פלעטבושער אידן וויינען: רז"ל איכה געוואלד!
יהדות פלעטבוש וויינט און שרייט געוואלד!!! רז"ל איכה????
פארוואס ביסטו נישט געקומען צו אונז עסן ניסלעך אין די ימי הסליחות אזוי ווי די לעצטע פאר יאר, געוואלד!
רז"ל פלעגט די לעצטע 3 יאר פארן אויף פלעטבוש א' סליחות פאר א מסיבה ביי איינעם אינדערהיים לטובת 82, די זאליס פלעגן ארום פאמפען דערמיט, זיי פלעגען פארקויפען מען האט געמאכט א מיליאן... צוויי מיליאן... יעדעס יאר א נייע נומבער, אין דער איד פלעגט שטיין מיט קידוש לבנה אויתיות אז ריזיגע מאסן תושבי פלעטבוש האבן זיך באטייליגט, אזש מען האט זיך נישט געקענט רירען... און טויזנטער האבן געברענגט קוויטלעך...
וואס איז געשעהן היי יאר מען איז מער נישט געפארן?
דער אמת איז ווייל די ניסלעך מיט די טשקאלעד פלעגט זיך נישט באצאלען, און פון די 20 טויזענט אידן וואס וואוינען אין פלעטבוש, איז נישט געקומען צו די מסיבה קיין 20 אידן פון פלעטבוש, פאר יאר האט ער געמאכט די מסיבה ביי א איד וואס ארבעט אין BH, די זאליס האבן אים באצאלט אפאר דאלער ער זאל מאכן די מסיבה, און נאך אלע ריזיגע קאלערדיגע עדס, און אינוויטעשענס, איז עס געווען פוסט אין ליידיג, די בזיונות איז געווען עד לב השמים, ער פלעגט אנקומען אויף פלעטבוש מיט א ריזיגע עסקארט פון 10 קארס מיט קוויטשעדיגע סארינס מיט בליטשקעדיגע לעמפלעך, איז אויסער די שלעפערס וואס ער האט מיט געברענגט האט ער גארנישט געהאט, רז"ל איז געזיצען און געשטיפט דארט 5 6 שעה, און ער איז אהיים געפארן מיט א פרישע פעקל חובות, און פטור געווארן פון נאך א 6 שעה...
היי יאר האט אשר אלימלך מייזעלס געזאגט גענוג איז גענוג, ער האלט שוין נישט באצאלען די פעקל חובות פון פלעטבוש, און טאמער רז"ל וויל פארן זאל ער אליין באצאלען די חובות וואס מען ברענגט אהיים.
עס הייסט אפשר אז נעקסטע יאר וואס מען אהין טראגען די דברי חיים'ס ספר תורה.. מיט נח'ס תיבה... און מען וועט פארמאכן אלע פלעטבוש שולן...
איצטערט וועלן די זאליס פארשעלטן פלעטבוש ווי לעקוואד...
 |
|
|