אלע יוצאי פולין), האט זיך צוביסלעך משתלט געווען אויפן "הקדש" אנשי גור פון די גערער חסידות, זיי האבן איבערגענומען די פארוואלטונג און גלייך אנגעהויבן צו וועבן פינסטערע פלענער דערויף.

און גענוי ווי דער "כולל פולין", וועלכע איז נתייסד געווארן צו העלפן "אלע" יוצאי פולין, און איבער די וועלט מאכט מען דערפאר ריזיגע אפילס זייענדיג באקאנט אלס א קופה וועלכע שטיצט אלע יוצאי פולין אין ירושלים, האט זיך אויך די אויבנדערמאנטע חסידות משתלט געווען דערויף, און בלויז מענטשן פון יענעם קרייז באקומען פון די קופה, אפגעזען צו ער איז א פויליש אפשטאמיגער צו נישט.

טויזנטער יוצאי פולין געבן יעדעס יאר איין אפליקאציעס צום "כולל פולין" צו באקומען הילף פאר הכנסת כלה, הוצאות רפואה, קימפעטארין הילף, שטיצע אויף ימים טובים, און זיי ווערן איינפאך איגנארירט.

ס'איז באקאנט אז ליידער זענען די גערער היינט טיף פארזינקען אין די קליפת הציונות ווי קיינמאל בעפאר, פיל ערגער ווי אלע אנדערע אגודה און ליטווישע קרייזן, ביי די בחירות הטמאות פירן זיי די גרעסטע פראפאגאנדע מאשינען צו שלעפן ווי מער מענטשן פון איבעראל. זייער התקשרות צו די קליפה גייט עד כדי כך אז זיי האבן זיך נישט געשעמט צו פירן א מאסיוון קאמפיין צו שטימען פאר א עוכר ישראל א באקאנטער שונא הדת פון די שינוי פארטיי - וועמענס איינציגסטע פארטיי פלאטפארמע איז שנאת הדת - אלס מעיאר פון ירושלים, וועלכע זיי האבן טאקע מצליח געווען ארויפצוזעצן אויפן בענקל, אויף וואס זיי זענען פארדאמט געווארן אפילו פון זייערע אייגענע אגודה קרייזן.

(דערמיט האבן זיי אליין אפגע'חוזק'ט פון זייער "חוב קדוש" וואס זיי שרייען אלעמאל, אז די "מצוה" צו גיין צו בחירות איז זיכער צו מאכן אז די פרייע זאלן נישט אריינקומען, און דא האבן זיי זיך נישט געשעמט - פאר בלויזע נקמה אינעם אנדערן קאנדידאט, פרוש - ארויפצוזעצן א פרייען, און נישט סתם א פרייער נאר אן אויסגעשפראכענער שונא הדת, די ארגסטע פון די ארגסטע, ה"י).

דער שונא נומער איינס פון די גערער מסיתים זענען טאקע די מאה שערים אידן, וועלכע קעמפן קעגן זייער הסתה והדחה מיט אלע כוחות, צו מיט הסברה, צעטלעך, און אליין אראפגיין צו די שטים פלעצער אפצוהאלטן פרומע אידן פון גיין שטימען, און נאך פארשידענע וועגן וועלכע האט שטארק עושה פירות געווען. די לעצטע יארן האבן טאקע די מאה שערים אידן באוויזן אריינצושניידן טיף אין זייערע מחנות און אוועקגעשלעפט גאר אסאך פון זייערע שטים בודקעס, עד כדי כך אז נאך די לעצטע וואלן האבן זיי געמאכט שטורמישע אסיפות וואס מ'קען טוהן צו די צרה אז די קנאים שלעפן אזויפיל אוועק פון זיי, זיי האבן תולה געווען זייער ירידה אין די שטימען אז זיי האבן נישט קיין צוטריט צו מאה שערים, און נישט נאר אז זיי קענען אהין נישט אריין גיין, קומען נאך יענע ארויס צו זיי און ציפן אראפ צענדליגער שטימען פון זיי.

זייער שנאה קעגן די לוחמי מלחמת הקודש איז אין לשער, זיי ווייסן גוט דעם כח פון די אידן אין דעם מאה שערים קווארטל און ווילן דאס מיט אלע כוחות עוקר זיין, זיי קענען דארט אינעווייניג אריבער די גרעניצן נישט אויפהענגען קיין איין צעטל פון זייערע בחירות, דער גאנצער ישוב דארטן איז על אפם ועל חמתם, עס צושטערט אלע זייערע הישגים און חוב קדוש'ס.

האבן זיי באשלאסן חרוב צו מאכן אט דעם הערליכן אינזל דורכן זיך משתלט זיין אויף "בתי ווארשא" וועלכע איז די חומה בצורה פון מאה שערים, איינפאך צוצורויבן דעם הקדש און מאכן דערפון געשעפטן און דערמיט אריינשלעפן אלע תועבות וואס דאס ברענגט נאך, ווי אין גאולה.

אויך האבן זיי געזען דא א גאלד גרוב, ווען א גאס ארויפצו אין גאולה קאסט צו דינגען א געשעפטל עטליכע טויזנט דאלאר, און דא צאלט מען נישטיגע דרייסיג דאלאר א חודש, ממש אשאד אדורכצולאזן אזא געלעגנהייט. האבן זיי מחליט געווען צו פארוואנדלען דעם בנין אין א "שאפינג מאל", וואס וועט זיי אריינברענגען אוצרות מיט געלט.

אין א שיינעם טאג, נאך וואס איינע פון די דירות איז ליידיג געווארן, איז אויפגעקומען א געשעפט אויף דעם פלאץ, (וואס איז בפירוש קעגן די תקנות פונעם הקדש אז ס'מוז בלייבן דירות), און דערנאך נאך איינס און נאך איינס.

די זאך איז געקומען פארן בית דין פון די עדה החרדית, וועלכע האט גע'פסק'נט אז מ'טאר מער נישט בויען קיין שום געשעפט דארט, עס מוז בלייבן נאר פאר דירות צו וואוינען, דאס איז דער קלארער תנאי פון די וואס האבן עס געבויעט און מנדב דאס געלט דערפאר.

די גערער האבן זיך אויסגעלאכט פונעם פסק בי"ד, זיי האבן געזאגט מיר האבן נישט קיין דאגה מיטן פסק, אבער די איינוואוינער וועלן דאך פארפירן דערקעגן, האבן זיי אנגענומען א סטראטעגיע פטור צו ווערן פון די איצטיגע תושבים צוביסלעך דורך עטליכע וועגן.

"פונקט" האבן אנגעפאנגען ארויסצוקומען ביים גורל יעדע מאל נאר איינער פון זייער קרייז, און קיין איין איינציגע דירה איז עפעס נישט אויסגעקומען פאר איינעם פון די אנדערע אנשי ירושלים יוצאי פולין. אזוי האבן זיי אריינגערוקט צוביסלעך נאר פון זייערע, וועלכע האבן גע'חתמ'ט אויף א אייגן-געמאכטן קאנטראקט, וואו זיי געבן איבער דאס בעלות אין זייערע הענט.

דערנאך האבן זיי זיך גענומען צו רודפ'ן אויף א געפערליכן פארנעם די אלטע איינוואוינער, בעיקר די עלטערע. ווער ס'האט נאר "פארלעצט" עפעס, ווי למשל ער האט צוגעבויעט א קלייניגקייט א.ד.ג. זענען זיי גלייך געקומען צו לויפן מיט א "צו פינוי" פון ציוני'סטישן געריכט אז ער מוז פארלאזן די דירה. דערנאך זענען זיי געקומען אז אויב ער חתמ'עט אויף "זייער" קאנטראקט קען ער דארט בלייבן. אזוי האבן זיי אנגעהויבן רודפ'ן פאר יעדע קלייניגקייט, אלטע לייט און אלמנות וכו' אויף אן אומדערהערטן אופן.

אלע סארט טעראר מיטלען האבן זיי אנגעווענדעט צו פארכאפן וואס מער דירות אין זייער באזיץ, ס'איז נישט צו באשרייבן וואס זיי האבן אלס אפגעטאן דארט צו בארויבן דאס פלאץ, און אלעס מיטן כח פון זייערע חברים די שאנדפולע "משטרה" די ציוני'סטישע פאליציי, וועלכע האבן זיי צוגעהאלפן מיט וואס זיי האבן נאר געוואלט.

ביז די איינוואוינער האבן זיך אויפגעוועקט און אויפגעהויבן א שטורעם, ס'האט זיך אנגעפאנגען א רודעריי אקעגן זייער ברוטאלע האנדלונג און די רויבעריי וואס זיי ווילן אפטאן, צו נעמען א "הקדש" פלאץ וועלכע איז מוקדש געווארן פאר דירות פון אנשי ירושלים פאר ביליג און עס מאכן פאר א שאפינג צענטער.

מ'איז געגאנגען צו בי"ד פון די עדה החרדית מתדיין זיין איבער זייער פארוואלטערשאפט וועלכע זיי האבן פארכאפט בגניבה, ס'איז פון א פוילישע קאמיטע געווארן בלויז א גערער קאמיטע, און אלעס אן קיין וואלן, קעגן די תקנות. בי"ד האט עס געשיקט צו א בוררות וועלכע איז איגנארירט געווארן דורך די גערער צד, וועלכע האבן פארשטאנען אז קיין איין בורר וועט נישט זאגן אז די גאנצע קאמיטע קען באלאנגען בלויז פאר גער.

די תושבים האבן זיך צוזאמגענומען נישט צולאזן ווייטער קיין מעשה אלימות קעגן זיי, ווען נאך א דירה איז ליידיג געווארן האבן די "נאמנים" געמאכט דערפון 2 דירות און עס אוועקגעשאנקען פאר נאך 2 גערער וועלכע זענען ווייטער "פונקט" ארויסגעקומען אין גורל... האבן די איינוואוינער באשלאסן אז עד כאן, און ס'איז אריינגעשטעלט געווארן אין די דירות צוויי אנדערע פויליש-אפשטאמיגע משפחות.

דאס האט די "כולל" גנבים ארויסגענומען פון די כלים, זיי האבן אראפגערופן די פאליציי וועלכע האבן אויפגעבראכן די טיר, און ארויסגעווארפן די משפחות פון דארט. א זאך וואס איז אפילו קעגן זייער אייגענעם געזעץ, וואס מ'קען נישט ארויסווארפן קיינעם פון א דירה אן א געריכט ארדער. נאר זיי האבן אלעס געטאן פאר זייערע גערער חברים, וועלכע זענען געווארן ליידער איינס מיט זיי.

אין די ענדע זענען ב"ה צוריקגעשטעלט געווארן די משפחות אין די דירות, און ס'האט זיך אנגעפאנגען הייסע מערכות מיט די רויבערישע כת, די גאנצע שכונה האט זיי פארדאמט פאר זייערע נידריגע אקטן.

אבער זיי זענען השקט לא יכולו! זיי זענען ווייטער אנגעגאנגען מיט זייערע מעשים תעתועים, אין איינע פון זייערע טעראר אקטן האבן זיי פארגאנגענעם מוצאי שבת חיי שרה צוויי אזייגער ביינאכט אונטער געצינדן די טיר פונעם הויז פון הרה"ג ר' שלום ברוך ראסעט שליט"א, אויף וועמען זיי טייטלען אן אז ער איז דער גאנצער אנדרייער קעגן זיי און האבן באשלאסן אים צו רודפ'ן עד חרמה ביז מ'וועט אפשטילן דעם קאמף קעגן זיי.

ב"ה אז זיין זון איז נאך אויפגעווען און געלערנט, ער האט געשפירט דעם גערוך און גלייך אויפגעוועקט יעדן, און זיי זענען ניצול געווארן ממש בדרך נס.

ווען זיי האבן געוואלט צורויבן נאך דירות און מ'האט זיך קעגן געשטעלט האבן זיי גערופן די פאליציי און אנגעפאנגען מאכן ארעסטן, צווישן אנדערע האבן זיי ארעסטירט אויך דעם אויבנדערמאנטן עסקן הרה"ג ר' שלום ברוך ראסעט שליט"א מגדולי הקנאים אין ירושלים עיר הקודש.

די גערער שווערן נקמה אין די ערליכע אידן, און טראץ וואס זיי זעען אלץ מער און מער אז ווי א טאג שפעטער ווערט דער צארן פון פרומע אידן קעגן זיי גרעסער, אלע שרייען געוואלד קעגן רירן דעם פלאץ. שטייען זיי ווייטער מיט טראציגקייט און זאגן קלאר אז זיי וועלן דעם פלאץ איבערדרייען פאר א גרויסער שאפינג מאל, אריינברענגען אלע איבלען וואס דאס ברענגט מיט אין די אפגעזונדערטע מאה שערים, ענג צו מאכן די פרומע.

אבער הרשעים כים נגרש! זיי זענען ווייטער אנגעגאנגען מיט זייערע מעשים תעתועים, אין איינע פון זייערע טעראר אקטן האבן זיי דאנערשטאג פאר שבת הגדול פארנאכטס אריינגשטורעמט אין די דירה פון העסקן הרה"ח אברהם הירשמאן שליט"א מיטן חשבון אנצוצינדן זיין הויז אויפ'ן חטא זיינעם אז זיי זאגן אז ער איז פון די עומדים על המשמר אויף דעם הייליג פלאטץ, אין די גערע רוצחים האבן געגאסן בענזין אויף קליינע קינדער און דאס גאנצע הויז געזונט, און ממש שלא כדרך הטבע האט זיך עס נישט געענדיגט ווי ביי די אנדערע "ממשיכי דרך החסידות" אין סקווירא, נאר זיין משפחה איז אפגעקומען מיט לייכטערע זאכן, ווי קינדער זענען אריין אין שפיטאל בין חיים למות רח"ל אין ב"ה אז זיי זענען ארויס שלום בגופם בחסד ה', זאל דער בורא כל עולמים ווייטער העלפן.

מוצאי שבת הגדול דאס הייסט צוויי טעג פאר יום טוב פסח האט מען אויסגערופן אין די גערע שטיבלעך אין ירושלים אז מען זאל זיך צוזאמעננעמען אנצונעמען פאר זייער רבי'ןס כבוד, און מען האט איבער געזאגט די ווערטער פון דעם רוצח אז יונגע בחורים זאלן נישט אנטייל נעמען, און אום האלב פיר פארטאגס זענען אנגעקומען צוויי הונדערט פון זייערע חשובע אינגעלייט וואס לצורך דרך החסידות זענען זיי געווארן פשוטע רוצחים, און בכלי זיין אשר בידם האבן זיי אויפגעשטורעמט זעקס דירות אין געמאכט דערפון א חורבן, געפלינדערט אלעס וואס איז נאר דארט געווען, צובראכן די ווענט חרוב געמאכט די קאך, טוילעטס, וואש מאשינען, אלע עסן אויף פסח, וכו', וחסד ה' עליהם הופיע, אז איינער האט זיך דערוואוסט אינמיטען דער נאכט דערפון האט ער נאךגעקענט מעלדן פאר די איינוואוינער זאלן אנטלויפן מיט זייערע זעקלעך ביינער און זאלן נישט אומקומען באגרופי רשע.

און דער מערכה האט זיך געצויגן שעות אויף שעות ביז כמעט זמן בדיקת חמץ וואס ווער עס איז נאר דורך געגאנגען דעם גאס און מען האט חושד געווען אויף אים אז ער האלט נישט פון דעם מנהיג זייערער איז געווארן באקלאפט די ביינער.

אזוי גייען די רוצחים אן ווען זיי זייען א שרעק און א פחד אין דעם גאנצען געגענט, קיינער ווייסט נישט ווער עס איז דער קומענדיגער קרבן, און אין דעם פארגאנגענעם ערב שבועות ווען זיי האבן געווארפן ביליגע פאשקעווילן א קעגן די נקיי הדעת שבירושלים כדרכם, איז אדורך א ת"ח מופלג אין ער האט דאס אויפגעהויבן נישט קענענדיג צוזעהן  דעם ביזיון הקודש האבן די גערע רוצחים אים באקלאפט מיט מכות אכזרית און ער ליגט נאך יעצט אין שפיטאל מדוכה ביסורים ה' ירפאהו ויחלימהו.

אין א פרעסע ערקלערונג פאר די ציניסטישע פרעסע האט דער לץ-מאן זייער שליח אין כנסת המינים, דער וואס פארטרעט דעם המשכת דרך החסידות אין דעם גרעסטן מקום טומאה, אז דער גאנצער מלחמה איז ווייל די חברה וואס וואוינען דארט זענען אנטקעגן ציונות, וד"ל.

דער פאקט באווייזט אז זיי האלטן אין איין פאלן, די טומאת הציונות וואס גער פארשפרייט מיט אזויפיל פאמפע ווערט היבש פארטונקלט דורך די יקירי קרתא קדישא וועלכע זענען לוחם קעגן זיי. דערפאר זענען טאקע די גערער אזוי ווילד יעצט פאר נקמה, נישט קענענדיג אראפשלינגען אט דעם ביטערן פיל.

*

אצינד טייערע ברידער דארפן מיר דערהערן דעם גרויסן וויי געשריי פון ירושלים וועלכע קלאגט: קול נהי נשמע מציון איך שודדנו!

מיר דארפן וויסן אז דער קאמף איבער "בתי ווארשא" איז נישט קיין איינפאכער קאמף איבער עפעס דירות, דער קאמף איז אצינד גאר א גורל'דיגער! ס'ליגט אויפן וואגשאל דער עתיד פון "מאה שערים", און דערמיט די גאנצע פייער און מלחמת קודש קעגן אלע גזירות פון עקירת הדת. ס'ליגט אצינד אויפן כף המאזנים די ריינקייט און הייליגקייט פון "מאה שערים" און פון גאנץ ירושלים.

"בתי ווארשא", "מאה שערים", "ירושלים עיר הקודש", דאס איז איין קייט. אויב וועט מען חלילה מצליח אומצואווארפן בתי ווארשא, איז מאה שערים, ירושלים, און דאס גאנצע יהדות החרדית אין א סכנה.

אחינו היקרים אחים לדיעה אל תעמדו מנגד! דער פעסטונג פון פשרה'לאזע אידישקייט איז אצינד אין קאן! ס'איז נישט מעגליך צו שווייגן! מיר קענען און מיר מוזן איר ראטעווען! מיטן מעלים עין זיין חלילה אצינד, פארזיגלט מען ח"ו די גזירה פון פארניכטונג פון ישוב הישן!

מיר טארן נישט שטיין אין א זייט! מיר מוזן טוהן כל מה שביכלתינו מציל צו זיין דעם מחנה הנשאר הפליטה!

די לוחמי מלחמת הקודש בעטן זיך ביי אונז פון טיפן הארצן: מיר שטייען גרייט יעדע מינוט פאר מלחמה 24 שעה אין מעת לעת, מיר לאזן איבער שטיבער מיט פרויען און פיצלעך קינדער און פארן ארויס ווייט אוועק שטייענדיג אונטערן האגל פון רוצח'ישע נאגייקעס. מיר גייען ארויס פון שטוב נישט וויסנדיג צו מיר וועלן זיך אומקערן די נאכט אהיים, אדער חלילה פארוויילן ערגעץ אין א שפיטאל מיט א פארוואונדעטן קערפער זיך פייניגנדיג אין יסורים, אדער גאר פארווארפן אין פינסטערן תפיסה צעל.

ס'איז בכלל נישט קיין קינדער שפיל די אלע זאכן, מיר האבן שטיבער מיט קינדער, מיר ווילן זיך געפינען מיט זיי צוזאמען אין א ווארימע היים, מ'רופט אונז פיל מאל אינמיטן די נאכט, מיר שטייען פיל מאל אונטער ברענענדיגע היצן, מ'שלאגט, מ'רצח'ט, מ'ארעסטירט. מיר זענען גרייט אויף אלעם, מיר גייען ארויס בגיא צלמות מיט מסירת נפש!

אבער אין וואס מיר קענען נישט שטיין איז: די געלט פראגע! מיר האבן נישט קיין פיאסטער ביי די נשמה, און אן דעם ברעכט מען אונטער, ס'איז נישט מעגליך אזוי אנצוגיין. מ'דארף געלט פאר רפואות, פאר לויערס זיך צו פארטיידיגן קעגן די רשעות'דיגע עלילות, אבער מיר האבן נישט גארנישט, און דאס ברעכט אונטער די גאנצע הייליגע מערכה!

אצינד אחינו שבגולה! מיר דארפן דערהערן זייער ווייטאגליכן רוף, מיר דארפן אקעגן לויפן די אנשי ירושלים מיט וואס מיר קענען נאר, ובפרט פאר די תושבי מאה שערים וועלכע האבן מיטגעמאכט די לעצטע צייטן אזוי פיל, און נישט פאר זייער אייגענע געברויכן, נאר ווייל זיי האבן נישט אויפגעגעבן מערכות ישראל, זיי זענען נישט געשטאנען אין א זייט צוקוקנדיג קאלטבלוטיג כבלע את הקודש ווי פיל אנדערע האבן געטאן. זייער מצב איז ממש שאין לך יום שאין בו פגע, דאס יאר אליינס האט מען מלחמה געהאלטן קעגן חטוטי שכבי אויף זעקס פלעצער, זיי שטייען און ראנגלען זיך אנצוהאלטן די קדושת המקום פון מאה שערים פאר אלע פרייזן, מחאות קעגן גזירות פון נתוחי מתים, חילולי שבת קודש, בנוסף צו פרשת מארקאוויטש וכו' וכו'.

דאס אלעס ליגט אויף די פלייצעס פון א קליין הייפעלע אידן, וועלכע כאפן קלעפ טאג נאך טאג, און "אלע" - ממש אלע - ווילן זען זייער סוף [היל"ת מיטן הילף פונעם בוכ"ע], די אלע מחבלים כרמים ווייסן אז ס'איז דא סאלדאטן וועלכע שטייען און לאזן זיי נישט צוטרעטן צו די הייליגע מחנה מיט אלע זייערע אומווירדיגקייטן, צו פירצות אין חומת הצניעות, צו נישט אריינלאזן דעם מבול פון כפירה ומינות אין זייערע רייען, זיי זענען די ריכטיגע גירא בעינא דשיטנא, און דאס ליגט אונטער דעם קאמף צוצורויבן די דירות פון בתי ווארשא.

די עקסנים שרייען אז זיי האלטן אויפן שוועל פון צוזאמבראך! ס'איז דא א געוואלד חובות פון די מערכות ביז איצט, פון פינאנצירן די פראטעסטן, מאכן צעטלעך, הסברה, א.א.וו. און בעיקר די גרויסע לויער קאסטן וועלכע שלעפט אריין אין אומגעהויערע סכומים, און ס'האלט ביי א מצב אז מ'קען נישט מער!

מיר דארפן קומען מיט מאסיווע הילף אנצוהאלטן דעם ישוב הישן, באווארפן די עסקנים מיט חיזוק און בעיקר מיט געלט, זיי זאלן קענען שטיין אין די מערכה. זיי זענען דאך אונזערע שליחים, מיר וואלטן געדארפט דארט שטיין, מיר וואלטן געדארפט מלחמה פירן מיט די פושעים וכופרים, מיר וואלטן געדארפט שיצן אויף קברי קדמונינו, און אז זיי טוען דאס פאר אונז דארפן מיר זיי אויסערגעווענליך מכיר טובה, און זיי העלפן מיט וואס מיר קענען נאר.

אין זכות פון מסייע זיין די גבורי כח עושי דברו, וועלכע קעמפן ווי די לייבן למען כבוד שמו המחולל אויף אזא מבהיל'דיגן אופן וואס ס'איז נאך נישט געווען מאז היתה ישראל לגוי, וועלן מיר זיך כולל זיין אין זייערע געוואלדיגע זכותים, מיר וועלן האבן א חלק כחלק אין די מלחמה לה' בעמלק וועלכע זיי פירן מיט מסירת נפש, דורך וועלכע מיר זוכה זיין מקרב זיין צו די גאולה שלימה, וואס ס'איז דאך תלוי אין די מלחמה, בביאת גואל צדק בב"א.

 






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/11/2011 01:06 לינק ישיר 
די אטאקע פון די גערער טעראריסטן אין די אפיסעס פון "העדה"





תוקן על ידי טאטעלע ב- 04/11/2011 01:11:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2011 11:07 לינק ישיר 

גרשום כתב:
ר' אלעזר ויגדרוביץ' וועלכער זיין פאטאגראפיע איז פארעפנטלעך געווארן אויך אין דעם דאזיגן אשכול מיטן "טיטל" רוצח, האט נעכטן אריינגעגעבן דורך זיין אדוואקאט אלקנה בישיץ, א געריכט-אנקלאג אקעגן אברהם הירשמאן, אין וועלכן ער פאדערט, פון הירשמאנען א באפרידיקונג פון 100.000 שקלים, פאר הוצאת לשון-הרע און באשמוצען אים ברבים אומזיסט. ויגדרוביץ טענה'ת אז ער האט נישט קיין שום שייכות צום שלעגעריי. 

מעגלעך, אז הירשמאן וועט זיך נאך דארפן לאזן באצאלן פאר זיינע קלעפ... 





 
ויגדרוביץ תובע את הירשמן • חשיפה
אלעזר ויגדרוביץ, אברך חסיד גור תובע את אברהם משה הירשמן - על שהפנה נגדו אצבע מאשימה כ'מפקד' מסע האלימות נגדו • כתב התביעה המפורט - בפנים
יקי אדמקר, בחדרי חרדים 23:27 29/10/2011
אברהם משה הירשמן   
 
הדפס שלח לחבר סלולר
14

בבית המשפט השלום בירושלים הוגשה תביעת לשון הרע בסך 100 אלף שקל נגד אברהם משה הירשמן, מי שהותקף ביום שלישי בלילה בשכונת גאולה בירושלים על ידי קבוצת רעולי פנים.

את התביעה הגיש אלעזר ויגדרוביץ, אברך חסיד גור באמצעות עורך דינו אלקנה בישיץ. בכתב התביעה הוא טוען כי הירשמן פרסם בריאיונות לכלי התקשורת כי הוא שפיקד על המבצע האלים נגדו.

"התובע הינו אברך הלומד בישיבה ומקדיש את עיתותיו ללימוד תורה", נכתב בכתב התביעה. "הנתבע נמנה על פלג קיצוני ב'עדה החרדית', אינשי דלא מעלי המכונים סיקריקים העוסקים בגביית דמי חסות ומפילים את חיתתם כל ירושלים והסביבה והמעורבים בפרשיות של גרימת נזקים קשים לאדם ורכוש.

"הנתבע התראיין בקולו במספר רשתות ואף נתן ריאונות מוסרטים במטרה להוציא את דיבת התובע רעה, זאת ללא כל התגרות מצידו של התובע".

בכתב התביעה מובאים ציטוטים אותם אמר הירשמן בכלי התקשורת, "אנשים כמו אלעזר ויגדרוביץ ואנשי כולל פולין הופכים את גור לרוצח אכזר ושפל", נכתב. ציטוט נוסף המובא בכתב התביעה: "הטרוריסט אלעזר ויגדרוביץ פיקד על המבצע ובאותו הרגע שהפסיקו להרביץ לי הוא צעק עוד ועוד.

"קריאה זו של הנתבע משמעותה קריאה ברורה לכל קבוצת העבריינים המכונה סיקריקים לפגוע ולבצע לינץ בתובע", כותב עו"ד בישיץ. " הפרסומים שקרים פוגעים שפורסמו בזדון ובידיעה גמורה שאין בהם שמץ של אמת על מנת לשפוך את דמו של התובע הלכה למעשה".

אברהם משה הירשמן טרם הגיב לכתב התביעה.






[email protected]





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2011 10:27 לינק ישיר 

ר' אלעזר ויגדרוביץ' וועלכער זיין פאטאגראפיע איז פארעפנטלעך געווארן אויך אין דעם דאזיגן אשכול מיטן "טיטל" רוצח, האט נעכטן אריינגעגעבן דורך זיין אדוואקאט אלקנה בישיץ, א געריכט-אנקלאג אקעגן אברהם הירשמאן, אין וועלכן ער פאדערט, פון הירשמאנען א באפרידיקונג פון 100.000 שקלים, פאר הוצאת לשון-הרע און באשמוצען אים ברבים אומזיסט. ויגדרוביץ טענה'ת אז ער האט נישט קיין שום שייכות צום שלעגעריי. 

מעגלעך, אז הירשמאן וועט זיך נאך דארפן לאזן באצאלן פאר זיינע קלעפ... 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/10/2011 07:50 לינק ישיר 

ווי גייט דאס ווארט אין ירושלים: לא ת"גורו" מפני איש. ליידער האט יעדער מורא ארויסצוזאגן דעם אמת קעגן גור ווייל מ'האט מורא אז זיי וועלן צומזיקן און פארטיליגן יעדער וואס שטייט זיי אין וועג. דעריבער מוז דער קול מחאה געהערט ווערן עכ"פ פון אמעריקע.
 
דער גורער מיינט אז ירושלים איז זיינס אזוי ווי דער פויער און שוטה ר' אהרעלע טייטלבוים האט געמיינט אז מאנרא איז זיינס, ער וועט אויך איין טאג געוואויר ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 21:57 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 21:57 לינק ישיר 

* width="700" height="386"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 21:55 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 21:55 לינק ישיר 

* width="640" height="480"><*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 18:16 לינק ישיר 

די בילדער זענען שרעקליך!!!

איז עפעס נישט קיין שמועס אז די גערער גייען זוך משתתף זיין ביי די  עצרת ביי ככר השבת, צו דאס איז נאר לפנים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 17:13 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 16:35 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 16:33 לינק ישיר 

יישר כח פאפיטא פארן אזוי שיין און קלאר אראפלייגן די פרשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 16:29 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 16:28 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2011 16:27 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פרשת בתי וורשא- גור
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext