קהל יטב לב באדאנקט פייערלעשער פארן ראטעווען ספרי תורה
קהל יטב לב דסאטמאר האט היינט מיטאג פאררופן א מסיבת הכרת הטוב פאר די פייער דפט. זיי צו באדאנקן פאר זייער העלדישע ארבעט ביי די פייער אין סאטמאר ביהמ"ד סאוט אכט.
די מסיבה איז פארגעקומען אין היכל הכולל אין ביהמ"ד הגדול אויף 152 ראדני סטריט.
עס האבן זיך באטייליגט די ראשי וגבאי הקהלה און די הויפן אפיצירן פון די פייער און פאליציי דפט. וואו זיי זענען פרעזענטירט געווארן מיט א באלוינונגס פאר זייער געטרייע ארבעט.
אנגעפירט מיט די מסיבה האט הר"ר אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו סאטמאר ליעזאן צו די שטאטישע באאמטע. עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שאול פערלשטיין הי"ו סגן ראה"ק, הרה"ח ר' מאיר שניצלער הי"ו גבאי דביהמ"ד און הרה"ח ר' אברהם מאיר שווארץ הי"ו מעסקני ביהמ"ד סאטמאר סאוט 8.
אזוי אויך האט אויפגעטרעטן מר. פרעד קרייזמאן פון מעיאר'ס אפיס
וואס האט עס מיט רבי משה דוד אז ער דארף אנטייל נעמען אין א הכרת הטוב מסיבה פון די קהילה? עס איז צוגעשטעלט געווארן דורך קהל יטב לב רבי משה דוד האט איז נישט פון די ראשי הקהילה אדער א גבאי אין קהל.
נשלח ב-28/10/2011 22:23
אינטערעסאנט אז ר' משה דוד נידערמאן האט זיך דארט נישט באטייליגט, זעהט אויס אז ער הייבט זיך אן ברעכן צו די טעראר פון די אהרונים אז ער איז איינזייטיג צו די זאליס געשטימט, וועגן דעם האט ער נישט געוואלט קומען צו א אויסדרוקליכע זאלונישע מסיבה
נשלח ב-28/10/2011 07:38
די ווערטער פונעם פייער טשיף איז די גרעסטע קידוש השם:
"We do our job without expecting any recognition, so this is a surprise," Chief Yakimovich said.
און אז קהל מיט ר' אברהם יעקב האבן געהאט די זכי' צו מאכן אזא קידוש השם, כל הכבוד להם!
נשלח ב-28/10/2011 06:03
דאס איז א געוואלדיגע קידוש השם.
נשלח ב-28/10/2011 02:33
Firefighters Honored by Congregation Yetev Lev Satmar for Saving Torahs in Synagogue Fire