בית פורומים אידישע געדאנק

פאקטן שווארץ אויף ווייס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/11/2011 03:34 לינק ישיר 
פאקטן שווארץ אויף ווייס

די וועלט זאגט אז פאקטן קען מען נישט פארלייקענען בפרט ווען עס איז שווארץ אויף ווייס.

דאס איז טאקע נאר א כלל און יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, די אהרוינים האבן איבערצייגט פאר די וועלט אז גרעסערע יוצאים מן הכלל ווי זיי איז נישט פארהאן, לדגומא פארלירן מיינט געווינען, א אויסגעשפילטע ציבור מיינט טויזענטער אידן.

איינע פון די פאקטן וואס זיי שפילן מיט איז די מספר התלמידים פון די ישיבה גדולה ד'סאטמאר מיר אירע קרוב צו 1000 בחורים כ"י. זיי וועלן זיין פארנומען צו ס'איז דא נאר 907 אדער 950 וכו' און וועלן אכטונג געבן בשבע שמורות די וועלט זאל נישט וויסן אז זיי אליינס פארמאגן נישט מער ווי קרוב צו 500 מען וועט נאר כסדר רעדן פון די זאליס שקרנים וואס זאגן אז זיי האבן 1000 און באמת האבן זיי נאר 950 וכדו'

דאס זעלבע איז מיט די הערליכע ימים טובים אין ביהמ"ד הגדול אין וו"ב, די אהרוינים האלטן אן די מנהג פון קומען אויף הייד פארק און פארקויפן אז מען האט געזיכט א צענטן וכדו' בו בזמן וואס מען האט נישט געקענט אריינלייגן א נאדל אינם גאנצן ביהמ"ד.

אלס א קליינע דוגמא פון "אהרוינישע פאקטן שווארץ אויף ווייס ברענג איך דא די תגובה פונם אהרוינישן ווארט זאגער און איבערצייגט אייך אליינס


איך וועל איבער'חזר'ן זיינע ווערטער.

אין א פשוטע וואכן טאג דארף ער ווארטן פאר מנין  ביי שחרית
אין די פארנומענסטע צייט פון די מנינים


עס קלינגט זייער קאמיש, אפילו א פערד פארשטייט אז סאטמאר'ער רבי דארף קיין מנין נישט זיכן פארט אבער וועט די אהרוינישע פראפעגאנדע מאשין זיך נישט אפהאלטן פון זיך צו'נאר לייגן ווייל אפשר פארט וועלן זיין צוויי דריי וואס וועלן גלייבן זיינע ווערטער.

וואס איז די אמת? קוקט וועט איר זען אז די פענסטער אויף די רעכטע זייט פונם בליד איז גענצליך שווארץ פינסטער טינקל! די בידל איז גענומען געווארן פארטאגס נאך איידער מען האט זיך געקענט שטעלן דאווענען וותיקין. דער סאטמאר רבי האט אריינשפאצירט אומגעראכטן!

דער "פוילער" דאווענט וותיקין ווען דער "טעטיגער" ברידער פָאפט נאך



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פאקטן שווארץ אויף ווייס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext