| נשלח ב-1/11/2011 20:54 |
|
| |
ביד"צ העדה צו קלמנאוויץ (אתרא): שוין אויפהערן חפירות אין נשר!
נעכטן מאנטאג נאכט איז פארגעקומען א שטורמישע ישיבת בי"ד אין בי"ד העדה החרדית, איבער צוויי ערנסטע נושאים, איינער פון זיי די שרעקליכע חפירות וואס גייט פאר אין נשר דורך אתרא קדישא \ יחזקאל קלמנאוויץ.
צו זעהן וועגן די חפירות אין נשר, זעהט דא:
-----------------
די נעכטיגע ישיבת בי"ד איז פארופן געווארן נאכדעם וואס אתרא קדישא האט פארלאנגט א ישיבת בי"ד איבער "מנהרות הכרמל", א טונעל וואס ווען דאס איז געבויעט געווארן איז געווען דארט א חשש קברים, און דער בוי אונטרענעמער האט נישט גענומען קיין השגחה, און אתרא קדישא טענה'ט אז מען דארף אסר'ן פאר כהנים צו פארן אויף יענעם וועג, ווייל עס איז דארט געבליבן באגראבן קברים אונטער דעם, און מאידך גיסא דער בעה"ב טענה'ט אז עס איז קיינמאל קיין קברים דארט נישט געווען, און לו יהא אז יא וואלטן דאס די ארכילאגן אוועקגענומען, און לו יהא זיי האבן דאס דארט געלאזט קען דאס זיין קברי עכו"ם וועלכע זענען נישט מטמא.
ווער עס איז גערעכט איז אונז דא נישט נוגע, און ס'איז מעגליך אז ס'איז יש דברים בגו, אבער דאס וואס אתרא האט זיך יעצתט אויפגעוועקט מיט א ישיבת בי"ד איבער א טונעל וואס גייט שוין אן מער ווי א יאר, דאס איז פשוט צוליב וואס זיי האבן מער נישט קיין כח אויף די מערכת הקברים, און זיי זוכן אפיר וואו זיי קענען מאכן "נויז" ווי מען רופט דאס. נו, כל הכבוד.
למעשה ווען זיי האבן געבעטן דעם ישיבת בי"ד, האט דער ראב"ד געזאגט אז ער וויל צולייגן נאך א נושא דערצו, וואס דאס איז נשר.
ווי נאר אתרא האט דאס געהערט, האבן זיי צוריקגעצויגן און געזאגט אז דער ישיבת בי"ד מוז נאכנישט זיין יעצט.
האט דער ראב"ד געזאגט פארן מזכיר הבי"ד אז דער ישיבת בי"ד זאל בלייבן אין פלאן, און אויב נישט מנהרות הכרמל, וועט מען רעדן בלויז פון נשר...
אלזא היות דאס איז געווען דער מצב, האט אתרא יא געוואלט מען זאל שוין דן זיין אויך אויף מנהרות הכרמל, און עס איז באשטימט געווארן א ישיבת בי"ד אויף די צוויי נושאים, אויף נעכטן מאנטאג נאכט 6:00.
-----------------
דער מזכיר הבי"ד האט אריבערגערופן צום ישיבת בי"ד עטליכע עדות'ן וועלכע זענען אליינס געווען אויפן פלאץ אין נשר און געזעהן וואס דארט טוט זיך, און אויך אריבערגערופן אתרא קדישא, סיי יחזקאל קלמנאוויץ, דער היינטיגער פירער פון א"ק, און אויך הרב שמידל מנהל א"ק.
אנדעשרט ווי ביז היינט ווען אתרא קדישא האט געשריגן אז זיי האבן מיט די גאנצע נושא גארנישט, האבן זיי דא שוין געמוזט טוישן טאן, ווייל זיי האבן דאך געוויסט אז אויב וועלן זיי זאגן אז זיי האבן דאס נישט מתיר געווען וועט בי"ד זיכער קלאר זאגן אז דאס מוז זיך אפשטעלן, און אנדערשט ווי הרב שמדיל האט געענטפערט פאר יעדן דורש ומבקש ער האט גארנישט דערמיט, האט דא אתרא קלאר מודה געווען פאר בי"ד אז זיי זענען די וועלכע פירן דורך (בעד בצע כסף גדול ונורא) די שוידערליכע חפירות, וואס ווער עס זעהט די בילדער שטעלט זיך אים אויף די האר פון קאפ.
בי"ד האט אויסגעהערט די עדות פון די וועלכע האבן צוגעזעהן די מצב, און די פון אתרא קדישא האבן נאר פרובירט צו פארדרייען די שמועס, און כמנהגם האבן זיי די גאנצע צייט אן אויפהער געשריגן און געבראקט "יאקטער יאקטער יאקטער יאקטער", אלעס איז גארנישט אלעס איז יאקטער, בי"ד זאל זיך נישט וויסנדיג מאכן אלעס איז יאקטער, אבער די רבנים שליט"א האבן זיך געהאלטן צום נושא און פארלאנגט א הסבר אויף די אומדערהערטע חפירות.
דער ענטפער איז געווען אז הרב וואזנער שליט"א האט דאס מתיר געווען פאר 8 יאר צוריק, און הרב שמידל זאגט עדות אז היינט איז די מצב גארנישט אנדערשט ווי דעמאלס, און די היתר אי קאי וקיים (די ליצנות פון דעם היתר זעהט אין מיין ערשטן ארטיקל אין די אויבנדערמאנטע לינק).
א געוויסער עסקן האט אבער ארויסגענומען א בריוו וואס הרב משה שאול קליין שליט"א, דער מזכיר פון די בי"ד פון הרב וואזנער, האט געשיקט צו אתרא, וואו ער שרייבט קלאר אז עס עקזיסטירט נישט אזא היתר, און ער בעט דארט הרב שמידל זאל זעהן דאס אפצושטעלן.
די רבנים האבן אויסגעדרוקט גרויס שוידער אז אזא זאך גייט שוין אן אזויפיל יארן אן דעם וואס די רבנים זאלן אפילו וויסן דערפון, און קלמנאוויץ האט געהאט צו הערן א פארציע דברי מוסר והתעוררות פון די רבנים איבער די אויפפירונג פון טוהן זאכן אויף די אייגענע האנט כדרכם פון א"ק, וואס דאס האט צוגעברענגט אזא שוידערליכע זאך זאל פאסירן.
און צום שלוס האט בי"ד ממנה געווען א שליח וועלכער זאל איבערגעבן פארן פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א, אז היות די חופרים פארופן זיך אויף אים, בעטן זיי אז ער זאל ארויסקומען מיט זיין קלארע מיינונג און אפשטעלן די פארברעך.
(אצינד דארף מען ווארטן צו זעהן וואס עס וועט זיין דער סוף ביי הרב וואזנער, און צו אתרא קדישא וועט בלית ברירה פארלירן זייער חודשליכע געשוואלענע הכנסה פון די נשר פראיעקט). --------------------
דיסקלעימער: די גאנצע נושא איבער די נשר חפירות האט נישט קיין שייכות מיטן "ועד למניעת חילול קברים באה"ק", וועלכע זענען בכלל נישט אינעם בילד, נאר דאס איז א באזונדערע אונטערנעמונג פונעם פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א אפצושוינען די טויזנטער קברי ישראל אויפן פלאץ.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2011 19:13 |
|
| |
און אצינד פרעגט ער צוויי פרישע שאלות:
1) אויף וועלכע האטליין'ס איז געווען באריכטעט די באזוך פאריגן מיטוואך?
תשובה: איך האב דאס געהערט אויף צוויי, קול הציבור אין אר"י, קול החרדים (קול סאטמאר). הער עס אויס, און דערנאך פארענטפער דיינע לגיונות.
2) אויב איז דא א בריוו פון בי"ד פון הרב וואזנער, פארוואס האט בי"ד נישט געמאכט זייער החלטה?
תשובה: בי"ד האט יא געמאכט א החלטה, אז די חפירות מוזן זיך אויפהערן, און דאס האבן זיי באפוילן פאר חזקי קאלמנאוויץ (הרב - שליט"א..).
א בריוו האט בי"ד נישט ארויסגעגעבן ווייל היות די גרעבער (א"ק) פארופן זיך אויף הרב וואזנער, האבן זיי געשיקט א שליח צו אים ער זאל זעהן דאס אויסצוקלארן און זיכער מאכן אז מען גראבט נישט על שמו.
דו ווילסט דוקא א מחאה פון בי"ד? דעמאלס בעט חזקי ער זאל איגנארירן די באפעהל פון בי"ד און ווייטער אנגיין מיט די חפירות, און מאך זיכער אז הרב וואזנער זאל ציטערן צו זאגן א ווארט, אפשר דעמאלס וועט בי"ד זעהן אז די איינציגע ברירה איז א מכתב מחאה... אדרבה.
און נאכאמאל: וויפיל קאסט עס?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2011 18:50 |
|
| |
ויקץ שנית. סוג שפינט ווייטער, לאמיר אים אויסקלארן אביסל.
איך וועל נאכאמאל אראפברענגען זיין תגובה און ענטפערן:
אהרן יוסל פרידמאן מיט בענצי לאוב
ווער?
זענען נעבעך געווען אין שאק אז עס אויפגעדעקט געווארן די נייעס אז הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א יו"ר אתרא קדישא האט א לענגערע שמועס מיט הגר"מ שטערנבוך שליט"א ראב"ד העדה"ח, נישט קענענדיג אראפשלינגען פארקויפט ווידער דריי ליגענט'ס.
ווער איז אין שאק ווען הגר"ד שליט"א איז זיך מכניע פאר זיין גרויסן קאמפאטישן?
1) עס איז געווען יענע וואך
נאר וואס? עס איז געווען די וואך? אלזא פון וואנעט האבן אלע נייעס האטליינס גענומען די נייעס פאריגע וואך מיטוואך? זיי האבן דאס געזאגט בתורת נביאה? (זאל דאס זיין א סעמפל צו דיין לייכטזיניגקייט צו פארברעצירן מעשיות און מאכן פורים פון דיינע קעלבער).
2) ר' דוד האט עס נאך קיינמאל נישט געטאן
אתרא קדישא האט שוין אמאל געפרעגט א שאלה ביים ראב"ד אדער ביי בי"ד? א דאטום ביטע?
3) ר' דוד האט געזאגט מ'דארף טאקע טאן וואס מ'קע
לאמיר עם בעטן אין זאגן, ףאז די ווייסט נישט די פאקטן שרייב בעסער נישט
זאלן דיינע אויגן ליינען וואס דיינע הענט שרייבן דא.
-----------
בסך הכל, האט ער אזוי ווי-נישט-ווי מודה געווען אז אין נשר גייט אן חפירות אויף קברי ישראל, נאר אתרא קדישא איז מסכים ווייל הרב וואזנער האט כלומרשט מתיר געווען.
שטעלט זיך די פראגע:
וויפיל געלט דארף אתרא קדישא פארדינען, אז זייערע מענטשן זאלן זיך דרייען 8 יאר אויף א שטח וואו מגראבט קברי ישראל רח"ל און זיי זאלן דערצו מסכים זיין ווייל דער אייגנטומער זאגט (כלומרשט) אז ער האט א היתר בע"פ פון הרב וואזנער? און אפילו ווען די בי"ד פון הרב וואזנער שיקט א בריוו אז די היתר איז לא קאי ולא קיים, איז א"ק נאכאלץ צופרידן פון די חפירות?
איך וויל וויסן וויפיל געלט דאס קאסט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2011 21:20 |
|
| |
סוג \ יוסל90 איז שוין ענדליך אנגעקומען מיט א פאבריקאציע, און געזעטיגט די וועלכע האבן נאך אין אים טראסט.
וועלן מיר איבערגיין זיין תגובה:
הגה"צ רבי דוד שמידל שליט"א האט געהאט א פערזענליכן שמועס מיט הגאון ר' משה שטערנבוך שליט"א דעם מאנטאג ביי זיך אינדערהיים איבער די פרשה פון "נשר", און הגר"מ שטרנבוך שליט"א האט געגעבן גערעכט הגר"ד שמידל שליט"א מיט "אתרא קדישא" איבער די פרשה, און האט געבעטן הגר"ד שמידל אז ער זאל עס זאגן אין בי"ד, וכך הוה.
דער אמת: הגר"ד שמידל האט באזוכט ביים ראב"ד שליט"א פאריגע וואך, און גערעדט וועגן שאלות בעניני קברים, א זאך וואס ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געטאן צו פרעגן א שאלה ביי א צווייטן, אבער כדי צו פרובירן צוריקברענגען די רבנים אויף זייער זייט האט מען אין באפוילן דאס צו טאן.
דער ראב"ד, זייענדיג פארקאכט וועגן די מצב אין נשר, האט אים געפרעגט אין פנים: וואס גייט פאר מיט די קברים אין נשר? און זיין תשובה איז געווען אזוי ווי ביז היינט: מיר האבן נישט קיין שום שייכות דערמיט. האט דער ראב"ד געפרעגט: נו פארוואס מאכט מען נישט קיין מערכה דערוועגן? האט ער געענטפערט: גערעכט, מען דארף טאקע זעהן צו טוהן וואס מען קען..
(דאס איז פארקערט ווי זיי האבן למעשה געזאגט אין בי"ד, וואו זיי האבן מודה געווען אז זיי גיבן דארט א השגחה און נעמען קעיר פון די מפנה זיין ר"ל, נאר זיי טוען דאס מכלומרשט על דעת הרב וואזנער).
ע"כ דער באזוך (וואו קיינער פון די א"ק טעראריסטן זענען ניטאמאל געווען אנוועזנד, און אוודאי נישט יצחק ווייס).
אין בי"ד גופא איז אראפ געקומען הרב מענדל עקשטיין דער משגיח פון הגר"ש וואזנער שליט"א און בי"ד האט מקבל עדות געווען פון אים כדת וכדין, און זיי האבן עם געגעבן גערעכט.
מנדל עקשטיין האט אין בי"ד געזאגט קלאר אז ער טוט אלעס לויט די הוראות פון הרב שמידל, "על דעת" הרב וואזנער! עקשטיין אליינס האט מיט הרב וואזנער גארנישט, ער האט די נושא קיינמאל אין זיין לעבן מיט אים נישט גערעדט.
בי"ד פון העדה החרדית האט אפגעווארפן אלע השמצות פון יודקאווסקי, יאקטער וחבריהם, און האבן ווידער באשלאסן אז די הכרעה פון הגר"ד שמידל זיך נישט מישן און די "נשר" פרשה איז געווען ריכטיג.
איך דארף דאס אפווענדן?
ביים ישיבת בי"ד איבער דעם ענין וועלכע איז געווען די צווייטע חלק פונעם מושב הביד"צ, איז נישט געוועזן אנוועזענד קיין איין פארשטייער פון דעם "וועד לחילול קברים" נאר הגאון ר' דוד שליט"א מיט זיינע צווי געטרייע לייב גארדיסטן הרה"ג ר' אייזיק ווייס שליט"א מיט הרה"ג ר' מאיר גריינמאן שליט"א און הרב חזקיהו קלמאנאוויץ שליט"א.
ביים ערשטן חלק פונעם מושב בי"ד ווי מ'האט דן געווען איבער דעם ענין פון די "כרמל" טונאלן ווי עס איז דא דארט קברים, איז געוועזן אנוועזענד אויך די צווי מזרחי'נקעס פונעם "וועד לחילול קברים שלום פריד (וועלכער האט א טעלעוויזיע און שטוב, און זיין ווייב גייט טיילמאל הויזן), און דער צווייטער לץ אייל פורת,.
לידיעה: אתרא קדישא האט געארבעט מיט שלום פריד, אקוראט ווי דער ועד כהיום, ביז ווייניגער ווי א יאר צוריק! קוקט ווי שנעל מען קען ווערן א שייגעץ..
עס איז נישטא די ווערטער צו שילדערן מיט וואספארא בושות זיי זענען ארויס פון דארטן, ווען ר' אייזיק ווייס שליט"א (הגר"ד שמידל איז נאך דאן נישט געוועזן אנוועזענד) האט אויפגעוויזן זייערע שקרים אחת לאחת, און האט זיי געמאכט ללעג ולקלס, (ארי' יודקאווסקי מיט שבח רוזנבלאט האבן זיך נישט געטרויעט צו קומען ביים מושב בי"ד, וויסענדיג אז מ'וועט שינדן די הויט פון זיי).
ווי שוין נעכטן ערווענט האט די דיון נישט געהאט קיין שום שייכות מיטן ועד למניעת חילול קברים, און דעריבער זענען זייערע רבנים ועסקנים ניטאמאל געווען דארט, אויסער עטליכע יודעי קברים וועמען בי"ד האט אליינס אראפגערופן לשם עדות.
יא, א"ק האט פרובירט די גאנצע צייט אריינצודרייען אנדערע נושאים בנוגע די ועד כדי צו צומישן דעם קארטן, און געשאסן השמצות וויפיל עס איז געגאנגען, אבער די רבנים האבן ניטאמאל געבעטן פון קיינעם קיין ענטפערס דערויף, נאר צוריקגעדרייט די נושא צו נשר. אלזא, לעג וקלס פאר וועמען?...
אינטערסאנט איז, אז דער יונגאטש חזקי קלמנאוויץ פארדינט דעם טיטל הרב שליט"א, אבער א ת"ח מופלג הג"ר שבח ראזנבלאט א דיין אין די בי"ד פון בני ברק, הייסט "שבח ראזנבלאט". קאמיש.
צום שלאס פונעם מושב בי"ד האט דער ביד"צ העדה החרדית זיך מצטרף געווען צו די תורה'דיגע הכרעה פון הגאון הגאון הגדול רבי דוד שמידל שליט"א, און האבן אונטערגעשריבן אן "אזהרה לכהנים" אז מ'טאר נישט פאר'ן לעת עתה אין די "כרמל" טונאל.
מיש נישט אריין דא כרמל, וואס האט נישט די מינדעסטע שייכות צו אונזער נושא. וואס האט בי"ד געזאגט פאר קלמנאוויץ וועגן נשר?
גייט ער פאלגן? גייט ער יעצטווארטן אויף א פסק פון הרב וואזנער? אדער קען דאס זיין טאש נישט ערלויבן..
יעצט זאל קומען בנצי לאאוב מיט יוסי פרידמן, און פארדרייען ווייטער זייערע לאקשן תורות.
זיין ערנסטקייט דערקענט זיך אויף זיין שריפט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2011 22:21 |
|
| |
מערקווירדיג אז יוסל90 / סוג האט זיך נאך דערווייל נישט געקענט קאנצעטרירן אויף א פאבריקאציע ארויסצוגעבן, דעריבער האט ער דערווייל בכלל נישט גערעדט אויף בחדרי פון די נעכטיגע ישיבת בי"ד, און אין די זאלונישע פארום האט ער געגעבן א שיס א קויל אז "בי"ד ארויס שטארק לטובת אתרא", און געלאזט די קעלבער ווארטן אויף ווייטערדיגע פרטים, וועלכע זענען נאך דערווייל נישט ערשינען...
|
|
|
|
|