אזוינע קעלבער: א כולל פאר 6 יונגעלייט אין בית שמש
עס איז א פאקט וואס יעדער קען זיך איבערצייגן אין בית שמש וואוינען היינט צו טאג ארום 100 סאטמארער יונגעלייט 80 פראצענט יוצאי ישיבת סאטמאר ירושלים
זאל איינער אריינשטעלן נעמען וועט יעדער זיך איבערצייגן
די נחיצות פון עפענען א ביהמ"ד פאר סאטמארער חסידים אין בית שמש איז נישט קיין נייער, און יעדעס מאל האט זיך אנגעשטעקט שטרויכלונגען דערפאר, און די לעצטע יאר האבן סאטמארער יונגעלייט געהאט אויסצושטיין ביוראקראטישע פראבלעמען פון די שטאט, נישט וועלענדיג נהנה זיין פון די "עיריה", דעריבער האט מען נישט געקענט עפענען און גרינדען א ביהמ"ד
דעם פארגאנגענעם שבת חוה"מ סוכות איז געגרינדעט געווארן דאס ביהמ"ד, נאכן אפדינגען א ארט א לאקאל פון א פריוואטן איד פאר טבין ותקילין, און דער ביהמ"ד איז געגפענט געווארן ברוב פאר והדר.
און זונט דעמאלץ דאווענט מען שוין 3 וואכן און יענעם ביהמ"ד זייער א שיינער ציבור איינוואוינער'ס פונעם נייעם "קנה בושם" געגנט.
דער ר' אהרן פון קרית יואל וואס האלט מיט אלע באריכטן פון זיינע חסידים איבער דער גארער וועלט מיט אלע פיטשעווקעס האט עס נישט געקענט אריבערטראגן, וואס הייסט זיין יונגערער ברידער האט אין בית שמש א ביהמ"ד און ער נישט, האט ער באאויפטראגט זיין גבאי'ן חיים שלמה פישער זאלן אנקאלן זייער פארשטייער יאנקל אטיק פון בית שמש זאל גרינדען א כולל.
יאנקל אטיק האט געוואלט נושא חן זיין בעני אדוניו האט ער געוואלט געבן א נאמען פאר'ן כולל "ברך משה", אבער צו זיין סורפרייז האט עם חיים שלמה פישער געלאזט וויסן, אז ר' אהרן הייסט געבן דעם נאמען כולל "דברי יואל", ווייל דעם נאמען שטערט זייער שטארק פאר די זאלוינים, און "ברך משה" שטערט זיין נישט.
יאנקל אטיק האט זיך נישט געוואוסט ווי א אהין צו טאן, עם פארקויפט מען כסדר אז דער ר' אהרן איז גאר א שטארקער חסיד פון זיין טאטן, נאר ר' זלמן לייב איז דער מתנגד, און דא זעט ער גאר פארקערט, אבער בלית ברירה האט ער אויסגעפאלגט די "הוראות הקודש"
עס גייט נישט אריבער א טאג דער כולל ווערט געגרינדעט, און גלייך ווערט געמאלדן אז עס איז דא א כולל פון 30 יונגעלייט נישט מער און נישט ווייניגער. (נןסח שמואל ווידער פון יסוד איתן מ'האט געדארפט אהיים טראגן די געלט מיט די ברינקס)
א טאג דערויף ווערט שוין געזען בילדער פונעם "בחצרות סאטמאר", דארט זען מען קארגע 10 יונגעלייט, און ווער עס קען די פנימ'ער זעט גלייך אז עס רעדט זיך פון 6 סאטמארער יונגעלייט, און די אנדערע סתם ירושלימ'ער יונגעלייט, ווי בראטשטיין, וויזל, וכדומ'.
אבער ווי יעדער ווייסט, ביי די אהרונים מיינט א' שמות א' בא, 10 מיינט דרייסיג, 1000 מיינט 50,000 טויזענט, וכו' וכו'.
תוקן על ידי ברעקינג ב- 07/11/2011 17:25:48
 |
|
|