בית פורומים אידישע געדאנק

ירא הקהל וישפוט: "ווערץ הויז" צי "בית ועד לחכמים"?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/11/2011 00:47 לינק ישיר 
ירא הקהל וישפוט: "ווערץ הויז" צי "בית ועד לחכמים"?

ווען די אהרונים האבן בפקודת רבם השטריק העולמי ר' אהרן טייטלבוים פארמאכט דאס הייליגע ביהמ"ד וואס האט שוכן כבוד געווען בבית רבינו הקדוש והטהור זי"ע, האבן זיי זיך ארויסגעלאזט אין א וועלטס קאמפיין אז דער שול איז געווען נישט מער און נישט ווייניגער ווי א "ווערץ הויז" ל"ע, און דוד עקשטיין האט דאס געמוזט פארמאכן מטעם זיין פארזיצערשאפט אין וועד הצניעות.

די טעג האט ר' יוסף וואלדמאן ערצייגט א היסטארישע ווידיאוי וואו מ'קען זיך אליין איבערצייגן פונקטליך וואספארא ווערץ הויז דער שול איז געווען, עס ווערן דארט געזען אלע ערליכע סאטמארער רבנים, זקני אנ"ש ותלמידי רביה"ק זי"ע. אנגעהויבן פון מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע, להבחל"ח הרה"ק מסקולען שליט"א, הגה"צ משארמאש שליט"א, הגה"צ אדמו"ר מנתני' שליט"א און נאך.
די פני העדה אין סאטמאר הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל משב"ק, הרה"ח ר' לייבעלע גליק, הרה"ח ר' חיים ארי' בראווער, הרה"ח ר' זלמן בינער, הרה"ח ר' שמעון ווייס, הרה"ח ר' יעקל שווארץ, הרה"ח ר' גרשון פרץ וויינשטאק, הרה"ח ר' יוסף וויינשטאק ת.נ.צ.ב.ה.

ולהבחל"ח הרה"ח ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק, הרה"ח ר' לייבוש שווארץ און נאך צענדליגע.

אויף גאנץ כלל ישראל אזוינע "ווערץ הייזער" געווינטשן.

קוקט און שטוינט:




תוקן על ידי טאטעלע ב- 04/11/2011 00:47:44




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2011 17:17 לינק ישיר 

אומגלויבליך. אזא בחנטע חסידישע שטיבל האבן די רשעים פארמאכט פאר פוסטע קנאה כבוד און רשעות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/11/2011 23:20 לינק ישיר 

עס בענקט זיך נאך די אלע אידן, בפרט ריפט ארויס נאסטאלאגישע געפילן ווען איך האב געזען ר' זלמן בינער. א אמת'ע אלט פארצייטישע איד, האב איך זיך דערמאנט א מעשה וואס איז געווען ווען ער איז געווען מיין מנהל. געווען איז דאס ווען ער האט מיר געפרעגט מיין היים נומבער האב איך אנגעהויבן זאגן אויף ענגליש "סעווען עיט טיו (782)...., האט ער ארויפגעלייגט זיין הענט אויף מיין קליינע בעקעלעך מיט א ליבליכע שמייכל געבעטן איך זאל אים זאגן אויף אידיש, זאג איך נאכאמאל אנגעהויבן סעווען עיט טיו, בעט ער נאכאמאל זאג עס מיר אויף אידיש! ענטפער איך אים מיט א תמימות דעס איז דאך אידיש...! (פליס קראס מיך איז אויך אידיש...) האט ער מיר געהייסן דריקן מיין היים נומבער אויף זיי טייפערייטער (איינער געדענקט וואס א טייפערייטער איז?), איך האב נישט געהאט קיין ברירה נאר צו דריקן מיט מיין פינגערס ניצענדיג דערביי מיין שטערקסטע כוחות אראפצודריקן די גיגאנטישע קנעפלעך פון די קיבארד וואס האט געהייסן טייפערייטער).

תוקן על ידי סעלפאן ב- 07/11/2011 23:25:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/11/2011 19:58 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2011 22:30 לינק ישיר 

כמעט אלע אידן וואס מען זעט דא זענען שוין בעלמא דקשוט און ווי לאנג זיי האבן געלעבט האט מען טאקע נישט פארשפארט דעם בית המדרש ווייל זיי האבן אביסל מחפה געווען אויף די הוללות ומעשי תעתועים פון די פוחזים ורקים, אבער ווען זיי זענען נפטר געווארן און די שיכורים זענען געבליבן, דער בית מרזח איז געבליבן א ווערץ הויז מיט שיכורים ופחותים, קלים ורקים, אדרבה בעטס דעם מסור יוזל זאל ארויף לייגן זיינע פילעמס ווי מען זעט די שיכורים זיך אנטרינקען זאל יעדער זען וואס פאר א שפלדיג פלאץ דאס איז געווארן, אזוי אז ווען עס איז אינטער געקומען א געלעגענהייט ווען די פורקי עול האבן גאר געקלאגט קהל, ווי עס שטייט, בור כרה ויחפריהו, האט מען זיי אפגעשפארט, און פארמיטן צער און עגמת נפש פאר רבינו הקדוש זי''ע בעלמא דקשוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 20:31 לינק ישיר 

יונגעלע, אונז איז נישט מעלה ומוריד וויאזוי דו רופסט עס, אבער דער ניקנעם ווערצהויז איז נישט יעצט געגרינדעט געווארן אויף היידפארק ווען מ'האט אפגעשפארט די שול, דאס רופט עטץ שוין ווערצהויז פאר פויערים די לעצטע 15 יאר, נאך איידער די קליפס זענען אפגעכאפט געווארן, אגעין, מיצדינו קענט עטס דאס רופן וויאזוי ענקער הארץ באגערט, ס'איז נישט גורע קיין משהו פונעם חשיבות פונעם מקום קדוש, איך וויל דיר נאר פשוט אויפמערקזאם מאכן דיין טעות. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 23:43 לינק ישיר 

חכם גרויסער, יונגעלע אהער, יונגעלע אהין, פאר די לעצטע 15 יאר איז דאס געווען א ווערצהויז און א קאפי הויז, דארט ווי שפלים ונבזים האבן זיך צוזאמען געזעצט און געהוליעט ווי שיכורים, און יא, די אידן וואס מען זעט אויף די בילדער האבן געדינט דעם באשעפער אין א ווערצהויז, ווען דער רבי זי''ע האט דארט געוואוינט איז דאס געווען א הייליג פלאץ, אבער די קלים וריקים האבן דאס געטוישט פאר א מושב לצים, פונקט ווי דער כותל המערבי ווי חז''ל זאגן מעולם לא זזה שכינה, רופט דער רבי אן א מערת פרוצים, איי מען זעט הונדערטער אידן זיך שופך שיח זיין דארט, זיי גיסן זיך אויס דאס הארץ פארן הייליגן באשעפער, אבער דאס כשר'ט נישט דאס פלאץ, זיי גיסן זיך אויס דאס הארץ ליידער אין א מערת פרוצים, דא איז פונקט אזוי, ר' לייבעלע גליק ע''ה האט נישט געכשר'ט דעם מערת פרוצים, דער סקולענער רבי שליט''א האט נישט געכשר'ט דעם מושב ליצים, ס'איז געווען א מושב ליצים און געבליבן א מושב ליצים ביז מען האט דאס עוקר געווען מן השורש געווען מיט גרויס סייעתא דשמיא,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/11/2011 23:59 לינק ישיר 

מה שאין כן די ווייסע שוהל??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2011 04:09 לינק ישיר 

גיי אריין איין טאג אהין. און זאג מיר פונקטליך וואו דו קענסט פלעיסן דעם ווארט מושב לצים. מיר האבן נישט קיין שי"ג וואס זאל זיצן ביז פינף מינוט צו חצות צו טרייבן ליצנות פון יעדן יוד. מיר האבן נישט די הייליגע פאטעיטא קוגל פארטי יעדן דאנערשטאג נאכט. מיר האבן נישט די הייליגע קאקאש קעיק. מיר האבן נישט די ביטערע משקה וואס איז תמיד געווען בנמצא בשפע רוב פאר אלע טרינקערס. וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2011 05:10 לינק ישיר 

א ש.י.ג. האט עטץ טאקע נישט, אבער איר פארמאגט נאך סך סך א גרעסערע לץ ווי ש.י.ג. איין דרשה פארקט איין דריי MP3 סידיס פון ש.י.ג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ירא הקהל וישפוט: "ווערץ הויז" צי "בית ועד לחכמים"?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext