בית פורומים אידישע געדאנק

קול רינה וישועה באהלי צדיקים: שידוך שליסן ביים ערשטן אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/11/2011 15:51 לינק ישיר 
קול רינה וישועה באהלי צדיקים: שידוך שליסן ביים ערשטן אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו, טויזענטער תלמידי וחסידי רבינו פון ארום דער גארער וועלט אויפגענומען די פרייעדיגע בשורה איבערן שידוך שליסן פונעם ערשטן אייניקל פון כ"ק מרן עט"ר אדמו"ר שליט"א. ‎​
 
דער חתן הרב חיים צבי שליט"א בן הגה"צ רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א דומ"ץ קהל יטב לב דסאטמאר - לי גארדענס וחדב"ן, בן הגה"צ המפורסם רבי יושע ראזענבערגער שליט"א אבד"ק קרית רמ"א בית שמש, עב"ג הכלה החשובה בת הגה"צ מפארי רבני אנ"ש רבי אשר אנטשיל שעהר אב"ד קלעסאן שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד סיגעיט שליט"א. ‎​
 
נעכטן נאכט איז פארגעקומען א ענגע מסיבת לחיים אין שטוב פון גרויסן זיידן כ"ק מרן רבינו עט"ר שליט"א. ‎​
 
עס ווערט געפלאנט א גרויסארטיגער מסיבת לחיים פאר די טויזענטער אנ"ש וואס ווילן זיך מיטפרייען מיטן שמחה פון רבי'ן שליט"א - פרטים יבואו. ‎​
 
שישו ושמחו בשמחת רבינו!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2011 04:42 לינק ישיר 

 ביי די אהרונים איז נישטא קיין ספין, נאר פאקטן, ביי די הכנסת ספר תורה איז געווען א עולם וואס די זאלונים האבן ניטאמאל א השגה, די זאליס מיינען נעבעך אז א עולם פון אריבער הונדערט מענטשן הייסט א געפאקטער עולם, זיי גלייכן זיך צו צו הרב לאבינ'ס חרדים אדער צו ישראל והזמנים, און ווען מען האט מיט א צען צוואנציג מער מענטשן פון זיי איז שוין קצה אל הקצה, דער וויליאמסבורגער ציבור לאכט פון די זאליס אין די פויסטן, דער עולם קומט קוקן, זיי זעהן דעם וויסטעניש פון ראדני, ווי פאר יעדן צוזאמענקום פלאנט מען וויאזוי מען קען מאכן עס זאל אויסקיקן א גרויסער עולם, ברייטע טישן און בענק, ריזיגע דורכגענג,  ביים די תנאים די פאריגע האט מען געלייגט ברענטשעס אויף די שמאלע זייט פון ראדני, און מען האט דארט ארויף געשטיפט די צענדליגע יונגעלייט און בחורים, און געהייסן כאפן נאר בילדער פין דעם ברענטש, זיי מיט זייער קורצן פארשטאנד האבן זיך נישט געכאפט אז יעדער סעל האט היינט צו טאג א קעמערע און מען וועט זען דעם בית המדרש ליידיג, אויף אלע בילדער זעט מען נאר דעם אויבן אן און דעם דאזיגן ברענטש, און ווען מען זאגט זיי דעם אמת אין פנים איז מען נעבעך א נארישער אהרוני,

די זאליס זענען ברוגז אז מען רופט עם דזשיגאן, נו, וויאזוי זאל מען עם רופן? דער ווילנער גאון? אז מען שטאפט זיך מיט דזשיגאן'ס טעיפס, וואקסט מען אויס א דזשיגאן! קיקטס נאר ווער זיינע יוגענט חברים זענען געווען וועט איר זען פארוואס ער איז א דזשיגאן עם הארץ, דער אמת פארדריסט נעבעך, איי פיל יור פעין!!!, צו אונזער רבי קומט מען אן דם מען זאל דארפן חוזק מאכן פון ליבאוויטשער רבי, אן מאכן חוזק פון ר' אייזיק ספינקער, און אפילו נישט פון דעם גרויסן גז''ל, מען דארף נישט קיין אנטיק ספר תורה וואס מען האט איהם קורא שם געווען דעם דברי חיים'ס ספר תורה, ניין! מיר ברויכן דאס נישט כדי צוזאמען צושלעפן א עולם, מיר האבן פלעין דעם הייליגן באשעפערס ספר תורה, מיר האבן דעם הייליגן דברי חיים בכבודו ובעצמו, מען קומט זיך צוזאמען צו הערן דברי אלוקים חיים, די רבנים וגדולי הדור ווארטן אין די ליין פאר א אודיענץ מיטן רבן של כל בני הגולה, זיי באלעקן זיך די פינגער, און ענקער עם הארץ איז נעבעך ללעג ולקלס, מען איז עם מכבד מיט א דרשה פאר א כולל אין נארט מיאמי ביטש, איז דער ענטפער אז ער איז אויף וועקישאן,.. דאס הייסט א פאלנער דזשיגאן עם הארץ. און די אהרונים ניצן דאס אויס אויפן גרעסטן פארנעם, ס'איז א פארגעניגן וואס די זאליס פארגינען זיי עס נישט. און גיסן זיך נעבעך אויס דעם כעס.


תוקן על ידי המהדרין ב- 28/11/2011 07:52:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2011 21:54 לינק ישיר 

וואלן מיט רעסטלער, שמועסט אייך אפ קודם וואס דער מעסעדזש איז, וואס דער ווארהייט איז, און נאכדעם העט מען רעדן ווייטער. אזוי, איינער ציעט אין דעם ריכטונג, דער צווייטער אין יענעם, איז נישט קיין גערעדכץ, און ס'מאכט שווער דאס פירן א פאלעמיק.


רעסטלער, לויט מיין אינפארמאציע, איז כמעט נישט פארבליבן אזעלכע קעלבער ביי די ארוינים ווי דיר, חוץ אויב דו ביזט א זאלי וואס שפילט ארויני. דאס איז די מערסט ווארשיינליכע זאך וואס לייגט זיך אויפ'ן שכל.

רוב ארוינים שטימען שוין היינט צו, אז זיי זענען אין וויליאמסבורג נישט רוב, זיי ווייסן און אנערקענען פיין אז דער אחיו הקטן האט טויזנטער און טויזנטער אידן, נאר? מ'גיט זיך אן עצה מיט די פראבלעמען, מיט'ן זאגן: זשיגאן, עם הארץ, און מ'רעדט טאג און נאכט פון רבינ'ס גדלות. מיר דארפן נישט קיין דברי חיים, נאר דברי חיים'ס אייניקל, וכולו וכולו.

וואלן, ווידעראום, שיינט מיר יא צו זיין א 'נארמאלער' עלטערער ארויני, אין דער קאטעגאריע וואס מיר האבן יעצט געשמועסט.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2011 21:46 לינק ישיר 

בילדער ארויף בילדער אראפ, מען זעט דאך אז די בילדער איז פון פאר אדער נאכן טאנצן

לגיונות קענסטו איינרעדן פאר ווער ס'איז נישט דארט געווען און וויל דיר גלייבן, ב"ה א ריזן ציבור געווען, און ניין איך בין נישט נתפעל פונעם ציבור ווייל כבר הי' לעולמים אזא ציבור, ס'איז נישט קיין נייעס ביי אונז, מען דארף נישט ברענגן דעם דברי חיים'ס ספר תורה צו שלעפן א ציבור, דער דברי חיים'ס אייניקל איז פונקט גענוג אז דער ציבור זאל זיך צוזאמען קומען לכבודו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2011 21:32 לינק ישיר 

שעפעלע, קוק די בילדער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2011 21:28 לינק ישיר 

וויאזוי? מילתא דעבודי לגלויי לא משקרי אינשי?, אויסער אז ביסט א זאלי!!!, ווייל דאן ביסטו נישט בבחינת אינשי, ענקער גז''ל האט נאך אזא עולם קיינמאל נישט געהאט, אפילו  קומביינד מיט אלע נילעס האכאג און שושן פורים שוי'ס, פון זייט ער האט צוגעכאפט די בנינים, 

יא, שיעור נישט פארגעסן, א דאנק פארן גז''ל פארן שיקן זיינע טויזענטער בחורים צו זיין עלטערן ברודער, ווייל כידוע איז אין קרית יואל ישיבה נישטא מער ווי א 350 בחורים, און די בחורים זענען נישט אהיים געקומען אויף שבת אויסער דער חלק פון ברך משה (די וויליאמסבורגע תושבים) וואס דאס איז בערך 60 בחורים, און פלאי פלאים, איך האב געזען לכל הפחות 3500 בחורים טאנצן אויף די גאס און אין בית המדרש, דארף צו זיין אז דער נועם המידות מיט זיינע נאבעלע מידות האט געשיקט זיינע תלמידים צום עלטערן ברודער, דאס הייסט עכט נועם המידות...  

איך האב זייער מורא אז דו גלייבסט שוין דיינע אייגענע פארברעצירטע לגיונות, נעבעך נעבעך! 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2011 20:28 לינק ישיר 

צום ביישפיל, נעכטן נאכט ביים "מעכטיגן" הכנסת ספר תורה פון הופפער, ווי איר  האט קוים געקענט צוזאמען קראצן פיר הונדערט מענטשן אריינגערעכנט בחורים...

מיט יעדע תגובה ווייזטו מער וואס קרענקט דיך און פארוואס דו זאלסט נאכאמאל און נאכאמאל זיך צונאר לייגן און וועלן עובר זיין אויף "מילתא דעבידא לאיגלויי לא משקרי אינשי"..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2011 19:51 לינק ישיר 

יעדער איינער?, נאר "יעדער איינער" וואס איז א זאלי, און אפילו ביי די זאליס איז אויך נישט יעדער, ווייל "יעדער" וואס כאפט א בליק אין ראדני און אין הופפער זעט אז ראדני איז בבחינת תוהו ובוהו, ענקערע טריקס מיט ברייטע טישן אין בענק און ריזיג ברייטע דורכגענג, און פארמאכן דריי פערטל פאליש, ארבייט נאר פאר די צוריק געבליבענע זאליס, ר' אייזיק ספינקער און ר' טודרוס זילבער האט א גרעסערן עולם פון ראדני און איך רעד שוין נישט פון פאפא, וואס פאקט ענק איין אין קליינעם קעשענע, סא, חלום ווייטער, דו האסט נישט קיין השגה וואס פאר א תענוג ונחת עס איז פאר א אהרוני אריין צו שפרייזן אין ראדני ביי די הקפות ווי דער גז''ל לויפט ארום מיט עפעס א אלטע ספר תורה וואס זיי האבן א נאמען געגעבן דברי חיים'ס ספר תורה און זיי האבן נעבעך געמיינט אז דאס וועט עטוואס אנפילן דעם חלל פון ראדני, אבער אויסגעלאזט האט זיך דאס מיט חלומות און די דערביטערקייט דערקענט זיך אויך אייער תגובות, אוי, זיס ווי צוקער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2011 19:17 לינק ישיר 

רעסטלער, די וויפילטע מאל זאגסטו שוין איבער די אומגעלונגענע ליגענט? דאכט זיך דו האלטסט שוין ביי 72, און נאך אלס קענסטו נאך אליין נישט גלייבן אז ראדני איז "באמת" געווען ליידיג.. טראץ וואס יעדער לאכט נעבעך פון דיר וואסערע חוזק דו ביסט, דו מאכסט זיך צונאר ברבים אזויפיל מאל, בלויז ווייזנדיג ווי דער געפאקטער ראדני, און דער געלונגענער חודש תשרי בבית חיינו גייט דיר נישט קיין מינוט ארויס פון קאפ, נעבעך, הייב אן פרובירן זיך אליין בויען ווי איידער צו קרענקען אויף די זאלונים'ס אומנאטירליכע הצלחה און וואוקס כ"י וואס גיט דיר נעבעך נישט קיין מינוט מנוחה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2011 18:56 לינק ישיר 

איך בין מודה במקצת אז ראדני איז געווען ליידיג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2011 18:52 לינק ישיר 

אזוי? ראדני איז געווען געפאקט ביי די הקפות, הא?, דאס קענסטו איינרעדן פאר דיינע חמלה חברים, אדער ביסטו אליין נישט דארט געווען, ווי רוב פון דיינע קווינס חברים, אדער מיינסטו אז 70-80 מיינט א געפאקטער עולם,, איין זאלי איז שוין א מודה במקצת און שרייבט אז ווי קלענער דער עולם איז גרעסער די שמחה, און דאס איז דער ריינער אמת, ווי קלענער דער עולם ביי די זאליס איז גרעסער די שמחה ביי די אהרונים, און איך וואונטש פאר די זאליס אסאך אזעלעכע שמחות, און פאר דיר זאג איך א עצה טובה, בעט דיין טאטן זאל נישט זיין א עקשן און דיך איינשרייבן אין חמלה, אין א קורצע צייט וועסטו זען עקסעלענט ריזאלטס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2011 18:09 לינק ישיר 

ווען מ'הערט דאס הגדרה "חלה דעקל" פארשטייט מען עס נישט אזוי גוט ביז מ'ליינט ענקערע תגובות...

כדי איינצונעמען טיילענאל אלס בארואיגונגס מיטל פאר,ן פארלירן דעם צענטראלן ביהמ"ד הגדול,  וועסטו איין און זיבעציג מאל איבער זאגן אז "ראדני איז ליידיג" וועסטו מיט דיינע פלאטשיגע חברים עס אנהייבן אביסל גלייבן, ווייל פאר א פלאטשיגע חלה דעקל קען מען איינרעדן אז יעצט איז נאכט און אז ראדני איז "באמת" ענקער, און בשעת ס'איז אין ראדני מנינים שחרית מנחה מעריב כמעט אגאנצן מעת לעת (לכאורה די גרעסטע צענטער אין אמעריקא!) וועט איר זיך איינ'חזר'ן צענדליגער מאל אז אין ראדני זוכט מען א צענטן אזש מ'דארף צושטעלן אייער שפייז צוזאמען צו שטעלן א מנין.. אין ביהמ"ד הגדול ראדני ביי די הערליכע הקפות ווען די ביהמ"ד איז געווען געשטאפט קאפ אויף קאפ אז טייל מאל איז געקומען צו סכנת נפשות, פארקויפט מען ביי ענקער קליינע קעפלעך אז מ'זוכט מנין צו הקפות, און ביים תנאים ווען דאס ריזיגע ביהמ"ד איז געווען איבערגעפולט מיט זקנים ונערים, רבנים ראשי ישבות דיינים בעלי בתים אברכים און בחורים, און מאסן מענטשן האבן געשטראמט במשך די גאנצע נאכט, וועט א חלה דעקל איבערזאגן דרייסיג מאל אז "ס'איז געווען ליידיג", ביז ער מיט נאך אפאר מייז קעפעלעך וועלן פרובירן עס אליין צו גלייבן...

וויאזוי גייט דאס שפריך ווארט? "איי פיל יור פעין".......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2011 10:07 לינק ישיר 



Thousands at Tenoyim of First Einkel of Satmar Rebbe in Biem"d Rodney. http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=34518



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2011 04:15 לינק ישיר 

ווי קלענער איז די עולם אלץ גרעסער איז די שמחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2011 04:11 לינק ישיר 

יא, עס טיט וויי אז מען האט לעת עתה פארלוירן ראדני, אבער ווען מען כאפט דארט א בליק פילט מען א שטארקע זיסע נקמה, עס ווערט לייכטער אויפן הארץ, מען זעט ווי ענקער ע''ה איז דער געלעכטער פון די שטאט, זיינע הקפות איז א חוזק, אז מעליץ האט א גרעסערן עולם, זיין הושענא רבה, חנוכה ליכט צינדן, איז תוהו ובוהו, פשוט, רבי אהרן האט (לויט ענק) 260 בחורים, און דער גז''ל האט אריבער 1000 בחורים, און ווען עס קומט צו די הקפות, חנוכה ליכט צינדן, נעילת החג, תנאים, חתונה, וכו', קומען זיך צוזאם אין הופפער איבער 5000 בחורים און אין ראדני ביי די אלע מאורעות, איז דא קנאפע 100 בחורים, איי איז דאס א טרייסט, און א געפעל פון נקמה, זיס ווי צוקער, איך פארפאס נישט א מסיבה אין ראדני, עס גיט מיר גרויס חיזוק.    



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2011 22:50 לינק ישיר 

RESTLER כתב:
דאס אלעס? ר' אייזיק ספינקער האט שוין א גרעסערן עולם.


נעבעך, דו גיבסט נאר א בליק אויף  ראדני, אפילו נאר א טיילווייזע בילד און שוין הייבט דיר אן צו שווינדלען.. רפואה שלימה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קול רינה וישועה באהלי צדיקים: שידוך שליסן ביים ערשטן אייניקל פון כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext