בית פורומים כל העולם כולו

תושבי קרית יואל: נעמט די עטליכע מינוט פאר "אייך"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/11/2011 18:41 לינק ישיר 
תושבי קרית יואל: נעמט די עטליכע מינוט פאר "אייך"

היינט קומען פאר זייער וויכטיגע וואלן וואס זענען נוגע יעדן תושב קרית יואל צוזאמען מיט די משפחה און גוטע פריינט.

פאר קרית יואל איינוואוינער איז באמת איבריג צו מסביר זיין דאס וויכטיגקייט פון יעדע איינציגע שטימע, ווען יעדער זעהט בחוש וויאזוי קרית יואל קען בעז"ה זיך ווייטער בויען לשם ולתפארת טראץ די געואלדיגע אנטי קרית יואל גייסט פון די ארומיגע שכנים.

יעדער פאליטישאן וואלט געשטאנען די ווייטסטע וואס מעגליך פון קרית יואל ווען נישט דעם שטארקן בלאק וואוט וואס איז די איינציגסטער שפראך וואס יעדער פאליטישאן פארשטייט, און איז איינציגע מיטל וואס העלפט נישט בלויז אז די קרית יואל איינוואוינער זאלן נישט צודריקט ווערן, נאר דאס ברענגט נאך אז די פאליטישאנס זאלן פרובירן צו העלפן קרית יואל ווען עס פעלט אויס, כדי צו באקומען איר בלאק וואוט.

עס איז די ציל פון יעדן תושב פון קרית יואל אז דער טאון הייוועי סופעראינטענדענט זאלן שפירן א פרעזענליכן פליכט צו אויפרוימען די שניי אויף קרית יואל'ע גאסן אין צייט, און ווען א קרית יואל איינוואוינער ברויך זיך שטעלן צום טאון ריכטער זאל דער ריכטער שפירן אז ער האט א פליכט פאר די וואס האבן אים אריינגעברענגט און האנדלען מיט יושר, און עס איז דער ציל פון יעדן תושב קרית יואל אז טאון קלערק מרת ביעמס זאל ווייטער שטיין צו די האנט פון קרית יואל טראץ די שטארקע פראטעקט מאנרא קאמפיין קעגן איר.

זאל ווען נעמען עטליכע שעה אדער מער אפצוגעבן א שטימע, וואלט מען דאס אויך געברויכט אוועקגעבן פאר די פאליטישאנס וואס פארשטייען בלויז דעם שפראך. ווען איר געבט אוועק די געציילטע מינוטן גיט איר דאס נישט בלויז פאר אייך, נאר אויך פאר אלע אייערע גוטע פריינט און משפחה מיטגלידער, מיט וואס איר קענט שפארן טויזענטער דאלארן און טויזענטער שעות השתדלות ווי מען זעהט טאג טעגליך.

מיטן טון דאס קליינע השתלות וואס מיר קענען אין דעם ביטערן גלות און מנדב די געציילטע מינוט און זיכער מאכן אז יעדע איינע שטים בארעכטיגטע אין שטוב זאל אוועקגעבן דאס ביסעלע צייט פאר די זיך און אנדערע אידן, איז דאס א גערענטי אז ווען קרית יואל זאל דערגרייכן סיי וואס פאר א הילף בכלל אדער פרעזענליכע הילף פאר א יחיד בפרט, וועט איר קענען דאנקן דעם רבש"ע אז איר האט געהאט א חלק דערינען.

תושבי קרית יואל, נעמט דאס נישט פאר לייכט און שטייט נישט אין די זייט מיט פארלייגטע הענט מיטן געדאנק אז מיין שטימע וועט נישט אויסמאכן. יעדע שטימע ציילט, און נעמט די עטליכע מינוטן פאר 'אייך'.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/11/2011 19:42 לינק ישיר 

וויכטיגע וואלן קומענדיגן דינסטאג הבעל"ט אין קרית יואל

אי"ה דעם דינסטאג קומען פאר די גאר וויכטיגע וואלן פאר די לאקאלע טאון פאזיציעס.

 

עס ווייסט יעדער איינער אז קרית יואל איז גאר שטארק אנגעוויזן אויף א אוזן קשבת ביי די לאקאלע רעגירונגס באאמטע. וואס דאס קען מען נאר האבן דורך ארויסברענגען א שטארקן בלאק וואוט.

 

די היי יעריגע וואלן זענען ספעציעל וויכטיג ווייל עס לויפן יעצט די לאקאלע באאמטע פון די טאון אוו מאנרא מיט וועם קרית יואל מוז האבן נאנטע באציאונגען צו קענען אנגיין אומגעשטערט מיט אלע כסדר'דיגע אקטיוויטעטן וואס מען קומט טאג טעגליך אין בארירונג מיט די שכינות'דיגע רעגירונגס באאמטע, ווי למשל איבערמאכן די ראודס, שאַרן שניי. אא"וו.

 

חוץ מזה האלט יעצט קרית יואל אינמיטן דורכפירן דעם קינדער פּאַרק פראיעקט אויפצובויען א גרויסן פּאַרק פאר די קינדער אין קרית יואל, וואס דאס ווערט אויפגעבויעט אין די גרעניצן פון טאון אוו מאנרא, און כדי מען זאל קענען פארענדיגן דעם פראיעקט מוז מען ווייטער האבן א אפענעם טויער ביי די טאון רעגירונג.

 

מען בעט יעדן איינעם אווועקצוגעבן די עטליכע מינוט לטובת הכלל, און ארויסגיין שטימען דעם דינסטאג.

 

צו פארגרינגערן פאר'ן עולם איז צוגעשטעלט געווארן פרייע טראנספארטעישאן פאר אלע אנשי שלומינו, אויך וועט זיין צוגעשטעלט בעיביסיטינג אויפ'ן פלאץ.

 

מאכט זיכער אז יעדער שטים בארעכטיגטער אינדערהיים גייט ארויס שטימען, ווייל קרית יואל קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפי' איין איינציגע שטימע.

 

 

אלע מעלדונגען בנוגע די וויכטיגע וואלן דעם דינסטאג אין קרית יואל, קען מען הערן אויף קול סאטמאר

212-444-9899

עקסט. 8

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/11/2011 19:42 לינק ישיר 

 

 

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > תושבי קרית יואל: נעמט די עטליכע מינוט פאר "אייך"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext