היינט איז פארגעקומען א מושב בי"ד פון ביד"צ העדה החרדית, דער גאנצער בי"ד מיט הגר"מ שטרנבוך, אין שפיץ פון ירושלימ'ער רב שליט"א, עס איז געוועזן אנוועזענד הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א יו"ר אתרא קדישא
ארי'ה יודקאווסקי פון די "אגודה" וואס האט געגעבן ערב סוכות - אנאנים - די אינטערוויו אין "קול סאטמאר" פאר הערשל פורים איז נישט אנגעקומען אויס מורא אז מ'וועט עם פארה אלטן אז ער רעדט דברי שקר קעגן את"ק אין הגה"צ ר' דוד שמידל שליט"א.
די צווי לצים אייל פורת מיט שלום פריד וואס זענען יא אנגעקומען, זענען באוואשן געווארן דורך די חברי הביד"צ קאלץ און ווארעם, פאר'ן זיך נישט מכניע זיין אונטער "אתרא קדישא".
און בי"ד האבן זיי זיך פארענטפערט אז אהרל'ה יאקטער איז א פוסטער ליידיגייער וואס פארטערעט זיי נישט, און זיי האבן נישט קיין שום שייכות מיט עם.
ביי מושב הבי"ד וועלכע איז געווען געהיים, האט דער ביד "צ באשלאסן צווי שטארקע החלטות לטובת "אתרא קדישא", וועלכע וועט פארעפענטליכט ווערן און די קומענדיגע טעג.
תוקן על ידי סוג ב- 01/11/2011 01:27:08
נשלח ב-8/12/2011 19:00
ווי ווערט דא דערמאנט אתרא קדישא?
נשלח ב-8/12/2011 00:25
איינע פון די החלטות הביד"צ לטובת המערכה פון קברי ישראל וואס ווערט אנגעפירט דורך אגודת "אתרא קדישא"
..
תוקן על ידי סוג ב- 08/12/2011 00:27:29
נשלח ב-25/11/2011 04:45
איך זעע נישט עטס זאלטס זיין שטיל. איי געסס עטס קענטס שנעל באקן
נשלח ב-24/11/2011 04:49
די חברה זענען שוין שטיל אפאר טאג, עס קוקט אויס עס קומט א פרישער ספין צו פארדרייען די קעלבער
די צווי ליצים לאוב/פריעדמאן ברענגען נישט קיין קליפ ווי מ'הערט דעם דאטום ווען די צווי אהרני'שע האטליינס האבן איבערגעבן די נייעס (אויב זיי האבן עס געמאלדן) אז הגר"ד שמידל האט זיך געטראפן מיט הגר"מ שטערענבוך.
מ'שיסט א ליגענט אן קיין חשבון
למעשה איז ער זיך סותר מיניה וביה אינעם זעלבן תגובה
איין ארט שרייבט ער אז דער בי"ד האט אנגענומען די תירוץ פון אתרא קדישא אז עס איז הרב וואזנער'ס היתר און אז ר' מענדל עקשטיין מאכט די ארבעט
און אין צווייטן ארט שרייבט ער אז דער בי"ד האט געוואורענט קלמענאוויץ זאל אויפהערן מיט די ארבעט דארט.
תוקן על ידי סוג ב- 06/11/2011 03:11:43
נשלח ב-3/11/2011 19:03
אהרן יוסלע פרידמאן מיט בענצי לאוב מיינען אז איינער איז זיי שולדיג א ענטפער, פונקט וואספארא דאטום הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א האט זיך געטראפן און די פארגאנגענהייט מיט הגר"מ שטערנבוך.
לאמיר זיי זאגן, אז ווען זיי זענען נאך געווען קטנים עפ"י הלכה האבן זיך די צווי רבנים געטראפן.
נאך ווייסן זיי צוזאגן אז אלע האטליינס האבן שוין געוואוסט פון די באגעגעניש די פאריגע וואך, זיי צייכענען אבער נישט אן וואספארא האטליין, און ברענגען נישט ארויף די ווערטער וואס מ'הערט דארטן.
ער זאגט אז מ'האט געוויזן א בריוו פון הרב וואזנער'ס בי"ד אז הגר"ש וואזנער האט קיינמאל נישט געגעבן דעם היתר, וואס דאס מיינט אז מ'האט אויפגעוויזן אז דער מפקח ר' מענדל עקשטיין איז א פאלנער שקרן מיט דעם וואס ער האט געזאגט אז הרב וואזנער האט עם ממנה געווען אלס שליח.
שטעלט זיך די קשיא שטארקעק, נו, פארוואס איז די העדה החרדית מיט איר בי"ד נישט מוחה אויף די חילול הקברים און נשר?
ווייסן זיי נישט דען אז שמואל משכיל ווידער האט געגעבן אן ארדער אז מ'דארף מוחה זיין?
נשלח ב-3/11/2011 01:49
געדענקט איינער וואס בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פריעדמאן האבן מיט צווי מאנאטן צוריק
עס איז אבער העכסט אונטערסאנט "ביד"צ העדה החרדית" האט געהאט א זיצונג איבער דעם ענין און מיט דער ראב"ד העדה"ח רבי משה שטרענבוך, און קיינער איז נישט מוחה אויף די שרעקליכע חוצפה הנוראה פון חילול קברים
און אויפן פראנט איז געבליבן נאר אהרל'ה יאקטער מיט זיינע חברים בענצי לאוב מיט אהרן יוסל פריעדמאן?
נשלח ב-3/11/2011 01:33
אהרן יוסל פרידמאן מיט בענצי לאוב
זענען נעבעך געווען אין שאק אז עס אויפגעדעקט געווארן די נייעס אז הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א יו"ר אתרא קדישא האט א לענגערע שמועס מיט הגר"מ שטערנבוך שליט"א ראב"ד העדה"ח, נישט קענענדיג אראפשלינגען פארקויפט ווידער דריי ליגענט'ס.
1) עס איז געווען יענע וואך
2) ר' דוד האט עס נאך קיינמאל נישט געטאן
3) ר' דוד האט געזאגט מ'דארף טאקע טאן וואס מ'קע
לאמיר עם בעטן אין זאגן, ףאז די ווייסט נישט די פאקטן שרייב בעסער נישט
1) די באזוך איז געווען די וואך
2) ר' דוד איז שוין געווען כמה וכמה פעמים בביו פון הגר"מ שטרנבוך, און האט עם צענדליגער מאל געפרעגט חוות דעת איבער געוויסע עניים
3) ר' דוד האט עם גענטפערט נאכמאל, אז אתרא איז נישט דער מפקח איבער דעם ענין אין "נשר", און ר' משה האט עם געגעבן גערעכט
עה וואס זאג איך, נישט די בחורים זיי האבן דאך נישט קיין סעלפאונס...
נשלח ב-2/11/2011 01:53
ווער איז אהרן יאסל פריעדמאן?
נשלח ב-2/11/2011 01:26
אזוי ווי בן ציון לאוב מיט אהרן יוסל פריעדמאן, קענען נישט אראפשלינגען זייער נעכטיגן דורכפאל
וועלן מיר דערציילן נאך אביסל פרטים
הגה"צ רבי דוד שמידל שליט"א האט געהאט א פערזענליכן שמועס מיט הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א דעם מאנטאג ביי זיך אינדערהיים איבער די פרשה פון "נשר", און הגר"מ שטרנבוך שליט"א האט געגעבן גערעכט הגר"ד שמידל שליט"א מיט "אתרא קדישא" איבער די פרשה, און האט געבעטן הגר"ד שמידל אז ער זאל עס זאגן אין בי"ד, וכך הוה.
אין בי"ד גופא איז אראפ געקומען הרב מענדל עקשטיין דער משגיח פון הגר"ש וואזנער שליט"א און בי"ד האט מקבל עדות געווען פון אים כדת וכדין, און זיי האבן עם געגעבן גערעכט. בי"ד פון העדה החרדית האט אפגעווארפן אלע השמצות פון יודקאווסקי, יאקטער וחבריהם, און האבן ווידער באשלאסן אז די הכרעה פון הגר"ד שמידל זיך נישט מישן און די "נשר" פרשה איז געווען ריכטיג.
ביים ישיבת בי"ד איבער דעם ענין וועלכע איז געווען די צווייטע חלק פונעם מושב הביד"צ, איז נישט געוועזן אנוועזענד קיין איין פארשטייער פון דעם "וועד לחילול קברים" נאר הגאון ר' דוד שליט"א מיט זיינע צווי געטרייע לייב גארדיסטן הרה"ג ר' אייזיק ווייס שליט"א מיט הרה"ג ר' מאיר גריינמאן שליט"א און הרב חזקיהו קלמאנאוויץ שליט"א.
ביים ערשטן חלק פונעם מושב בי"ד ווי מ'האט דן געווען איבער דעם ענין פון די "כרמל" טונאלן ווי עס איז דא דארט קברים, איז געוועזן אנוועזענד אויך די צווי מזרחי'נקעס פונעם "וועד לחילול קברים שלום פריד (וועלכער האט א טעלעוויזיע און שטוב, און זיין ווייב גייט טיילמאל הויזן), און דער צווייטער לץ אייל פורת,.
עס איז נישטא די ווערטער צו שילדערן מיט וואספארא בושות זיי זענ ען ארויס פון דארטן, ווען ר' אייזיק ווייס שליט"א (הגר"ד שמידל איז נאך דאן נישט געוועזן אנוועזענד) האט אויפגעוויזן זייערע שקרים אחת לאחת, און האט זיי געמאכט ללעג ולקלס, (ארי' יודקאווסקי מיט שבח רוזנבלאט האבן זיך נישט געטרויעט צו קומען ביים מושב בי"ד, וויסענדיג אז מ'וועט שינדן די הויט פון זיי).
צום שלאס פונעם מושב בי"ד האט דער ביד"צ העדה החרדית זיך מצטרף געווען צו די תורה'דיגע הכרעה פון הגאון הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א, און האבן אונטערגעשריבן אן "אזהרה לכהנים" אז מ'טאר נישט פאר'ן לעת עתה אין די "כרמל" טונאל.